פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן, אַ פֿײַער־פֿלאַמיקער וויכּוח אַרום דער אויפֿפֿירונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג, וואָס האָט, לויט זײַן איצטיקן "רייטינג", די גרעסטע שאַנסן צו ווערן, שוין צום צווייטן מאָל, דער קומענ­דיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער מדינה.

עס רעדט זיך דאָ וועגן די כּמעט אַס­טראָ­נאָמישע הוצאות פֿון דעם "לידער"־מנהיג ביבי נתניהו, בעת זײַן פּראָפּאַגאַנדע־שליחות אין לאָנדאָן אין די טעג פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, ווי דאָס איז אַנטפּלעקט געוואָרן דורך דעם "קאַנאַל 10" פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע און איז אויפֿגע­כאַפּט געוואָרן דורך דער מעדיאַ ווי אַ וואַזשנער "סקופּ".

ביבי נתניהו איז נישט פֿאַרדעכטיקט, חלילה, אין קיין קאָרופּציע אין גײַסט פֿון מיס­ברויכן. עס רעדט זיך וועגן ווערן קאָרומ­פּירט פֿון שוווילטאָג, פֿון לאָזן זיך וווילגיין אין נאָמען פֿון דער מדינה און אין איר שליחות. און — נאָך אין וואָס פֿאַר אַ שליחות! אין דעם פֿאַל רעדט זיך וועגן אַ באַזוך פֿון זעקס טעג מיט זײַן פֿרוי שׂרה אין לאָנדאָן אין די קריטישע טעג פֿון דער מלחמה אין יולי 2006 אויף דער אײַנלאַדונג פֿון די "באָנדס", כּדי דאָרט צו פֿאַרטיידיקן דעם ענין פֿון ישׂראל קעגן דער פֿײַנטלעכער אַטמאָ­ספֿער.

"איך האָב דאָרט געאַרבעט טאָג און נאַכט לטובֿת דער מדינה, און נישט אויפֿן חשבון פֿון דער מדינה" — האָט נתניהו רעאַ­גירט קעגן די אַנטפּלעקונגען פֿון "קאַנאַל 10" אויף דער ספּעציעל גערופֿענער פּרע­סע־קאָנפֿערענץ, אויף וועלכער ער האָט געמאָלדן, אַז ער קלאָגט אָן די פֿאַרלוימדער אין געריכט אויף אַ סומע פֿון צוויי מיליאָן שקלים. די זשורנאַליסטן פֿון דעם טעלעווי­ זיע־קאַנאַל זאָגן, אַז זיי האָבן די פֿולע דאַקו­מענטאַלע דעקונג פֿאַר זייערע אַנטפּלעקונ­גען, לויט וועלכע נתניהו האָט צוגעשטעלט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון זײַן "שליחות" חשבונות אויף אַ סומע פֿון 177.000 שקלים (איבער 50 טויזנט דאָלאַר) פֿאַר זעקס טעג, פֿון דעם האָט די מדינה באַצאָלט (לויט "הארץ") 18.000 שקלים בלויז פֿאַר די פֿלי־בילעטן. 15.000 פֿונט־שטערלינג פֿאַר אַ סוויטע אין טײַערסטן האָטעל האָט פֿאַר אים באַצאָלט זײַן לאָנדאָנער פֿרײַנד, דער ייִדישער מיליאָ­נער דזשאָשואַ ראָו, וועמען נתניהו האָט צוריק­געקערט 1,500 פֿונט־שטערלינג ווי זײַן "פּערזענלעכע" אויסגאַבע. דעם רעשט — דערונטער בערך 5,000 דאָלאַר פֿאַר אַ באַזוך אין דער אָפּערע, 2,500 פֿאַר זײַן ווײַבס פֿריזור און אַן ענלעכע סומע פֿאַר וואַשן די בגדים — האָט באַצאָלט פֿאַר דעם פּאָרפֿאָלק די פֿאַרוואַלטונג פֿון די "באָנדס".

מיט אַ וואָך פֿריִער איז נתניהו גע­שטאַנען אין צענטער פֿון אַן אַנדערער פּרשה, נאָך דעם ווי זײַן ווײַב שׂרה האָט פֿאַרטריבן פֿון דער אַרבעט נתניהוס צוויי וויכטיקע ראַטגעבער — אָדעליאַ כּרמון פֿאַר די פּרעסע־ענינים און דעם ראָש פֿון זײַן "שטאַב", נפּתלי בענעט, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז ער צאָלט זיי דעם געהאַלט פֿון זײַן פּריוואַטן חשבון. סימה קדמון שרײַבט מיט איראָניע אין "ידיעות אחרונות", אַז מ'קען אים נאָך, חלילה, חושד זײַן אין מתּן־בסתר... ווער עס געדענקט נאָך ווייסט, ווי אָפֿט שׂרה נתניהו פֿלעגט באַשעפֿטיקן די רכילות־זײַטן פֿון די צײַטונגען אין דער צײַט פֿון נתניהוס ערשטער — און פֿאַרשפּילטער — פּרעמיערשאַפֿט.

אויף זײַן פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט נתניהו זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿון די זשורנאַליסטן און פֿאָרצו­שטעלן זײַנע חשבונות און באַווײַזן קעגן די קאָמפּראָמיטירנדיקע פֿאַרלוימדונגען. דער­בײַ האָט ער זיך דערקלערט פֿאַר אַ קרבן פֿון פּאָליטישע רדיפֿות מצד דער וואָרט־קאָמוניקאַציע.

קאָרופּציע, זאָגט מען, איז אַ פֿראַגע פֿון געאָגראַפֿיע: ס'איז אָפּהענגיק פֿון דעם לאַנד, אין וועלכן זי בליט. אַזוי אויך די קאָרופּציע, וועלכע בליט אויף דער גאַנצער וועלט. אָבער קאָרופּציע, מיין איך, איז אויך אַ פֿראַגע פֿון געשיכטע: יעדעס לאַנד און יעדע תּקופֿה האָט זיך אירע אייגענע עטישע נאָרמעס. און זי איז אויך אָפּהענגיק פֿון די פּערזאָנען, וואָס זענען אין איר פֿאַרמישט.

דער פֿריִערדיקער מדינה־קאָנטראָלער י. גאָלדבערג און דער איצטיקער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, מני מזוז, האָבן נישט איין מאָל אין זייערע עפֿנטלעכע אויפֿטריטן געזאָגט, אַז מלוכישע קאָרופּציע איז געפֿערלעכער אַפֿילו פֿונעם טעראָר. און וואָס עס איז אַזוינס טעראָר, ווייסן מיר הײַנט זייער גוט. ביידע זענען, זעט אויס, אָפּהענגיק פֿון זייער אַקטואַליטעט, דאָס הייסט, ווער פֿון זיי עס איז הײַנט מער רעלעוואַנט, וועלכער פֿון זיי עס איז גובֿר דעם אַנדערן אין דעם געגעבענעם מאָמענט. און אויך — צו וועלכן צד פֿון די געזעל­שאַפֿטלעכע לאַגערן עס געהערן די פֿאַר­מישטע אין דער אָדער יענער אַפֿערע. לויטן באַקאַנטן כּלל: יענעמס חטאים זענען פֿאַר­ברעכנס, מײַנע זענען כּשר.

משה דיינען, למשל, אַ מנהיג פֿון דעם פֿריִערדיקן דור, פֿלעגט מען מוחל זײַן אַ סך פֿון זײַנע שוואַכקייטן און חטאים; זײַן "סאַברישע" פֿרײַוווילערישע אויפֿפֿירונג, און דערנאָך זײַן "טבֿע" צו פֿאַראייגענען זיך און אַריבערפֿירן מיט אַ מיליטערישן העלי­קאָפּטער די אַלטערטימלעכקייטן פֿון זיינע נישט־געזעצלעכע אויסגראָבונגען, וואָס זײַן צווייט ווײַב האָט נאָך זײַן טויט פֿארקויפֿט דער מדינה פֿאר אַ מיליאָן דאָלאַר. פֿאַר אים איז אַן אַנדערער, אַ ווייניקער פּאָפּולערער, אָבער נישט ווייניקער אַקטיווער פּאַרטיייִשער עסקן, אליעזר ליבֿנה, באַזײַטיקט געוואָרן פֿון מפּא"י — ווײַל ער האָט זיך, פֿון זײַן טאַטנס ירושה, אײַנגעקויפֿט אַ "גבֿירישע ווילע" פֿון צוויי גאָרנס, מיט אינערלעכע טרעפּ און באַקוועמלעכקייטן. ווײַל — דאָס האָט דעמאָלט געשטאָכן אין די אויגן; דאָס איז געווען אַ לוקסוס, וואָס האָט נישט געפּאַסט פֿאַר אַן עסקן פֿון אַן אַרבעטער־פּאַרטיי.

דאָס איז געווען אין דעם יוגנט־פּעריאָד פֿון דער מדינה, ווען איר גרונטלייגער בן־גוריון האָט נאָך געגלייבט אין "סאָציאַליזם בימינו", און זײַנע אָנהענגער האָבן אים גע­גלייבט; און ווען די קיבוצים זענען געווען דאָס אויסשטעל־פֿענצטער פֿון דער מדינה און דער מאָדעל פֿון אַ באַשיידענעם לעבנס־שטייגער.

יענע ווילע פֿון דעם געפּסלטן מנהיג איז שוין נישט מער קיין גבֿירישע ווילע: הײַנט רופֿט מען דאָס אַ "קאָטעדזש", און אַזעלכע הײַזער בויט מען שוין אין די טויזנטער... און כאָטש די זעלבע מפּא"י רופֿט זיך גראָד הײַנט "מפֿלגת עבֿודה", איז זי שוין ווײַט אַוועק פֿון יענעם סאָציאַליסטישן חזון: איר איצטיקער מנהיג, אהוד ברק, איז אַן אָנהענגער פֿון דער "פֿרײַער מאַרק־ווירטשאַפֿט" און אַפֿילו פֿון בנימין נתניהוס "חזרישן קאַפּיטאַליזם" — ווי עס האָט אים געהאַט באַצייכנט דער איצטיקער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס, איידער ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן "היים־פּאַרטיי", די "עבֿודה", און איז אַריבער אין "קדימה". די מנהיגים פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי — דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט און דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־און האָבן ביידע קיינמאָל מיט קיין ברעקל פֿון קיין סאָציאַליזם נישט געזינדיקט און זיי זעצן פֿאָר געטרײַ דעם "חזירישן קאַפּיטאַליזם" פֿון זייער פֿאָרגייער און איצטיקן קעגנער — נתניהו.

נאָך מער: דאָס הויז אויף קרעמיע־גאַס אין ירושלים, וואָס דער פּרעמיער אָלמערט האָט געהאַט אָפּגעקויפֿט פֿון זײַנעם אַ פֿרײַנד אַ מיליאָנער פֿאַר אַ סומע, וואָס איז פֿאַרהעלטנישמעסיק ביליקער פֿון דעם געשאַצטן פּרײַז, איז אַן אָביעקט פֿון דערווײַל נאָך אַן אָפֿענעם אויספֿאָרש־אַקט אין דער פּראָקוראַטור — נישט צוליב דעם גבֿירישן לוקסוס, נאָר צוליב אַן אָנקלאָג קעגן אים אונטערן פֿאַרדאַכט פֿון אַ "טובֿת הנאה"; און די אַרבעטער־פּאַרטיי, די "עבֿודה", האָט אַפֿילו קיין פֿאָרוווּרף נישט געמאַכט איר געוויילטן מנהיג, דעם געוועזענעם קיבוצניק אהוד ברק, ווען ער האָט געקויפֿט פֿאַר דרײַ מיליאָן דאָלאַר אַ לוקסוס־וווינונג פֿאַר זיך און זײַן ווײַב — צוויי פּערזאָן — אין דעם מיליאָנערישן אַקיראָוו־טורעם אין תּל-אָבֿיבֿ...

ווי שוין אויבן געזאָגט, האָבן זיך די צײַטן געענדערט, און צוזאַמען מיט זיי די עטישע נאָרמעס און די באַציִונג צו דער קאָ­רופּציע. נישט געקוקט אויף די זיך מערנדיקע אַנטפּלעקונגען פֿון די מדינה־קאָנטראָלערן און פֿון דעם יוסטיץ־באַראַטער פֿון דער רע­גירונג, אַז "מלוכישע קאָרופּציע איז געפֿער­לעכער אַפֿילו פֿון טעראָר" — זענען די אַלע אַנטפּלעקונגען און וואָרענונגען נישט נאָר געוואָרן אַ דערעסענע רוטין, נאַר אין געוויסע פֿאַלן אַפֿילו אַ סגולה צו אַ פּאָליטישן דערפֿאָלג: אַזוי איז געשען מיט דעם פֿריִער­דיקן מנהיג פֿון דעם רעליגיעז־ספֿרדישן ש"ס, אריה דרעִי (לייען: דער'י), וועלכער איז אין זכות פֿון די שווערע באַשולדיקונגען אין קאָרופּציע, ווערנדיק פֿאַרמישפּט דורך דעם געריכט אויף פֿינף יאָר תּפֿיסה, געוואָרן שיִער נישט אַ נאַציאָנאַלער העלד בײַ זײַנע חסידים. דער "גײַסטיקער מנהיג" פֿון דער פּאַרטיי, דער געוועזענער ספֿרדישער רבֿ ראָשי, הרבֿ עובֿדיה יוסף, האָט אים דער­קלערט פֿאַר אומשולדיק און פֿרײַרעכטיק. ריזיקע מאַסן האָבן אים באַגלייט צום טויער פֿון דער תּפֿיסה, דעמאָנסטרירט אונטער דער לאָזונג "הוא זכּאַי!" — ער איז פֿרײַבאַ­רעכטיקט — און ש"ס האָט באַדײַטנדיק פֿאַר­שטאַרקט זײַן השפּעה ווי אַ וויכטיקער זײַל פֿון דער קאָאַליציע און אין דער רעגירונג.

דאָס זעלבע איז עלול צו געשען איצט מיט דעם "גערודפֿטן" מנהיג פֿון "ליכּוד" ביבי נתניהו — אין שײַכות מיט דער אַנט­פּלעקונג פֿון דעם טעלעוויזיע־"קאַנאַל 10" וועגן דעם אַסטראָנאָמישן חשבון פֿון זײַן פּראָפּאַגאַנדע־שליחות אין לאָנדאָן בעת דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה.

ווי געזאָגט, איז נתניהו נישט פֿאַרדעכ­טיקט אין קיין קאָרופּציע. מען וואַרפֿט אים פֿאָר עקסטרעמע פֿאַרשווענדערישקייט און העדאָניסטישע אויפֿפֿירונג; אַן אויפֿפֿירונג פֿון שוווילטאָג אין זײַן פּערזענלעכן און עפֿנטלעכן לעבן, וואָס פֿירט צו האַרטנעקיקייט און געפֿיל־לאָזיקייט צו די נויטן פֿון די נויטבאַדערפֿטיקע בירגער. עס איז דעריבער נישט קיין וווּנדער, וואָס ער איז דער סאַמע ענטוזיאַסטישער און פֿאַנאַטישסטער אויס­פֿירער פֿון דעם וואָס פּערעס האָט, ווי גע­זאָגט, געהאַט באַצייכנט ווי דעם "חזירישן קאַפּיטאַליזם". מיט זײַן עקאָנאָמישער פּאָלי­טיק האָט ער "אַרויפֿגעהויבן" ישׂראל אויפֿן ערשטן אָרט פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן און אַראָפּגענידערט די אָרעמע שיכטן צו דער נידעריקסטער נויט.

דאָס וועט אים אָבער ניט שטערן אויף זײַן צוריקוועג צו דער מאַכט.

תּל־אָבֿיבֿ, דער 18טער מערץ 2008