|
Julian Levinson.
Exiles on Main Street:
Jewish American Writers and American Literary Culture.
Indiana University Press, 2008.
דזשוליאַן לעווינסאָן.
אין גלות אויף דער הויפּט־גאַס׃ ייִדיש־אַמעריקאַנער שרײַבער און די אַמעריקאַנער ייִדישע קולטור. אינדיאַנאַ יוניווערסיטי־פּרעס, 2008. |
|
עס איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע שרײַבן אויף ייִדיש און די, וואָס שרײַבן בלע״ז "הויזן" צווישן זיך ניט איבעריקס גוט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט באַשריבן דעם חילוק צווישן "אונדז" און "זיי" קורץ און שאַרף׃ "מיר מוזן זיי געדענקען; זיי אונדז — נישט". לויט דער ייִדישיסטישער לאָגיק, איז וואָס ווײַטער פֿון ייִדיש (צומאָל איז מען כּולל העברעיִש אויך), אַלץ ווײַטער פֿון ייִדישקייט.
דזשוליאַן לעווינסאָן הייבט אָן זײַן שטודיע פֿון דער אַמעריקאַניש־ייִדישער קולטור מיט דער קריטיק פֿון דעם באַגריף פֿון עצם־ייִדישקייט אין דער ייִדישער קולטור. זײַן אינטערעס ליגט דווקא אין די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן ״ייִדישקייט״ און ״אַמעריקאַנישקייט״, דהײַנו׃ די השפּעה פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער קולטור אויף דעם אופֿן ייִדישקייט, וואָס די אַמעריקאַנער ליטעראַטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם שאַפֿן פֿאַר זיך. עס גייט דערבײַ ניט אין אָפּהיטן דעם "תּמצית" פֿון דער אַלט־היימישער ייִדישקייט אין דער נײַער וועלט, נאָר אין שאַפֿן נײַע מינים לויט די אַמעריקאַנער מוסטערן.
לעווינסאָן מאָלט קורצע, אָבער שאַרפֿזיניקע אַנאַליטישע פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע אַמעריקאַניש־ייִדישע ליטעראַרישע פֿיגורן, פֿון דער דיכטערין עמאַ לאַזאַרוס ביז דעם קריטיקער אירווינג האַו. יעדער איינער פֿון זיי האָט געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן מין סינטעטישע ייִדישקייט, וואָס האָט קאָמבינירט טראַדיציאָנעלע ייִדישע מיט מאָדערנע אַמעריקאַנישע עלעמענטן. דער פֿאָקוס פֿון לעווינסאָנס פֿאָרשונג איז געלייגט געוואָרן אויף דעם פֿאָרמירונג־פּראָצעס פֿון אָט דער "שמעלץ־קולטור", וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון אינטענסיווע קאָנטאַקטן צווישן דער ייִדישער און אַמעריקאַנער אינטעליגענץ.
עס קומט ווי אַ חידוש; ווי אַ שטאַרקע השפּעה פֿון די אַמעריקאַנער דענקער און ליטעראַטן, פֿון עמערסאָן ביז פֿאָלקנער, אויף דער פֿאָרמירונג פֿון פֿאַרשידענע מינים "ייִדישקייט" בײַ דער אַמעריקאַנער־ייִדישער אינטעליגענץ. יעדער נײַער דור לעבט אַזוי לאַנג, כּל־זמן עס בלײַבט גילטיק דער צײַטגײַסט, וואָס האָט אים געבראַכט צום לעבן. אָבער לעווינסאָן טענהט, און דאָס איז מסתּמא די וויכטיקסטע אַנטפּלעקונג פֿון זײַן קאָנצעפּציע, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישקייט פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן כּוח פֿון באַנײַען זיך. דאָס קומט פֿאָר דווקא אין יענע קריטישע מאָמענטן, ווען עס דאַכט זיך, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן שוין אין גאַנצן אויסגעשעפּט זייערע נאַציאָנאַלע רעסורסן און זיך אין גאַנצן אַסימילירט. אָבער יעדער נײַער דור בויט אויף זײַן ייִדישקייט ווידער פֿון שטיקלעך "אויטענטישן" עבֿר, לויט די קולטורעלע מאָדעלן פֿון דער אַרומיקער קולטור.
ייִדיש שפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין לעווינסאָנס קאָנצעפּציע. אין אַ באַזונדערן קאַפּיטל באַטראַכט ער די השפּעה פֿון פֿרעמדשפּראַכיקער ליטעראַטור אויף דער ייִדישער פּאָעזיע אין אַמעריקע, און בפֿרט די גוואַלדיקע השפּעה פֿון הײַנריך הײַנע און וואָלט וויטמאַן. לעווינסאָן קומט צו אַן אינטערעסאַנטן אויספֿיר׃ "דער אינטערעס צו וויטמאַן איז אַ בשותּפֿותדיקער פֿאַקטאָר צווישן פֿאַרשידענע ליטעראַרישע שיטות, וואָס מיינט, מן־הסתּם, אַז זיי האָבן געהאַט צווישן זיך מער פֿאַרבינדונגען איידער מען איז נוהג צו טראַכטן". די ליבע פֿון ייִדישע ליטעראַטן צו הײַנע און וויטמאַן איז אַ פֿענאָמען, וואָס וואַרט נאָך אויף אַ פּרטימדיקער פֿאָרשונג, וואָס וועט העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין די דינאַמיק פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער אַנטוויקלונג.
דער לעצטער קאַפּיטל פֿון לעווינסאָנס בוך ברענגט אונדז צוריק צו יעקבֿ גלאַטשטיינס טענה. אירווינג האַו, איינער פֿון די דעה־זאָגער אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט זיך געקערט צו ייִדיש נאָך דעם, ווי ער האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ווערק וועגן עכט־אַמעריקאַנישע דרומדיקע שרײַבער. ווי עס באַווײַזט לעווינסאָן, האָט האַו אויסגעפֿורעמט זײַן קוק אויף ייִדיש דווקא לויט דעם שטייגער פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור׃ "דער עיקר פֿון האַוס קאָנצעפּציע איז די אידעע, אַז די שאַפֿערישע ענערגיע און שאַרפֿזיניקייט פֿאַלן צונויף מיט דער צײַט פֿונעם היסטאָרישן קריזיס."
לעווינסאָן באַטראַכט דעם פּראָצעס פֿון אויספֿורעמען נײַע מינים אַמעריקאַנער ייִדישקייט, און די אינערלעכע מעכאַניזמען פֿון אונטעהאַלטן די קולטורעלע המשכדיקייט אין גלות. ער האָט ווייניקער אינטערעס אינעם תּוך פֿון אָט די מינים ייִדישקייט. דאָס איז אַ טעמע פֿון אַ באַזונדערער שטודיע. אָבער עס פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע: ווי ווײַט קאָן מען נוצן לעווינסאָנס מאָדעל פֿאַר אַנדערע ייִדישע גלות־קולטורן, וועלכע ווערן אויסגעשטאַלטיקט אין אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע, פּאָליטישע און קולטורעלע באַדינגונגען. איז אַמעריקע אַ מין "גלות־הקדוש", אַ גרעסערער און רײַכערער בימקום פֿון ארץ־ישׂראל, צי איז זי אַ לאַנד ווי אַלע לענדער?
דאָס גלייבן אין דער אייגענער יוצא־דופֿנדיקייט איז אַ וויכטיקער טייל סײַ פֿון דער אַמעריקאַנער און סײַ פֿון דער ייִדישער קולטור, אָבער פּונקט אַזאַ גלויבן איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר אַנדערע אימפּערישע קולטורן. אין תּוך גענומען, באַרירט לעווינסאָן אַ גאַנצע ריי פּראָבלעמען, וועלכע שטײַגן אַריבער די גרענעצן פֿון זײַן טעמע, און וואַרטן אויף זייער באַהאַנדלונג.