אין סמוטנע, קווענקלענדיקע צײַטן קומען אָפֿט אַרויס אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַרשידענע "נבֿיאישע פּראָגנאָזן", וואָס בדרך־כּלל דראָען זיי מיט שרעקלעכע סכּנות און קאַטאַקליזמען. דווקא איצט גייען מיר אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַזעלכע סמוטנע נישט־זיכערע צײַטן, וואָס יעדער פֿון אונדז פֿילט (דערווײַל מיט די שפּיץ־נערוון), און זוכט אַ סגולה ווי צו מאַכן דאָס "פֿאַלן" זײַנס, כאָטש אַ ביסעלע ווייכער.
אָבער צוויי אַזעלכע נבֿיאות האָבן בײַ אונדז באַזונדערס אויסגענומען און צוגעצויגן דעם אויפֿמערק, קודם־כּל, צוליב זייער צוגעבונדנקייט צו די הײַנטיקע גלאָבאַלע טעמעס: די איראַנישע נוקלעאַרע סכּנה און עקאָנאָמיע און פֿינאַנצן. איינע קומט אַרויס פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער אַמעריקאַנער צײַטונג The Wall Street Journal, און די צווייטע פֿון דער פּאָפּולערער רוסלענדישער צײַטונג "פֿינאַנסאָוויִיע איזוועסטיִאַ" (פֿינאַנציעלע ידיעות).
דער אַמעריקאַנער נבֿיאה־זאָגער, ברײַען קענעדי, אַ מיטגליד פֿון דער אומאָפּהענגיקער אַרבעט־גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿראַגן פֿון דער קעגנראַקעטן־פֿאַרטיידיקונג, האָט לעצטנס פֿאָרגעלייגט אין זײַן אַרטיקל זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס עס קאָן געשען, אויב אַפֿילו אַן איין־און־איינציקע איראַנישע ראַקעטע "שאַכאַב־3", מיט אַ נוקלעאַרן שפּיץ־קעפּל וועט, חלילה, אַרײַנפֿאַלן אין "שלעכטע הענט".
"שטעלט זיך פֿאָר, שרײַבט קענעדי, אַז אַ געוויינטלעכע פֿראַכטשיף שיסט אויס נישט ווײַט פֿון די אַמעריקאַנער ברעגן אַזאַ מין "שאַכאַב־3", וואָס רײַסט זיך אויף ערגעץ 300 מײַל איבער דער שטאָט שיקאַגאָ. אַ נוקלעאַרער אויפֿרײַס אין קאָסמאָס שאַפֿט אַ מין עלעקטראָמאַגנעטישן אימפּולס, וועלכער מאַכט קאַליע פֿאַקטיש די גאַנצע עלעקטראָנישע סיסטעם, אַרײַנגערעכנט די הונדערטער טראַנספֿאָרמאַטאָרן. 300 מיליאָן אַמעריקאַנער בלײַבן אָן קאָמוניקאַציע־מיטלען, ליכט, וואַסער און פּראָדוקטן." פּראָסט און פּשוט!
אַזאַ קאַטאַסטראָפֿאַלער פּלאַן לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל פֿון איין זײַט, קומען אַרויס פֿון איראַן אַלץ דײַטלעכערע ידיעות וועגן אירע נוקלעאַרע דערגרייכונגען, און פֿון דער אַנדערער זײַט, צעוואַקסט זיך די אומבאַהאָלפֿנקייט מצד דער מערבֿ־וועלט זיך קעגנצושטעלן דער דאָזיקער סכּנה — סײַ דיפּלאָמאַטיש און סײַ מיליטעריש. און דאָך, ווי אַ מיטל צו פֿאַרטיידיקן זיך פֿון אַזאַ סכּנה, לייגט דער אַמעריקאַנער עקספּערט פֿאָר פֿונאַנדערצוּוויקלען די קעגנראַקעטן־סיסטעם אין איר פֿולן פֿאַרנעם.
דער צווייטער נבֿיאה־זאָגער איז איגאָר פּאַנאַרין, פּראָפֿעסאָר פֿון דיפּלאָמאַטיע. ער האַלט, אַז נישט שפּעטער ווי האַרבסט 2009 וועט אין אַמעריקע זיך אָנהייבן אַ בירגער־קריג. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער בלוטיקער שחיטה וועט אַמעריקע זיך שפּאַלטן אויף 6 טיילן. די סיבה ווי ער האַלט, שטעקט טאַקע אינעם פֿינאַנץ־עקאָנאָמישן קריזיס, ווײַל דער דאָלאַר האָט נישט קיין דעקונג, און דער אויסערלעכער חובֿ פֿון אַמעריקע וועט "צעפּלעטשן דאָס לאַנד". דער רוסישער עקספּערט האָט אַפֿילו שוין צעטיילט די אָפּגעפֿאַלענע שטיקער אַמעריקע צווישן כינע, מעקסיקע, קאַנאַדע און רוסלאַנד.
אויסמײַדן דעם צווייטן אַפּאָקאַליפּטישן פּראָגנאָז איז אוממעגלעך, האַלטן מיר, ווײַל ער טראָגט אין זיך אַ בכּיוון פּראָוואַקאַטיוון כּוח. דאָס ווערט באַלד קלאָר ווען מע דערוווּיסט זיך, ווער דער חשובֿער פּראָפֿעסאָר איז. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם ספּעציעלן אַנשטאַלט בײַ דער KGB, האָט איגאָר פּאַנאַרין ממשיך געווען זײַנע אויספֿאָרשונגען אויף דער אָפּטיילונג פֿון פּסיכאָלאָגיע אין די ווענט פֿון דער מיליטער־פּאָליטישער אַקאַדעמיע. די טעמע פֿון זײַן דאָקטאָראַט שטימט פּינקטלעך מיט זײַנע נבֿיאות: "אינפֿאָרמאַציע־ און פּסיכאָלאָגישע באַוואָרעניש פֿון דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער זיכערהייט".
די סמוטנע, קווענקלענדיקע צײַטן זײַנען תּמיד געווען די בעסטע צו כאַפּן פֿיש אין קאַלעמוטנע וואַסערן.