|
אַן אילוסטראַציע צו אורסולאַ לע גויִנס מעשׂה "ראָקאַנאָנס וועלט", פֿונעם סאָוועטישן
זשורנאַל "יוגנט-טעכניק"
("Техника молодёжи"), 1989 |
|
מיט 30 יאָר צוריק האָט אַ גרופּע קאַנאַדישע אַסטראָנאָמען איבערגעגעבן, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל אַנטדעקט אַ פּלאַנעט אויסער אונדזער זון-סיסטעם, בײַ דעם שטערן גאַמאַ-צעפֿיי. זייער אַנטדעקונג איז באַשטעטיקט געוואָרן, אָבער, ערשט מיט 5 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן בערך 329 פּלאַנעטן אַרום צענדליקער שטערן.
לעצטנס, האָט די אַנטדעקונג פֿון נײַע פּלאַנעטן זיך פֿאַרוואַנדלט כּמעט אין אַ טאָג-טעגלעכער רוטין. אין דער לאַנגער רשימה געפֿינען זיך גרויסע און קליינע, הייסע און קאַלטע "עקזאָפּלאַנעטן", וועלכע דרייען זיך אַרום פֿאַרשיידן-קאָליריקע און פֿאַרשיידן-מאָסיקע "נאָרמאַלע" זונען, ווי אויך אַרום אַזעלכע עקזאָטישע אָביעקטן, ווי פּולסאַרן און "ברוינע קאַרליקן".
די פּולסאַרן זענען טונקעלע רעשטלעך פֿון זיך-אויפֿגעריסענע שטערן; זיי באַשטייען פֿון דער עקסטרעם-געדיכטער נייטראָן-מאַטעריע, און דרייען זיך גיך אַרום זייערע אַקסן, אַרויסלאָזנדיק פּעריאָדישע ראַדיאָ-סיגנאַלן, ווי אַ מין נאַטירלעכע "ליכט-טורעמס". די ברוינע קאַרליקן זענען קליינע שטערן, וואָס זייער צו-קליינע מאַסע דערלאָזט נישט אָנצוצינדן אין זיי אַ פֿול-מאַסשטאַביקע טערמאָ-נוקלעאַרע רעאַקציע, דערפֿאַר בלײַבן זיי טונקל, הגם זיי זענען אַ סך הייסער און גרעסער, ווי פּלאַנעטן — 13־80 מאָל שווערער, ווי יופּיטער.
איצט האָבן די פֿאָרשונגען פֿון עקזאָפּלאַנעטן דערגרייכט אַ נײַעם שטאַפּל. דעם 13טן נאָוועמבער האָבן די וויסנשאַפֿטלער געמאָלדן וועגן צוויי באַזונדערע חידושדיקע אַנטדעקונגען. מיט דער הילף פֿונעם קאָסמישן טעלעסקאָפּ "האַבל" האָט זיך די אַסטראָנאָמען פֿון "נאַסאַ" אײַנגעגעבן צו פֿאָטאָגראַפֿירן בײַם געוויינטלעכן ליכט אַ פּלאַנעט לעבן דעם פֿאָמאַלהאַוט — אַ העלער שטערן, וואָס געפֿינט זיך 25 ליכט-יאָר פֿון אונדזער זון; ביז הײַנט, האָט מען פֿאָטאָגראַפֿירט די עקזאָפּלאַנעטן אויף אַ דירעקטן אופֿן בלויז אינעם אינפֿראַרויטן ליכט. דער פּלאַנעט האָט באַקומען דעם נאָמען "פֿאָמאַלהאַוט b".
|
דער פּלאַנעט "פֿאָמאַלהאַוט b" |
|
דעם זעלבן טאָג, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם קאַנאַדישן "אַסטראָפֿיזישן הערצבערג-אינסטיטוט" באַשטעטיקט אינפֿראַרויטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ גאַנצער סיסטעם פֿון דרײַ פּלאַנעטן אַרום דעם שטערן "HR 8799", אויף אַ מהלך פֿון אַרום 129 ליכט-יאָר, דורך די טעלעסקאָפּן "קעק" און "דזשעמיני" אין האַוואַיִ. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט-סיסטעם. "HR 8799" איז אַ יונגער שטערן, אַרומגערינגלט מיט אַ שטויב־דיסק, פֿון וועלכן עס האָבן זיך פֿאָרמירט די פּלאַנעטן. צוליב זייער גרויסער מאָס, 7־10 מאָל גרעסער ווי יופּיטער, האָט מען זיי געקאָנט פֿאָטאָגראַפֿירן אויף אַ דירעקטן אויפֿן.
ביז לעצטנס, פֿלעגן די וויסנשאַפֿטלער אַנטדעקן די עקזאָפּלאַנעטן בלויז דורך אומדירעקטע סימנים — דער עיקר, לויט זייער גראַוויטאַציע-באַווירקונג אויף די שטערן. דערווײַל האָבן די אַסטראָנאָמען אָבסערווירט אויף אַ גראָדן אופֿן בלויז ווייניקער ווי אַ צענדליק עקזאָפּלאַנעטן, וואָס אַ טייל פֿון זיי זײַנען, אין דער אמתן, "ברוינע קאַרליקן".
במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר, האָבן די וויסנשאַפֿטלער אַנטדעקט אַ צאָל אויסטערלישע פּלאַנעטן, וועלכע זענען נישט צוגעבונדן מיט גראַוויטאַציע-כּוחות צו אַ קאָנקרעטער זון, הגם אַזעלכע אַנטדעקונגען זענען נאָך נישט אינגאַנצן באַשטעטיקט. למשל, איין אַזאַ פּלאַנעט, אינעם געשטערן "כאַמעלעאָן", וועגט בערך 8 מאָל גרעסער ווי יופּיטער, און איז אַרומגערינגלט מיט אַ שטויב-דיסק, ווי אַ קליינער שטערן. אַ טייל וויסנשאַפֿטלער שליסן אָבער אײַן אַזעלכע "ווילדע פּלאַנעטן" אין אַ באַזונדערער קאַטעגאָריע — "סוב-ברוינע קאַרליקן" אָדער "פּלאַנעטאַרן".
אַ סך ליבהאָבער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק וועלן זיך זיכער דערמאָנען, אַז אין איר ערשטן ראָמאַן, "ראָקאַנאָנס וועלט", וועלכער איז אַרויס אינעם יאָר 1966, האָט די באַרימטע שרײַבערין-פֿאַנטאַסט אורסולאַ לע גויִן באַשריבן דעם פּרעכטיקן פּלאַנעט "פֿאָמאַלהאַוט צוויי", באַוווינט, צום ווייניקסטן, מיט דרײַ פֿאַרנונפֿטיקע מינים באַשעפֿענישן — די נידערוווּקסיקע טעכנאָלאָגישע גנאָמען-"גדעמאַ", נאָמאַדישע טעלעפּאַטן "פֿיִיִאַ" און פֿעאָדאַלישע ראָמאַנטיקער "ליִו".
צום באַדויערן, קאָן דער אמתער "פֿאָמאַלהאַוט b", מסתּמא, נישט פֿאַרמאָגן אַזאַ רײַך לעבן. לויטן חשבון פֿון די וויסנשאַפֿטלער, איז עס זייער אַ קאַלטער, טונקעלער פּלאַנעט, ענלעך צו נעפּטון. אָבער — ווער ווייסט...