אַבֿרהם מינץ (קאַספּע) |
בײַ אַ סך מענטשן ווערט דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. די נאַציס פֿלעגן באַשולדיקן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אין אַרײַנברענגען, כּלומרשט, אַ פֿרעמדן גײַסט, אַ באַזונדערן "ייִדישן מין" וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד; אויף אַן אמתן, האָט וויסנשאַפֿט נישט קיין עטנישע און מלוכישע גרענעצן, הגם אין אַ טייל פֿאַלן, קאָן מען זען, ווי די נאַציאָנאַלע קולטור איז משפּיע אויפֿן געדאַנקען-גאַנג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער.
ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער מענטשהייט גופֿא — למשל, היסטאָריע און לינגוויסטיק — טראָגן אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין די דאָזיקע געביטן אַ בולטן נאַציאָנאַלן צייכן. אַדרבה, מען קאָן, מסתּמא, נישט געפֿינען קיין איינציקן היסטאָרישן בוך, וווּ עס זאָלן נישט דערמאָנט ווערן די נעמען פֿון אַ קאָנקרעט פֿאָלק. אויב דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" באַצייכנט וויסנשאַפֿטלעכע ווערק, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער קולטור, איז זי אינגאַנצן באַרעכטיקט — אַפֿילו ווען מע רעדט וועגן ביכער פֿאַר פֿיזיק, כעמיע און מאַטעמאַטיק, אָנגעשריבן אויף אונדזער שפּראַך.
צום באַדויערן, ווערן די וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ייִדיש זעלטן דערמאָנט אין די פּאָפּולערע געשיכטע-באַריכטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, דערפֿאַר ווייסן ווייניק מענטשן אינעם הײַנטיקן דור, אַז ייִדיש טויג נישט בלויז אויף צו שרײַבן בעלעטריסטיק, נאָר קען אויך דינען ווי אַ מיטל פֿון ערנסטער וויסנשאַפֿטלעך-טעכנישער בילדונג. הגם, אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדישע היסטאָריקער און לינגוויסטן, האָבן די ייִדישע דאָקטוירים, אינזשענירן און מאַטעמאַטיקער, כּמעט קיינמאָל נישט געשריבן זייערע אָריגינעלע פֿאָרש-אַרבעטן אויף מאַמע-לשון, האָט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט געבליט אַ רײַכע ייִדישע טעכנישע ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט לערן-ביכער פֿאַר מיטלשולן און העכערע בילדונג-אַנשטאַלטן, ווי אויך פּאָפּולערע פּראַקטישע ווערק אין אַלע וויסנשאַפֿטלעכע געביטן.
נישט לאַנג צוריק, האָט דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנאָנס וועגן דער אויסשטעלונג פֿון דער ניו-יאָרקער מאָלערין און סקולפּטאָרין לינדאַ קאַספּע, אין דער קונסט-גאַלעריע בײַ דעם ביוראָ פֿונעם מאַנהעטענער שטאָט-פּרעזידענט. לינדאַ קאַספּע איז אָבער אויך דאָס אייניקל פֿון ד״ר אַבֿרהם קאַספּע ז״ל — אַ פּראָמינענטער ניו-יאָרקער געזעלשאַפֿטלעכער טוער, לעקטאָר, דאָקטער, און דער מחבר פֿון אַ צאָל וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ייִדיש, וועלכער פֿלעגט פֿירן, מיט 100 יאָר צוריק, אַ וויסנשאַפֿטלעכע רובריק אינעם "פֿאָרווערטס".
אַבֿרהם מינץ (קאַספּע) איז געבוירן געוואָרן אין 1861, אינעם ווײַסרוסישן שטעטל טשעריקאָוו, מאָלעווער גובערניע. זײַן משפּחה שטאַמט פֿונעם באַרימטן ספֿרדישן פֿילאָסאָף און לינגוויסט הרבֿ יוסף כּספּי, דערפֿאַר האָט מינץ שפּעטער געביטן דעם פֿאַמיליע-נאָמען אויף "קאַספּע".
אינעם יאָר 1882 איז קאַספּע אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער שפּעטער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד, און באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם פֿיזיש-מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט בײַם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט; אין 1892 איז ער ווידער געקומען קיין ניו־יאָרק, פֿאַרענדיקט אַ מעדיצינישן אינסטיטוט, און געוואָרן אַן עכטער פֿאָלקס-דאָקטער; ער פֿלעגט באַזאָרגן זײַנע אָרעמע פּאַציענטן מיט אומזיסטע מעדיקאַמענטן, און האָט זיי בחינם געהיילט. ד״ר קאַספּע איז געווען אַ פּיאָנער פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור. סוף 19טן יאָרהונדערט, האָט ער געגרינדעט די "ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע ביבליאָטעק"; אינעם פּעריאָד פֿון 1899 ביז 1918 פּובליקירט אַ ריי פּאָפּולער-וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ייִדיש: "מעכאַניקע", "אַסטראָנאָמיע", "כעמיע", "פֿיזיק", "געאָלאָגיע". קאַספּע האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער שול-סיסטעם בײַם אַמעריקאַנער "אַרבעטער-רינג", וועלכע האָט געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר די שפּעטערדיקע סאָוועטישע ייִדישע שולן און טעכניקומען אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. ד״ר קאַספּע פֿלעגט אויך שרײַבן ליטעראַרישע אַרקטיקלען, און האָט במשך פֿון אַ האַלב יאָר, אין 1902, געאַרבעט ווי אַ מיטרעדאַקטאָר אינעם זשורנאַל "די צוקונפֿט".
אין 1926 — אינעם זעלבן יאָר, ווען אָבֿרהם קאַספּע איז ניפֿטר געוואָרן, איז אַרויס זײַן לעצט ווערק, "די געשיכטלעכע אַנטוויקלונג פֿון קלאַסן-געזעלשאַפֿטן", באַגרינדעט אויף אַ ריי אַרטיקלען, געדרוקט מיט דרײַ יאָר פֿריִער אין דער קאָמוניסטישער צײַטונג "פֿרײַהייט". לינדאַ קאַספּע, אַליין אַ סאָציאַליסטקע, האָט דערציילט, אַז איר זיידע איז פֿון יוגנט אָן געווען אַ פֿאַרברענטער סאָציאַליסט, און איז אַמאָל אַרעסטירט געוואָרן אין רוסלאַנד פֿאַר זײַן רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט.
אין זײַנע לעצטע יאָרן, האָט אַבֿרהם קאַספּע, פֿריִער אַ סאָציאַל-דעמאָקראַט, זיך דערנענטערט צו די קאָמוניסטן, און אָנגעהויבן דרוקן אַרטיקלען אין "פֿרײַהייט". אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ דעמאָלטיקע קאָמוניסטן, האָט ד״ר קאַספּע זיך תּמיד געפֿירט מער פֿרײַ און אומאָפּהענגיק. זײַן אייניקל האָט דערציילט, אַז איר זיידע האָט קיינמאָל נישט געפֿאָלגט אויטאָמאַטיש די קאָמוניסטישע פּאַרטיי-לאָזונגען, און האָט געגלייבט אין אַן אייגענער אידעאַליסטישער שיטה פֿון מאַרקסיזם.
קאַספּע האָט שטאַרק ליב געהאַט דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. דאָס איז נישט קיין חידוש, ווײַל פּונקט אינעם סאָוועטישן לאַנד האָט זיך אין די 1920ער יאָרן צעבליט די סאַמע-אַנטוויקלטע סיסטעם פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער בילדונג אין דער וועלט; פּונקט אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד זענען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן קאַספּעס באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון "ייִדישער וויסנשאַפֿט". די סאָוועטישע ייִדן פֿון יענער תּקופֿה האָבן געקאָנט באַקומען אַ פֿולע פּעדאַגאָגישע, אַגראָנאָמישע, ליטעראַרישע און פֿעלדשערישע בילדונג אינגאַנצן אויף ייִדיש. ווער וואָלט געקאָנט וויסן, אַז אין די סוף 1930ער יאָרן וועט צו דער דאָזיקער סיסטעם קומען אַ וויסטער סוף?
קאַספּעס מיטצײַטלער האָבן דערציילט, אַז דער באַקאַנטער מאַנהעטענער דאָקטער-סאָציאַליסט האָט זיך זעלטן באַטייליקט אין די קאָמוניסטישע מיטינגען, און האָט מער ליב געהאַט צו העלפֿן די אָרעמע לײַט אויף אַ דירעקטן אופֿן. ער איז געווען אַ באַשיידענער, אינטעליגענטער מענטש, און איז זעלטן אויפֿגעטראָטן מיט פּאָליטישע רעדעס. אין זײַן פֿאָרש-אַרבעט וועגן אַנטוויקלונג פֿון קלאַסן-געזעלשאַפֿט טרעפֿן זיך נישט קיין פֿרעמדע פּאַרטיי-לאָזונגען; דאָס גאַנצע בוך איז אָנגעשריבן אין אַ לעבעדיקן סטיל, פֿול מיט אינטערעסאַנטע געשיכטעס, ציטאַטן פֿון פֿילאָסאָפֿן און אַן אייגענעם אַנאַליז פֿונעם מחבר. בײַם אָנהייב פֿונעם בוך, פֿאַרגלײַכט ער דעם קאַמף פֿונעם אָרעמאַן קעגן די עקספּלואַטאַטאָרן מיטן קאַמף פֿונעם תּנ״כישן העלד שמשון-הגיבור; פֿאַר אַ טאָטאַליטאַרן סאָוועטישן קאָמוניסט וואָלט אַזאַ פֿאַרגלײַכונג, מסתּמא, געקלונגען "טרייף-פּסול".
ד״ר קאַספּע האָט געשטאַמט פֿון אַ רוסיש-רעדנדיקער משפּחה; הגם ער האָט גוט געקענט עטלעכע שפּראַכן, איז זײַן ייִדיש געווען זייער שוואַך. אינעם יאָר 1892 האָט ער איבערגעגעבן אין דער רעדאַקציע פֿון "די צוקונפֿט" זײַן ערשטן פּאָפּולער-וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל, "דער אָנהויב פֿון כעמיע", אָנגעשריבן אויף רוסיש; דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, האָט איבערגעזעצט דעם אַרטיקל אויף ייִדיש. קאַספּע איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף קאַהאַנען פֿאַר זײַן "שרעקלעך עם-הארצישער" איבערזעצונג פֿונעם טערמין "ספּעקטראַלער אַנאַליז" ווי "די פֿאַרבן פֿון רעגנבויגן", און האָט צוויי יאָר נישט געדרוקט דאָרט קיין אַרטיקלען.
שפּעטער, האָט קאַספּע באַשלאָסן זיך איבערצובעטן מיט קאַהאַנען, און אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש, הגם, בײַם אָנהייב, איז עס געווען זייער שווער; מיט דער צײַט, האָט ער אויסגעאַרבעט אַ פּרעכטיקן ליטעראַרישן סטיל. קאַספּע איז געווען איינער פֿון די ערשטע "פֿאָרווערטס"-שרײַבער.
ד״ר קאַספּעס האָט געשריבן זײַנע אַרטיקלען אין אַ טשיקאַוון, לעבעדיקן סטיל, און האָט ליב געהאַט צו באַטראַכטן די סאַמע פֿרישסטע אַנטדעקונגען און די מעגלעכע צוקונפֿטיקע טעכנאָלאָגיעס. למשל, סוף 19טן יאָרהונדערט, אין אַ אַרטיקל וועגן פֿאָטאָגראַפֿיע, האָט ער פֿאָרויסגעזאָגט די קומענדיקע דערפֿינדונג פֿון טעלעוויזיע. ער פֿלעגט שרײַבן וועגן הימל-רײַזעס מיט לופֿט-באַלאָנען, עלעקטראָ-מאַגנעטישע כּוחות פֿון די אַטאָמען, טשיקאַווע קונצן מיטן לופֿט־דרוק.
אינעם הײַנטיקן "פֿאָרווערטס" ווערן אויך געדרוקט אַרטיקלען אויף וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס. דער אונטערשייד שטעקט אָבער אין דעם, אַז אין קאַספּעס צײַט, האָבן די ייִדישע סאָציאַליסטישע כּלל-טוער געשטרעבט צו באַקענען מיט די יסודות פֿון וויסנשאַפֿט די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח-אייראָפּע, וואָס פֿאַר זיי איז ייִדיש געווען די ערשטע, און אָפֿט די איינציקע, שפּראַך. להיפּוך, זענען די הײַנטיקע ייִדישיסטן, על-פּי-רובֿ, געבילדעטע מענטשן, וועלכע קאָנען זיך גרינג באַקענען מיט די פֿרישסטע וויסנשאַפֿטלעכע נײַעס אויף ענגליש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. די ייִדיש-סטודענטן פֿון איניווערסיטעטן, ווי אויך סתּם ייִדיש-ליבהאָבער, שאַצן אָפּ אונדזערע וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, דער עיקר, דווקא צוליב דער שפּראַך.
ייִדיש דינט הײַנט ווי אַ נאַטירלעך מיטל פֿון עלעמענטאַרער וויסנשאַפֿטלעכער בילדונג אין די גאָר פֿרומע חרדישע שולן, וווּ מע לערנט בלויז די יסודות פֿון אַריטמעטיק, געאָגראַפֿיע און אַנדערע געביטן פֿון נאַטור-וויסנשאַפֿט, נישט "פֿאַרקריכנדיק" צו הויך. ס׳איז פּאַראַדאָקסיש, אַז די וועלטלעכע בילדונג אויף ייִדיש, וועלכע איז געווען מיט הונדערט יאָר צוריק אַסאָציִיִרט מיט אַטעיִסטישע, צומאָל שטאַרק אַנטי-רעליגיעזע קרײַזן, אַנטוויקלט זיך איצט בלויז אין אַזעלכע ערטער, ווי וויליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק. קיין ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע בילדונג-אַנשטאַלטן, וווּ מע זאָל לערנען אויף ייִדיש וועגן אינטעגראַלן אָדער אײַנשטיינס טעאָריע פֿון רעלאַטיווקייט, איז הײַנט נישטאָ.
צי זאָל מען זאָגן, אַז די "ייִדישע וויסנשאַפֿט" פֿון אַבֿרהם קאַספּע און אַנדערע מחברים פֿון וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען און ביכער אויף ייִדיש, איז מער נישטאָ? איך מיין, אַז נישט: כּל-זמן מע שרײַבט אויף ייִדיש אויף וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס — הגם מיט אַנדערע צוועקן און פֿאַר אַן אַנדער עולם — בלײַבט זי לעבן.