שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך רעדן קוים איינער צום אַנדערן. מיר זענען ביידע פֿאַרנומען און אַרבעטן שווער בײַ אונדזערע שטעלעס. ער איז אַן אַדוואָקאַט, און איך בין אַ דאָקטער. מיר האָבן דרײַ שיינע קינדער, וועלכע זענען אויך זייער פֿאַרנומען. זיי לערנען זיך מוזיק, שפּילן קוישבאָל און לערנען זיך טאַנצן. עס דאַכט זיך מיר, אַז מײַן מאַן און איך האָבן נאָר צײַט אָנצורופֿן די אַקטיוויטעטן פֿון אונדזערע קינדער — ווער עס פֿירט ווע­מען און ווען. איך האָב אָבער מורא, אַז דער קאָנ­טאַקט צווישן אונדז צוויי ווערט פֿאַרלוירן.

פֿאַרנומען


טײַערע "פֿאַרנומען",

עס איז גוט וואָס איר האָט איצט דערזען די פּראָבלעם. אינעם רעש פֿון לעבן, ווען מיר זענען פֿאַרזאָרגט מיט באַהאַנדלען די טאָג־טעגלעכע זאַכן, פֿאַרגעסט מען זייער לײַכט, אַז מע דאַרף פֿאַרברענגען מיט אונדזערע טײַערע.

איר און אײַער מאַן דאַרפֿן שאַפֿן אַ ביסל צײַט פֿאַר זיך באַזונדער — אַן אָוונט אָן די קינדער, אָן מאָביל־טעלעפֿאָנען און אָן די התחײַבותן פֿאַר פּרנסה. שטעלט אַוועק פֿאַר זיך אַ צײַט יעדע צוויי וואָכן נאָר פֿאַר זיך. גרייט צו אַ וועכנטלעכן פּלאַן לגבי די קינדער וואָס וועט זיך נישט בײַטן פֿון וואָך צו וואָך — ווער נעמט זיי און וווּהין. וואָס ווייניקער איר דאַרפֿט רעדן וועגן דעם יעדע וואָך, אַלץ מער צײַט וועט איר האָבן פֿאַר אײַערע אייגענע שמועסן.

צום סוף, פֿאַרגעסט נישט צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע אַקטיוויטעטן און וועגן זייער שול יעדן טאָג. מע דאַרף זיי אַרײַננעמען אינעם "שליחות" צו שאַפֿן טיפֿערע באַציִונגען.


טײַערע חזנטע,

מײַן פֿרוי דערגייט מיר די יאָרן יעדן טאָג — איך בין געוואָרן פֿעט. איך טענה, אַז איך בין 65 יאָר אַלט, פּענסיאָנירט און איך מעג עסן וואָס איך וויל! אין מאַרק, וויל זי מיר נישט קויפֿן וואָס איך האָב ליב צו עסן, און וויל נאָר, אַז איך זאָל עסן בלויז גרינסן. זי האָט נישט קיין דרך־ארץ פֿאַר מײַנע וווּנטשן. ווער איז גערעכט?

גראָב און גליקלעך


טײַערער "גראָב און גליקלעך",

אײַער פֿרוי איז גערעכט, וואָס זי זאָרגט זיך וועגן אײַער געזונט. כאָטש איר טראַכט נישט וועגן אײַער אויסזען, צו פֿיל וואָג קען שאַטן דעם געזונט, בפֿרט אין אײַער עלטער. הערט זיך צו צו אײַער פֿרוי און עסט מער געזונטע מאַכלים. דערנאָך וועט איר אפֿשר זיך נישט פֿוילן און אַליין גיין אין מאַרק זיך קויפֿן אַ זיסע נאַשערײַ.


טײַערע חזנטע,

איך בין דערשלאָגן און איך ווייס נישט פֿאַר וואָס. איך בין גאַנץ געזונט און האָב צוויי דערוואַקסענע זין, וועלכע זענען גליקלעך און האָבן פּרנסה, און איך האָב אַ וווילן מאַן. בכלל האָב איך אַ וווּנדער­לעכע משפּחה, קיין עין־הרע. וואָלט איך געדאַרפֿט דאַנקען גאָט, אָבער ס‘איז מיר שווער אַרויסצוקריכן פֿון בעט יעדן אין דער פֿרי. מיר דאַכט, אַז איך האָב נישט קיין סך אויפֿגעטאָן אין לעבן און איך טראַכט — וואָס בין איך ווערט? איך פֿאַרשטיי שוין אַליין, אַז איך דאַרף הילף.

דערשלאָגן


טײַערע "דערשלאָגן",

איר דאַרפֿט ווײַטער דאַנקען גאָט פֿאַר דעם וואָס איר האָט. אין דער זעלבער צײַט, דאַרפֿט איר טאַקע אויסזוכן פּראָפֿעסיאָנעלע הילף. דעפּרעסיע איז אַן אמתע קרענק, און עס קען זײַן, אַז איר דאַרפֿט מעדיקאַמענטן, כּדי אָפּצושטעלן די דעפּרעסיע און ווידער ווערן דער זעלבער מענטש וואָס פֿריִער. וואָס שייך אײַערע געפֿילן פֿון זעלבסט־ווערט, האַלט איך, אַז ווען מע העלפֿט אַנדערע, באַקומט מען צוריק מער ווי מע האָט געגעבן. ווען איר וועט לייענען די דאָזיקע רובריק, וואָלט איר געדאַרפֿט טאָן צוויי זאַכן: מאַכט אַ באַשטעלונג מיט אַ פּסיכאָלאָג און געפֿינט אַן אָרט וווּ איר קענט ווערן אַ וואָלונטיר. זאָל זײַן מיט מזל און בלײַבט געזונט.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024