קהילה־לעבן

שפּאַצירנדיק אין וויליאַמסבורג מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט פּסח (נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ 29־יאָריקער אייגנטימער פֿון אַ טעקסי־פֿירמע, דערזען ווי אַ לערער, זײַנער אַ באַקאַנטער, פֿירט צענדליקער תּלמידים אויף אַן עקסקורסיע. פּלוצלינג האָט דער לערער געגעבן איינעם פֿון די ייִנגלעך אַ פּאַטש אין פּנים.

פּסח איז צוגעלאָפֿן מלא־כּעס. "אויב איך זע דיך נאָך איין מאָל שלאָגן אַ קינד, וועל איך דיר צעברעכן די ביינער, און כ׳וועל נאָך רופֿן די פּאָליציי, מע זאָל דיך אַרעסטירן!" דער יונגער לערער האָט זיך אַזוי איבערגעשראָקן, אַז ער האָט שפּעטער, דורך אַ שליח, צוגעזאָגט פּסחן, אַז ער וועט מער נישט שלאָגן די תּלמידים, און געבעטן, מע זאָל אים נישט פֿאַרשאַפֿן קיין פּראָבלעמען.

דערמאָנענדיק דעם עפּיזאָד לעצטנס פֿאַרן רעפּאָרטער, האָט פּסח, אַ דערצויגענער אין דער סאַטמערער קהילה, געגעבן צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס ער האָט אַזוי שטאַרק רעאַגירט: "זײַנע קלעפּ האָבן מיר דערמאָנט די צײַט, ווען איך בין געווען אין חדר, און די מלמדים פֿלעגן מיך נישט סתּם שלאָגן, נאָר ממש זיך איזדיעקעווען — מיט שטעקנס און פּאַסיקעס."

הײַנט איז פּסח מער נישט קיין פֿרומער. פֿון דעסטוועגן, וווינט ער ווײַטער אין וויליאַמסבורג, און הגם ער האָט עטלעכע יאָר לאַנג געהאַט אַן אייגענע דירה, האָט ער לעצטנס זיך ווידער אַרײַנגעצויגן צו טאַטע־מאַמע אין שטוב — אַחוץ שבת, פֿאַרשטייט זיך. וואָס ער טוט יעדן שבת? ער פֿאָרט אין אַ דירה אין קווינס, וואָס ער טיילט זי מיט עטלעכע חבֿרים.

געוויינטלעך, ווען איינער ציט זיך אַרײַן צוריק צו די עלטערן, טוט ער עס כּדי צו שפּאָרן געלט. פּסח האָט אָבער נישט קיין צרה מיט פּרנסה. פֿאַרקערט, זײַן טעקסי־געשעפֿט גייט זייער גוט — אַזוי גוט, אַז בשעת זײַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט ער יעדע מינוט געמוזט איבעררײַסן דעם שמועס צו ענטפֿערן אויף די טעלעפֿאָנען פֿון קונים. "פֿאַר וואָס איך וווין מיט די עלטערן, ווילסטו וויסן?" פֿרעגט ער. "זייער פּשוט — כ׳האָב זיי ליב. משפּחה איז זייער וויכטיק פֿאַר מיר."

יצחק שאָנפֿעלד, דער אָרגאַניזירער פֿון "טשאָלנט" — אַ קומזיץ פֿון "בלאָנדזשענדיקע" חרדים יעדן דאָנערשטיק אויף דער נאַכט — זאָגט, אַז ס׳רובֿ פֿון די יונגע־לײַט, וואָס זענען מער נישט פֿרום דרייען זיך ווײַטער אַרום אין די קרײַזן, וווּ זיי זענען דערצויגן געוואָרן, און אַ מאָל טראָגן זיי אַפֿילו די זעלבע קליידער וואָס פֿריִער.

"אַ בחור וועלכער היט אפֿשר נישט קיין איין מיצווה, וועט נאָך אַלץ זאָגן, אַז ער האַלט זיך פֿאַר אַ ליובאַוויטשער, אָדער אַ סאַטמערער — האָט שאָנפֿעלד באַמערקט — און געוויינטלעך, קען מען טאַקע דערקענען פֿון וואַנען ער שטאַמט, אַפֿילו ווען ער זאָגט עס נישט." ווען שאָנפֿעלד זעט, למשל, אַ בחור וואָס איז זייער געזעלשאַפֿטלעך, האָט ליב צו עסן, שׂמחהווען און דערציילן וויצן, ווײַזט זיך אָפֿט אַרויס, אַז ער איז אַ סאַטמערער, ווײַל אין יענער קהילה האַלט מען טאַקע פֿון געזעלשאַפֿטלעכקייט, מע העלפֿט די נויט־באַדערפֿטיקע (ווי מע זעט בײַ די סאַטמערער פֿרויען, וועלכע ברענגען תּמיד היים־געמאַכטע מאכלים צו פֿרעמדע פּאַציענטן אין שפּיטאָל), מע פּראַוועט גרויסע שׂימחות מיט אַ סך עסן.

און פֿאַרקערט, אַ געוועזענער חסיד וואָס האָט ליב צו זיצן און לייענען, לעבט אַ פּשוט לעבן, אָן לוקסוס, שטאַמט אָפֿט מאָל פֿון ליובאַוויטש, וואָס באַטאָנט גיכער דעם אינטעלעקט, פּשטות און רוחניות, האָט שאָנפֿעלד געזאָגט.

ווען די יונגע־לײַט פֿאַרלאָזן זייערע חרדישע היימען איז עס געוויינטלעך אַ טראַוומאַטישע איבערלעבונג פֿאַר זיי. געפֿינען אַ שטעלע איז שווער, ווײַל מע דאַרף קענען גוט לייענען און שרײַבן ענגליש — אַ זאַך וואָס מע לערנט זיך נישט אין די חרדישע ישיבֿות. כּדי צוצוהעלפֿן די יונגע לײַט, האָט מלכּי שוואַרץ, אַליין אַ געוועזענע ליובאַוויטשער פֿרוי, מיט פֿינעף יאָר צוריק געגרינדעט Footsteps (פֿוסטריט) — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט די ייִדן, וועלכע קלערן צו פֿאַרלאָזן די פֿאַרשלאָסענע חרדישע קהילה. די אָרגאַניזאַציע, וואָס ווערט געשטיצט פֿון אַ צאָל ייִדישע פֿונדאַציעס, לערנט זיי ווי זיך אײַנאָרדענען אין דער מאָדערנער וועלט, און גיט זיי אויך אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרברענגען מיט אַנדערע יונגע ייִדן אין אַן ענלעכן מצבֿ.

מײַקל דזשענקינס, דער סאָציאַלער אַרבעטער בײַ Footsteps, זאָגט, אַז 75% פֿון די ייִדן וואָס ווענדן זיך צו דער אָרגאַניזאַציע זענען מענער, אין דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון 25 יאָר. בדרך־כּלל, שליסן זיי זיך אָן, כּדי צו קריגן זייער GED (אַ מיטלשול־דיפּלאָם). מע געפֿינט פֿאַר זיי פּריוואַטע לערער וואָס קנעלן מיט זיי ווי צו לייענען און שרײַבן גוט ענגליש ווי אויך מאַטעמאַטיק. אַ סך פֿון זיי גייען דערנאָך אין אוניווערסיטעט.

"זייער אָפֿט, ווען זיי קומען אין אוניווערסיטעט, ווילן זיי, די ערשטע זאַך, זיך לערנען פֿילאָסאָפֿיע און קונסט־געשיכטע," האָט דזשענקינס דערקלערט. ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס. דאָס לערנען פֿילאָסאָפֿיע איז דאָך אַ פֿאַרבאָטענע זאַך אין זייערע קהילות. און דעם באַגריף קונסט פֿאַרשטייען זיי בכלל נישט. "בײַ דער אַרבעט הערן זיי ווי מע שמועסט וועגן אַן אויסשטעלונג אין אַ מוזיי, אָדער מע אַנאַליזירט עפּעס אַ קונסטפֿילם, און דער געוועזענער חסיד וויל פֿאַרשטיין, וואָס איז די זאַך — קונסט?"

Footsteps איז אָבער זייער שטרענג וועגן איין זאַך — זיי נעמען נישט אָן יונגע לײַט אונטער 18 יאָר. דאָס שאַפֿט אַ פּראָבלעם פֿאַר די יונגע־לײַט וואָס זענען ייִנגער פֿון 18. ווען זאבֿ, אַ 17־יאָריקער בחור פֿון אַ חרדישער משפּחה, האָט זיך לעצטנס געוואָנדן צו Footsteps, האָט מען אים אָפּגעזאָגט. ווען ער האָט געפּרוּווט זוכן אַרבעט, איז אים אָנגעקומען שווער, ווײַל זײַן לייענען און שרײַבן ענגליש איז שוואַך. און געפֿינען חבֿרים איז אויך געווען אַן ענין, ווײַל אין דער נישט־חרדישער וועלט לערנען זיך די 17־יאָריקע קינדער אַ גאַנצן טאָג אין מיטלשול, און אין אָוונט זענען זיי פֿאַרנומען מיט דער היימאַרבעט.

"וואָס פֿאַר אַ לעבן איז דאָס?" האָט זאבֿ געפֿרעגט. "מע זיצט אַ גאַנצן טאָג אין די קלאַסן, און דערנאָך קומט מען אַהיים און מע לערנט ווײַטער? האָבן די מענטשן נישט קיין הנאה פֿונעם לעבן?"

דאָס געפֿינען פֿרײַנד, שוין אָפּגערעדט אַ ווײַב, איז גאָר נישט גרינג. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן טאַקע נישט קיין חבֿרטע. פּסח, וועלכער האָט דווקא יאָ איינע (אַ געוועזענע ליובאַוויטשער פֿרוי) זאָגט, אַז ס׳איז זייער שווער צו געפֿינען אַ מיידל נאָך דעם ווי מע פֿאַרלאָזט דעם חסידישן לעבן־שטייגער. "אַ חסידיש מיידל וויל דיך נישט, ווײַל זי זוכט אַ פֿרומען חתן, און די מאָדערנע מיידלעך ווילן דיך נישט, ווײַל בײַ זיי ביסטו נאָך אַלץ אַ חסיד!"

אַ צאָל פֿון די בלאָנדזשענדיקע חרדים נעמען נאַרקאָטיק, האָט פּסח געזאָגט. "ס׳איז דאָ אַ סך ׳דראָגס׳ דאָ. נישט קיין העראָיִן, חלילה, אָבער מאַריכואַנע, ׳עקסטאַסי׳, ׳קאָוק׳, שלאָפֿפּילן. ערשט לעצטנס איז דאָ עמעצער געשטאָרבן פֿון אַן איבערדאָזע. מחוץ דער קהילה, ווייסט עס קיינער נישט, ווײַל אַלץ באַגראָבט מען אונטערן ׳קאַרפּעט׳ (טעפּעך)."

"קיינער וויל עס נישט זאָגן — זאָגט פּסח — אָבער ס׳איז הײַנט דאָ זייער אַ סך דעפּרעסיע בײַ די פֿרומע. דאָ, פּונקט ווי בײַ אַלעמען, דאַרף אַ מענטש פֿילן, אַז מע האָט אים ליב..."