פּאָליטיק
לעוו לעווײַעוו
לעוו לעווײַעוו

"חב״דיזאַציע", ווי מע רופֿט איצט צו מאָל די טעטיקייט פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר פֿון ייִדישן לעבן. דער חב״ד האָט 4,000 שליחים, וואָס זײַנען טעטיק אין זיבעציק לענדער. אַ היפּש ביסל פֿון זיי זײַנען פֿינאַנציעל אָפּהענגיק פֿון איין מענטשן — לעוו לעווײַעוו, דער רײַכסטער ישׂראלי אין יאָר 2006. אַ פֿרומער מענטש, פֿון די בוכאַרער ייִדן, פֿלעגט לעווײַעוו יאָר-אײַן יאָר-אויס געבן דעם חב״ד צו 30–50 מיליאָן דאָלאַר. אַזוי, לכל-הפּחות, שאַצט מען אָפּ זײַן בײַטראָג. לעווײַעווס געלטער זײַנען אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשיידענע געשעפֿטן, אָבער ער איז, דער עיקר, באַקאַנט צוליב זײַן דיאַמאַנטן-אימפּעריע, באַזירט אין אַפֿריקע און רוסלאַנד.

לעווײַעוו ("לבייב" אויף העברעיִש) איז געבוירן געוואָרן אין טאַשקענט, אוזבעקיסטאַן, אין יאָר 1956. זײַן פֿאָטער, אַבֿנר לעווײַעוו, איז געווען זייער אַ פֿרומער ייִד. קיין ישׂראל איז לעוו לעווײַעוו געקומען אין 1971. אַזוי צי אַנדערש איז ער זייער גיך און הצלחהדיק אַרײַן אין דעם ישׂראלדיקן געשעפֿטלעכן לעבן. מע שרײַבט וועגן די דאָזיקע געשעפֿטן כּלערליי געשיכטעס און קלאַנגען. זיכער קען מען זאָגן נאָר איין זאַך: לעווײַעוו איז געוואָרן פֿאַנטאַסטיש רײַך. אין מײַ 2007 האָט ער פֿאַר 525 מיליאָן דאָלאַר אָפּגעקויפֿט אין ניו-יאָרק, אויף דער 43סטער גאַס, דעם "טײַמס"-וואָלקנקראַצער. אָנהייב 2008 האָט ער זיך באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט געקויפֿט אַ הויז פֿאַר אַרום 60 מיליאָן דאָלאַר.

אָבער איצט קען דער מצבֿ זיך בײַטן, ווײַל אין דעם קריזיס-קלימאַט גייען לעווײַעווס געשעפֿטן באַרג-אַראָפּ. אַ חוץ די אַלגעמיינע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, לײַדט זײַן געשעפֿט היזק אויך צוליב די אומרוען אין די דיאַמאַנטן-געגנטן אין אַנגאָלע. נאָך ניט לאַנג צוריק האָט מען אָפּגעשאַצט, אַז לעווײַעוו האָט געהאַט ניט ווייניקער פֿון 4.5 ביליאָן דאָלאַר. אין די לעצטע חדשים איז פֿאַרבליבן, אין בעסטן פֿאַל, אַרום צוויי ביליאָן. די אַקציעס פֿון זײַנע קאָמפּאַניעס האָבן אָנגעוווירן די ווערט, בײַ אייניקע פֿון זיי איז פֿאַרבליבן נאָר זייער אַ קליינער חלק פֿון די פֿריִערדיקע פּרײַזן. און אַפֿילו די געפֿאַלענע אַקציעס געהערן שוין אָפֿט מאָל ניט צו לעווײַעוון, ווײַל זיי ליגן אין די הענט פֿון די בענק — ווי ערבֿות-געלט פֿאַר זײַנע ריזיקע חובֿות. למשל, לעווײַעוו איז שולדיק אַריבער דרײַ ביליאָן דאָלאַר בלויז די ישׂראלדיקע בענק.

זײַנע געלטער האָבן אויסגעהאַלטן — אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אין מיזרח-אייראָפּע, דײַטשלאַנד, צפֿון-אַמעריקע און ישׂראל — 120 לערנשולן און 60 קינדער־גערטנער. דאָס איז די גרעסטע פּריוואַטע נעץ פֿון אינסטיטוציעס פֿאַר ייִדישער בילדונג. מיט 15 יאָר צוריק האָט לעווײַעוו געשאַפֿן זײַן פּריוואַטע פֿילאַנטראָפּישע פֿונדאַציע "אור-אַבֿנר", וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿינאַנצירן כּלערליי פּראָיעקטן. איצט הייבט זי אָן פֿילן, צי לכל-הפּחות אַ פֿאָרויספֿיל, פּראָבלעמען מיט באַקומען געלט.

דאָ מוז מען זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן דעם נוסח פֿון דער פֿילאַנטראָפּיע, וואָס מע זעט צווישן די רײַכע לײַט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. (אמת, דער דאָזיקער נוסח איז פֿאַרשפּרייט אויך אין אַנדערע קרײַזן.) זייער זעלטן גיבן זיי גלײַך אַ גרויסע סומע געלט, כּדי צו שאַפֿן אַ סטאַבילן קאַפּיטאַל פֿאַר אַן אונטערנעמונג. בפֿרט אַז די רייד גייט ניט וועגן אַן איינמאָליקן פּראָיעקט פֿון, אַ שטייגער, פֿאַרשרײַבן אינטערוויוען מיט מלחמה-וועטעראַנען, נאָר וועגן אַ לערן-אינסטיטוציע. די בעסטע זאַך איז דאָך צו שאַפֿן אַ באָדן פֿאַר אַזאַ אינסטיטוציע דורך קויפֿן אַ בנין און אויף אַזאַ אופֿן האָבן אַן אַפּותּיקא, מיט פּראָצענטן פֿאַר דער טאָג-טעגלעכער אַרבעט.

אָבער אַזאַ צוגאַנג — וואָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט — זעט מען זייער זעלטן אין דער נאָך-סאָוועטישער סבֿיבֿה, צווישן די נײַ-אויפֿגעקומענע רײַכע לײַט. זיי געפֿעלט, אַ פּנים, צו האַלטן תּמיד די לייצעס אין די הענט, צו קאָנטראָלירן די סיטואַציע, אויסטיילנדיק יעדעס מאָל אַ געוויסע סומע פֿון די אַזוי-גערופֿענע "ווייכע געלט" — בלויז אויף אַ יאָר, צי אויף אַ קאָנקרעטן פּראָיעקט. אַזוי קומט עס פֿאָר מיט לעאָניד נעווזלין, וואָס איז אין משך פֿון אַ צאָל יאָרן געווען דער הויפּט-ספּאָנסאָר פֿון ייִדישע אַקאַדעמישע פּראָיעקטן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער פֿאַקטיש האָט ער נאָר "אונטערגעהאָדעוועט" די ייִדישע אַקאַדעמישע וועלט, אָן שאַפֿן פֿאַר איר אַ סטאַבילן יסוד. איצט האָט נעווזלין אויפֿגעהערט צו געבן געלט, זעט מען שוין כּמעט ניט די אַקאַדעמישע צענטערס, בפֿרט אין מאָסקווע און קיִעוו.

דערווײַל הערט מען, אַז לעווײַעוו זאָגט צו ניט אָפּצושטעלן זײַנע סובווענצן אויף ייִדישער בילדונג און פֿאַר די שליחים אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. לעווײַעווס פֿאָרשטייער האָט דערקלערט, אַז זײַן באַלעבאָס "האָט געגעבן קלאָרע אינסטרוקציעס יעדן שליח צו זוכן מעגלעכקייטן פֿאַר אײַנשפּאָרן געלט, אָבער אָן ברענגען אַ שאָדן פֿאַר די סאַמע וויכטיקע אַקטיוויטעטן". דער באַגריף פֿון "וויכטיקייט" איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ בייגעוודיקער. דערווײַל האָט מען שוין אויך באַשלאָסן, אַז שולן מיט זייער ווייניק קינדער וועלן קיין געלט מער ניט באַקומען.

אַ סבֿרא, אַז אַ סך מענטשן קלײַבן נחת פֿון לעווײַעווס קאָפּווייטיקן. אַן אָריענטאַלער מענטש, איז ער קולטורעל פֿאַרבליבן אַ פֿרעמדער מחוץ די ליובאַוויטשער און בוכאַרער קרײַזן. ניט ווייניק מענטשן קענען אים ניט מוחל זײַן דעם ניט-כּשרן ריח, וואָס מע פֿילט פֿון זײַנע אַפֿריקאַנישע און רוסישע דיאַמאַנטן-געשעפֿטן. ביזן הײַנטיקן טאָג איז ניט קלאָר, ווי אַזוי בכלל איז אַן אָרעמער, נײַער עולה פּלוצעם געוואָרן אַ הײַנטיקער ראָטשילד.