|
די וווּלקאַנען הויערן איבער די שטעטלעך פֿון גוואַטאַמאַלע |
|
אונדזער נסיעה קיין גוואַטעמאַלע איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך בין געפֿאָרן קיין צענטראַל־אַמעריקע. אונדזער טעכטערל, אסתּרל, האָט באַשלאָסן צו נעמען אַ יאָר פֿרײַ פֿון אוניווערסיטעט דאָס יאָר, כּדי צו זען די וועלט, איידער זי גייט ווײַטער אָן מיט אירע שטודיעס. זי האָט געפֿאָרשט דורך אינטערנעץ חדשים לאַנג, וווּ אָנהייבן איר נסיעה, און געפֿונען, אַז אינעם לענדל גוואַטעמאַלאַ קען מען אי וווינען זייער ביליק, אי געפֿינען פּראָגראַמען צו שטודירן שפּאַניש און העלפֿן דער אָרטיקער אָרעמער באַפֿעלקערונג אין דער זעלביקער צײַט.
כאָטש די איינציקע שילן אין גוואַטעמאַלע געפֿינען זיך אין דער הויפּטשטאָט, וואָס הייסט אויך גוואַטעמאַלאַ, וואָרנט מען דעם טוריסט — בעסער זיך נישט אַרומצודרייען אין דער מעטראָפּאָל. די בעסטע מוזייען געפֿינען זיך טאַקע דאָרטן, אָבער אויך באַנדעס פֿון פֿאַרברעכערס און נאַרקאָטיק־הענדלער. איינער האָט מיר געזאָגט אַ ווילדע סטאַטיסטיק, אַז 95% פֿון די מאָרדן אין לאַנד ווערן נישט אַנטדעקט.
האָבן מיר, ווי אַ סך אַנדערע טוריסטן, גלײַך געפֿאָרן קיין אַנטיגוואַ, אַ שטעטל וואָס איז געווען אַ צענטער פֿאַר די שפּאַנישע קאָלאָניסטן אינעם 16טן, 17טן און 18טן יאָרהונדערט, אָבער עס איז אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן נאָך עטלעכע ערד־ציטערנישן. האָט מען צוריק אויפֿגעבויט דאָס שטעטל אינעם 19טן יאָרהונדערט, און געלאָזט דאָס געפֿיל פֿון דער שפּאַנישער קאָלאָניזאַציע, מיט אינטערעסאַנטע חורבֿות און אַ צענטראַלן פּאַרק, וואָס איז אַ כאַראַקטעריסטיש רעשטל פֿונעם אַמאָליקן שפּאַנישן שטאָטפּלאַן.
קאַווע איז איינער פֿון די עיקרדיקע עקספּאָרט־תּבֿואות פֿון גוואַטעמאַלאַ, האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאָרן אויף אַ טור איבער דער דערבײַיִקער קאַווע־פּלאַנטאַציע.
|
אַנטיגוואַ: רעשטלעך פֿון דער שפּאַנישער קאָלאָניזאַציע |
|
קאַווע וואַקסט אויף צוויי מינים געוויקסן; הויכע ביימער אָדער נידעריקע קוסטעס. נאָר אין בראַזיל געפֿינט מען די קאַווע־ביימער; אין גוואַטעמאַלע און אַנדערע לענדער וואַקסן די קוסטעס, און מע קען נאָר רײַסן די קאַווע־בעבלעך מיט דער האַנט. זעט מען ווי הונדערטער אַרבעטער גייען מיט זייערע בײַטלעך בײַ דער זײַט איבער די פֿעלדער — איין מאָל, און נאָך אַ מאָל, און אַ דריט מאָל, ביז מע רײַסט אָפּ אַלע צײַטיקע קאַווע־בעבלעך. ערשט דעמאָלט הייבט זיך אָן די אמתע מעשׂה — אויסקלײַבן די בעסטע בעבלעך פֿאַר דער טײַערער "פּרעמיער"־קאַווע, דערנאָך אויסטריקענען און בראָטן די בעבלעך. ביז מע קומט צו צו קענען טרינקען אַ טעפּל קאַווע, איז משה־רבינוס אַרבעט. אָבער אַ גוט טעפּל שטאַרקע קאַווע האָט מען טאַקע געטרונקען צום סוף.
גוואַטעמאַלאַ איז פֿון די איינציקע לענדער אויף דער וועלט, וואָס לאָזט מענטשן אַרויפֿקלעטערן אויף אַ לעבעדיקן וווּלקאַן. אסתּרל האָט אונדז געזאָגט, אַז אויפֿן וווּלקאַן פּאַקײַאַ, לעבן אַנטיגוואַ, איז לײַכטער אַרויפֿצוקריכן, האָבן מיר אײַנגעשטימט אויף דעם געדאַנק.
אַ רויך האָט אַרויסגעבלאָזט פֿון פּאַקײַע, האָבן מיר געוווּסט, אַז ס‘איז נישט קיין ליגן — דער וווּלקאַן ברומט. מע האָט אונדז געזאָגט, אַז אין דעם טאָג לאָזט מען נישט די מענטשן אַרויפֿקלעטערן ביז אַרויף צום שפּיץ, ווײַל די לאַווע פֿליסט, האָב איך זיך געריכט, אַז מיר וועלן נאָר קענען זען הייסע רויטע שטיינער פֿון דער ווײַטנס. נאָך אַ שפּאַציר פֿון אַנדערטהאַלבן שעה, איז דער וועג געוואָרן שווערער, און מיר האָבן געדראַפּעט זיך איבער פֿאַרטריקנטע לאַווע־שטיינער, וואָס זענען צו לײַכט, מע זאָל זיך קענען אָנהאַלטן אין זיי, זענען מיר געפֿאַלן צו די קני, זיך צעבלוטיקט, און די לופֿט פֿון די הויכע שפּיצן האָט אונדז אויך אויסגעמאַטערט.
בײַם אָנקומען צום העכסטן פּונקט, איז געוואָרן גאַנץ הייס, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט זיך אָפּצורוען און איך גיב אַ קוק — אַ טײַך רויטע לאַווע פֿליסט לעבן אונדז און צעשמעלצט אַלץ וואָס אויפֿן וועג! די לויף־שיך אונדזערע האָבן אָנגעהויבן פּאַרען. איך האָב צו זיך געטראַכט, וואָס נאָך פֿאַר אַ לאַנד אויף דער וועלט וואָלט געווען אַזוי משוגע צוצולאָזן מענטשן ממש צום לאַווע־טײַך?
|
אסתּרל רײַסט רויטע קאַווע־בעבלעך |
|
די וווּלקאַנען זענען נישט די איינציקע הויכע בערג אין לאַנד. דער גאַנצער מיטעלער שטח פֿון גוואַטעמאַלע באַשטייט פֿון אַזוינע הייכן. דאָרטן געפֿינט זיך אַן אָזערע, אַטיטלאַן, וואָס איז אַרומגערינגלט מיט וווּלקאַנען. מיר זענען אײַנגעשטאַנען אין אַ רעזאָרט מיט אַ פּאַרעדיקן וווּלקאַן, גלײַך פֿאַר אונדז. די פֿייגל האָבן אַזוי געצוויטשעט, אַז איך האָב געדאַרפֿט געבן אַ קוק און זען וואָס ס׳טוט זיך. שוין עטלעכע יאָר ווי איך בין אַרײַנגעטאָן אין קוקן אויף די פֿייגל אין ניו־יאָרק, און אַפֿילו אין בראָנקס קומען צו פֿייגל, וואָס מע זעט גאַנץ זעלטן. אָבער דאָ, אינעם טראָפּישן קלימאַט פֿאַרמאָגט מען אַ גן־עדן פֿאַר פֿויגל. במשך פֿון צען מינוט האָב איך שוין געהאַט געזען דרײַ זשומענדיקע קאַליברעס — אַ גרינע, אַ געלע און אַ רויטע. אינעם גאַנצן צפֿון־מיזרח־טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געפֿינט זיך נאָר איין מין קאַליברע, און אין גוואַטעמאַלע געפֿינען זיך פֿערציק!
צווישן די אַלע טראָפּישע פֿייגל, האָב איך אויך געזען גוט־באַקאַנטע פֿייגל, וואָס איך קען פֿון די וועלדער און פֿעלדער פֿון ניו־יאָרק. איך האָב דאָס נישט געגלייבט צו ערשט און מיר, די פֿייגל און איך, האָבן געקוקט איינער אויפֿן אַנדערן, עלעהיי מיר וואָלטן זיך געפֿרעגט — וואָס טוסטו דאָ? האָב איך זיך געכאַפּט, אַז איך בין נישט דער איינציקער אויף וואַקאַציע אין גוואַטעמאַלע. די אַמעריקאַנער פֿייגל פֿאַרברענגען דעם ווינטער דאָ בײַ דעם שיינעם וואַסערל, יאָר אײַן, יאָר אויס. איך בין דער נײַער גאַסט; פֿאַר זיי איז דאָס שוין אַ לאַנג־באַשטימט אָרט איבערצוּווינטערן.
צו די דערפֿער אַרום דער אָזערע, קען מען צוקומען נאָר מיט אַ שיפֿל. די באַפֿעלקערונג רעדט נישט קיין שפּאַניש, נאָר אַנדערע שפּראַכן פֿון דער מאַיאַנער ציוויליזאַציע. אין 1996 האָט מען אָנערקענט 21 מײַיאַנער שפּראַכן אין לאַנד. שפּעטער, ווען מיר זענען אָנגעקומען אין שטעטל, טשיטשיקאַסטאַנאַנגאָ, ("טשיטשי") האָבן מיר געהערט נאָך אַן אַנדער שפּראַך, קיטשע. אונדזער שאָפֿער האָט גערעדט קיטשע צו זײַן 8־יעריקער טאָכטער, און האָט אונדז דערציילט, אַז אין שול לערנט מען אויך קיטשע, כאָטש קיין ליטעראַטור איז נישט פֿאַראַן. אויב די שפּראַכן זענען נישט אין קיין סכּנה פֿון פֿאַרשוווּנדן צו ווערן, שפּילט זיכער דאָ אַ ראָלע די איזאָלאַציע צווישן די הויכע בערג, וואָס לאָזט קוים צו די דרויסנדיקע השפּעות.
בײַם ריזיקן דרויסנדיקן מאַרק אין "טשיטשי" האָט מען אַנטדעקט נאָך אַ גן־עדן. דאָס מאָל אַ גן־עדן אײַנצוקויפֿן סחורה. די גוואַטעמאַלער האָבן אַ שם איבער דער וועלט פֿאַר זייער פֿילפֿאַרביקער האַנט־אַרבעט, און אַלץ איז דאָך געווען אַזוי וואָלוול. עטלעכע באַלעבאַטים פֿון האַנט־אַרבעט־געשעפֿטן פֿון דרום־ און צפֿון־אַמעריקע האָבן אָנגעפֿילט זייערע וואַליזקעס לעבן אונדז, און צוריקגעפֿאָרן צו זייערע לענדער צו פֿאַרקויפֿן די סחורה פֿאַר צען מאָל אַזוי פֿיל. האָבן נחמה און איך גיך אויסגערעכנט אַלע דרשה־געשאַנק, בר־מיצווה־ און ברית־מתּנות וואָס מיר זענען שולדיק אונדזערע פֿרײַנד און זיך געלאָזט צו דער אַרבעט.
|
אינעם מאַרק פֿון "טשיטשי" |
|
איך בין נישט פֿון די בעסטע "האַנדלערס" אין מאַרק, אָבער די פֿאַרקויפֿערס, האָבן פּשוט מיך נישט געלאָזט אַוועקגיין. ווען מע האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרויסגיין אָן סחורה, האָט מען געקענט קויפֿן דאָס העמדל, דאָס טישטעך, די בלוזעס, פֿאַר אַ העלפֿט פֿון דעם וואָס מע האָט אײַך ערשט אָנגעבאָטן. האָבן מיר אויך געדאַרפֿט קויפֿן נאָך אַ וואַליזקע, בלויז אַרײַנצולייגן די געקויפֿטע סחורה.
צום סוף, זענען מיר געפֿאָרן צו דער שטאָט קעצלטענאַנגאָ, וווּ מײַן טאָכטער האָט שטודירט שפּאַניש צוויי חדשים, און געאַרבעט מיט דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג אויף פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן — אַ וועבער־קאָאָפּעראַטיוו, געבויט אויוונס, געלערנט מיט די קינדער אין שול. די שטאָט ציט נישט צו קיין סך טוריסטן, אָבער האָט אַ קליינע באַפֿעלקערונג פֿון יונגע־לײַט פֿון מחוץ גוואַטעמאַלע ,וועלכע איז געקומען, ווי מײַן טאָכטער, צו לערנען און אַרבעטן. מיר זענען אײַנגעשטאַנען אינעם הויז, וווּ מײַן טאָכטער האָט געוווינט מיט אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט פֿאַרדונגען צימערן צו סטודענטן. אין שטוב האָט מען נאָר גערעדט שפּאַניש.
דער באַלעבאָס פֿון הויז איז געווען אַ "שיק־ייִנגל", און האָט פֿאַרדינט 100$ אַ חודש. אינעם טאָג וואָס מיר זענען געווען, איז ער געפֿאָרן צו דער שטאָט גוואַטעמאַלע מיט 20,000 מזומן, אָפּצוטראָגן די סומע. ער און זײַן פֿרוי זענען געפֿאָרן אויף אַן אויטאָבוס, נישט פֿון די ביליקסטע, און נישט פֿון די טײַערסטע אויטאָבוסן. זענען געקומען אַ כאָפּטע באַנדיטן אַרויף אויפֿן אויטאָבוס מיט געווער און באַרויבט יעדן איינעם, געלט, מאָביל־טעלעפֿאָנען, זײַן קניפּל אַרײַנגערעכנט.
ווען מיר האָבן זיי געזען אויף דער נאַכט, האָט מען געזאָגט, אַז די שטעלע בײַ דער אַרבעט האָט ער נישט פֿאַרלוירן, אָבער די פֿרוי זײַנע איז געווען אויפֿגעבראַכט פֿון צרות. ער, אָבער, האָט געשמייכלט און אַפֿילו זיך געוויצלט. אסתּרל האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן פֿרוי האָט אים געגעבן מעדיקאַמענט ער זאָל זיך באַרויִקן. האָב איך געענטפֿערט, אַז אויב ס‘איז דאָ אַזאַ מעדיקאַמענט וואָס קען אים באַרויִקן נאָך אַזאַ טראַוומאַטישן אינצידענט, וויל איך אויך האָבן אין קעשענע דעם רעצעפּט. אַ שיין לענדל גוואַטעמאַלע, אָבער אַ לענדל וואָס האָט, זעט אויס, זײַנע סכּנות.