"און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק בן אַבֿרהם; אַבֿרהם האָט געבוירן יצחק". רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט "תּולדות" מיינט דאָ די קינדער פֿון יצחק אָבֿינו, יעקבֿ און עשׂו.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון די צווילינג-זין בײַ יצחקן און רבֿקהן. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך. עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער; בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, דערפֿאַר האָט מען אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ", "פּיאַטע". שפּעטער, האָט יעקבֿ געקויפֿט בײַ זײַן ברודער דאָס רעכט פֿאַררעכנט צו ווערן פֿאַרן בכור, פֿאַר אַ טעלער לינדזן-זופּ.
יצחק האָט מער ליב געהאַט עשׂון, ווי יעקבֿן; כּדי צו באַקומען בײַ זײַן טאַטן אַ ספּעציעלע ברכה, האָט יעקבֿ זיך אָנגעטאָן אין זײַן ברודערס בגדים; צוליב זײַן שוואַכער ראיה, האָט יצחק געבענטשט יעקבֿן אַנשטאָט עשׂון.
אויפֿן ערשטן בליק, איז עשׂו געווען אַ גאַנצער היפּוך פֿון יעקבֿ. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך אין רבֿקהס בויך האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ האָט זיך געצויגן צו די ערטער, וווּ מע לערנט די הייליקע תּורה. יעקבֿ איז געווען אַן איידעלער "היימישער" מענטש, וועלכער האָט געלערנט תּורה אַ גאַנצן טאָג; עשׂו איז געוואָרן אַ ווילדער יעגער און רויבער.
דער נאָמען פֿון אונדזער פּרשה ווײַזט אָבער אָן, אַז ביידע זין ווערן באַטראַכט ווי "תּולדות", חשובֿע קינדער פֿון יצחקן. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז עשׂוס נשמה האָט געשטאַמט פֿון "עולם-התּוהו", "די וועלט פֿון כאַאָס". בעצם, איז עס אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה, ווי יעקבֿס "מסודרדיקע וועלט", "עולם־התּיקון". יצחק האָט געהאָפֿט, אַז עשׂו וועט רעאַליזירן זײַן הויכן גײַסטיקן פּאָטענציאַל לשם-שמים. דערפֿאַר האָט ער אים מער ליב געהאַט.
ווען עשׂו וואָלט טאַקע גובֿר געווען זײַנע סתּירותדיקע נטיות, וואָלט ער געקאָנט ווערן אַ גרעסערער צדיק, ווי יעקבֿ. זײַן טבֿע האָט אים אָבער אַוועקגעפֿירט פֿונעם דרך-הישר. עשׂו האָט געשפּירט, אַז אין דער כאַאָטישער נאַטור פֿון דער וועלט שטעקט דאָס ג-טלעכע ליכט; אַנשטאָט צו אַנטפּלעקן די דאָזיקע ג-טלעכקייט, איז ער אָבער אַרײַנגעפֿאַלן אינעם תּהום פֿון גשמיות.
די אָנגענומענע נעמען פֿון די תּורה-פּרשיות זענען נישט קיין צופֿעליקע, און זענען מרמז אויף טיפֿע אַלגעמיינע פּרינציפּן. אינעם אַבסטראַקטן זין, מיינט דאָס וואָרט "תּולדות" דעם פּראָצעס פֿון ענדערונג און באַנײַונג אינעם אוניווערס, אין וועלכע פֿאַרשיידענע זאַכן זענען מוליד די אַנדערע. למשל, די תּבֿואה קאָן אָנגערופֿן ווערן "תּולדות" פֿונעם רעגן און זונענשײַן.
דער פֿאַקט, וואָס די הײַנטיקע סדרה טראָגט אַזאַ אַבסטראַקטן נאָמען, ווײַזט אָן, אַז די מעשׂה מיט די צווילינג-ברידער איז מרמז אויף דער דיאַלעקטישע אַנטוויקלונג פֿון דער גאַנצער וועלט. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, טראָגט יעדער פּראָצעס אינעם אוניווערס אַן עלעמענט פֿון געבורט און צעשטערונג, סדר און כאַאָס. כּדי אַ קערנדל זאָל קאָנען זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ זוים, מוז ער קודם פֿאַרפֿוילט ווערן אין דער ערד; ווען אַן עופֿעלע ווערט געבוירן, מוז עס צעברעכן דאָס איי. די וויסנשאַפֿטלער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז דער גאַנצער סדר פֿון דער וועלט האַלט זיך צוליב שטענדיקע כאַאָטישע כּוחות.
אין אַלע פּראָצעסן אינעם אוניווערס שטעקט אַ "צווילינג" פֿון קאָנסטרוקטיווע און דעסטרוקטיווע כּוחות. די עלטערן פֿילן צומאָל עגמת־נפֿש, ווען זייער קינד וואַקסט אונטער, און ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ דערוואַקסענעם מענטש; מע קאָן זאָגן, אַז ווען אַ מענטש וואַקסט אויף, ווערט אין דער וועלט ווייניקער קינדער. די סאַמע פּאָזיטיווע אַנטוויקלונג הייבט זיך אָן מיט אַן עלעמענט פֿון צעשטערונג און פֿאַרלוסט.
הגם די דאָזיקע צוויי יסודות זענען, אין דער אמתן, האַרמאָניש צונויפֿגעבונדן אין אַלע נאַטירלעכע פּראָצעסן, ברענגען זיי צו אַ סך סתּירות אין דער געזעלשאַפֿט. כאַאָס און סדר ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי קעגנזעצלעכע סאָציאַלע כּוחות.
דער סיכסוך צווישן דעם "עולם-התּוהו" און "עולם-התּיקון" ווערט אָפּגעשפּיגלט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים אין אַלע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט; אינעם באַוווּסטזײַן פֿון יעדן מענטש זענען אויך דאָ די דאָזיקע סתּירותדיקע פּרינציפּן. פֿונדעסטוועגן, הגם עשׂו איז געוואָרן אַ שׂונא פֿון יעקבֿ, ווערן זיי ביידע אָנגערופֿן "תּולדות יצחק בן אַבֿרהם". אין משיחס צײַטן, און אויך איצט, ווען אַ מענטש דערגרייכט אַ הויכע גײַסטיקע השׂגה, קאָנען די סתּירות צווישן דעם כאַאָס און תּיקון בטל ווערן.