הומאָר

האָט איר זיך אַ מאָל אַרומגעקוקט און באַמערקט די מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אײַך? אין אײַער וועלטל, הייסט עס. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן זיי אויף אײַך? אַרום מיר האָבן זיך דורך די יאָרן אַרומגעדרייט אַ טוץ טויטע נשמות. מײַן מאַמע פֿלעגט אָפּשאַצן אַ טויטע נשמה אַזוי:

— ווייסט, מירעשי; מײַן באַקאַנטע, די קרומע שׂרה, איז אַ טויטע נשמה. קוים וואָס זי רירט זיך. די ווערטער אירע בלאָנקען ערגעץ אַרום בײַ איר אין מויל ביז זי שפּײַט זיי קוים, קוים אויס. מ׳קאָן אָנווערן די נשמה ביז זי איז פֿעיִק עפּעס צו זאָגן. ס׳פֿעלט איר אַ ראָזשינקע.

אַ חוץ די טויטע נשמות, קען איך אויך אַ לעבעדיקע לוסטיקע חבֿרה, וואָס קאָנען לאַכן; אַפֿילו ווען ס׳איז זיי אָנמאַזאָליעט אויפֿן האַרצן. זיי קענען אינספּירירן, דער­ציילן אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. זייער אָב­סער­וואַציע איז ווי אַ לאַמטערנע, עס באַ­לײַכט אַ סיטואַציע און ענדיקט זיך מיט אַ גע­לעכטער און אַ שפּאַס. האָב איך דאָך אָנגע­הויבן מיט טויטע נשמות, וועל איך אײַך אָפּשילדערן, וואָס עס איז אַזוינס אַ טויטע נשמה.

אָט, למשל, האָבן מיר געהאַט גוטע פֿרײַנד — אַ משפּחהלע: מאַן און ווײַב און קינדערלעך. מיר האָבן זיך זעלטן געזען ווײַל ביידע, מאַן און ווײַב, זײַנען געווען טויטע נשמות. און כאָטש זיי האָבן געהאַט אַ נאָמען אויף דער ייִדישער גאַס, זײַנען זיי פֿאָרט געווען טויטע נשמות. איין מאָל זײַנען מיר אַוועק אין אַ פֿאָרשטאָט אָפּזומערן אַ וואָך אין די בערג. און אַזוי ווי קיין גרויסע גבֿירים זײַנען מיר נישט געווען, האָבן מיר באַשלאָסן צו עסן אַליין צוגעגרייטע "סענדוויטשן" אַנשטאָט צו גיין אין די רעסטאָראַנען. יעדעס מאָל וואָס מיר זײַנען אַרויס אויף אַ וויטשעטשקע (אויספֿלוג) אין אַ דערבײַיִק וועלדל, האָבן מיר פֿאַרשפּרייט אַ קאָלדרע אויפֿן גראָז, די קינדער האָבן זיך געשפּילט אין לויפֿערלעך און באַהאַלטעלעך, אַרומגעברויעט. אין מיטן דערינען האָט דאָס זונדעלע פֿון אונדזער פֿרײַנד — אַ ייִנגעלע פֿון אַ יאָר פֿינף אָדער זעקס — געכאַפּט דעם טאַטן און געבעטן ער זאָל שפּילן אין באַלעם מיט אים. האָט דער טאַטע זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל ער איז געווען אַ צוגעלייגטער מענטש. האָט אים דאָס זונדעלע געבעטן ער זאָל אויפֿשטיין און ער וועט אים ווײַזן ווי אַזוי ער זאָל זיך שפּילן מיט אים. איז דער טאַטע אויפֿגעשטאַנען און מיט פֿאָרשנדיקע אויגן געוואַרט דאָס קינד זאָל אים לערנען. האָט דאָס זונדעלע אים געלערנט:

— טאַטע! איך וויל דו זאָלסט מיך אָננעמען פֿאַר די היפֿטן און אויפֿהייבן אין דער לופֿטן און מיך אַראָפּלאָזן מיטן געשריי "האָפּלאַ!" צוויי מאָל: איין מאָל ווען דו הייבסט מיך אויף און ס׳צווייטע מאָל ווען דו לאָזט מיך אַראָפּ.

און דער יונגער טאַטע האָט אַזוי געטאָן און אַלץ איז אַוועק כּשר וישר. בלויז איך בין געבליבן זיצן ממש געפּלעפֿט. אָט דאָס הייסט אַ טויטע נשמה.

אין ניו־יאָרק דרייט זיך אַרום אַ פּאָר פֿאָלק; צוויי טויטע נשמות. זי זעט אַלע מאָל אויס ווי זי איז ערשט אַרויס פֿון אַ וואַשמאַשין, און ער — פֿון אַ טריקן־מאַשין. קוים וואָס זיי באַוועגן זיך און קוים וואָס זיי רירן זיך. און ביידע זײַנען אין מיטעלן עלטער; אַן עלטער, וואָס מ׳קאָן נאָך אָפּטאָן אַ וועלט. זי טראָגט אַ נומער צען שיך און ער — זעקס. זי איז די דעה־זאָגערין. ער איז דער לעמעשקע. איך רוף אים "סענדערל די ייִדענע", און זי — "די פּאָקרישקע". אַנומלטן טרעף איך אים אין גאַס און ער צעגיסט זיך ווי ער וואָלט דאָ אָנגעטראָפֿן אויף אַ לײַבלעכן קוזין.

— דו אַרבעטסט נאָך?

— פֿאַר וואָס פֿרעגסטו?

— סתּם אַזוי. ווײַל אויב נישט זוך איך אַ שטעלע.

— איך שטיי דיר אין וועג?

— חס־ושלום! גאָרנישט. אַזוי זיך גע­וואָלט וויסן.

— נוגע וואָס? — צי איך ווײַטער פֿון אים אַ וואָרט ווי דזשעגעכץ.

— נוגע, איך זיץ אין דער היים. און אין דער היים איז נישט אַזוי אינטערעסאַנט צו זיצן. די הינט בילן, די קעץ מיאַוקען, די אויטאָס רעווען, די אַמבולאַנסן סטראַשען...

— ווי לאַנג זיצסטו שוין? — וויל איך וויסן.

— זינט פֿאַראַיאָרן חנוכּה. מיר זײַנען געווען אויף אַן אונטערנעמונג, ווײַל זיי האָבן סערווירט לאַטקעס. און ווייסט דאָך ווי איך האָב ליב געפּרעגלטע לאַטקעס אין שמאַלץ.

— כ׳ווייס! — האָב איך אים פֿאַרזיכערט צווישן איין גענעץ מיט אַ צווייטן. — מ׳זעט אין בײַכל, אַז דו האָסט נישט נאָר ליב אַ יײַכל נאָר די קניידלעך אויך.

ער האָט געשמייכלט און די סליונע איז אים אַזש גערונען אונטער דער ליפּ.

איך מוז אײַך זאָגן, אַז אַ טויטע נשמה האָט נישט צו טאָן מיט עלטער. איך האָב געקאָנט קינדער, וואָס זײַנען געוואַקסן טויטע נשמות; מעשׂה מענטש, איז איינער אויסגעוואָקסן אַן אמתע טויטע נשמה און פֿאַרנעמט זיך מיט קהלישע ענינים. דער צווייטער איז אַרויס אַן אָנגעזעענער וויסנשאַפֿטלער, וואָס קען פֿאַרשלעפֿערן אַ פּאָלק סאָלדאַטן אין קלאַס. נאָך קינדווײַז אָן האָט דער וויסנשאַפֿטלער נישט געקאָנט פֿאַרנעמען קיין קאָנקורענץ. בײַם פֿאַרשפּילן אין פֿוסבאָל האָט ער אַלע מאָל געוויינט. בײַם פֿאַרשפּילן אין יאָגעלעך, האָט ער אַלע מאָל געבעטשעט. ער האָט נאָר געמוזט געווינען, אָבער ס׳איז אים אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. דער אַנדערער, ווידער, האָט אַלע מאָל געשמייכלט. עס האָט געקאָנט זײַן אַ טרעוואָגע, אַ סומאַטאָכע, אַן ערד־ציטערניש, האָט דאָס קינד געשמייכלט. אפֿשר איז ער געבוירן געוואָרן אַ שמייכ­לענדיקער. כ׳ווייס נישט, ווײַל כ׳בין נישט געשטאַנען דערבײַ. און אַז מען ווענדט זיך צו אים מיט אַ בקשה, קריגט מען אַנשטאָט אַן ענטפֿער, אַ בחינמדיקן שמייכל. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ביידע — סײַ דער ויזתא און סײַ דער וויינער — זײַנען נישט נאָר אויסגעוואַקסן טויטע נשמות, נאָר זיך צוגעאייגנט ווײַבער, טויטע נשמות.

און אַז מ׳האַלט שוין בײַ שמייכלען, האָט זיך אַרומגעדרייט אַ שישקע אויף דער ייִדישער גאַס, וואָס האָט אַלע מאָל געשמייכלט. ער האָט געהאַט ווײַסע ליפּע­לעך, בלאַסע בעקעלעך און אַ באַהאַלטענע נשמה. ווי טיף זײַן נשמה האָט זיך באַהאַלטן אין אים ווייס איך נישט. איין זאַך ווייס איך, ער האָט געמוזט זײַן אַ וויסקראָבעק (אַ קינד, וואָס ווערט געבוירן בײַ אַן על­טערער פֿרוי שוין בײַם סוף פֿון אירע גע­בער־מעגלעכקייטן). זײַן נשמה האָט גע­מוזט סקראָבען טעגלעך דעם באָדעם פֿונעם גאָלד־פֿעסעלע, ווײַל אַז אַ ייִד האָט אים געפֿרעגט: "איך וויל אַרויסגעבן אַ בוך וואָס האָט צו טאָן מיטן אוצר פֿון דער עטימאָלאָגיע פֿון ייִדישע ווערטער, וואָס זײַנען געקומען פֿון ייִדישע שטעט, שטעטלעך און ייִשובֿים, און עס פֿעלט מיר נאָר טויזנט דאָלאַר דאָס צו פֿאַרענדיקן" — האָט דער שמייכלענדיקער שטראָז אַ זיפֿץ געטאָן ווי אַן אַלטע ייִדענע, געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף ניין, און געשמייכלט. דער מענטש, קאָן איך אײַך פֿאַרזיכערן, האָט בכלל קיין נשמה נישט געהאַט. דערויף בין איך אַ לעבעדיקער עדות, ווײַל אין תּוך איז בײַ אים געווען אַ לאָך.

ווער איז אָבער אַ לעבעדיק, לוסטיק באַ­שעפֿעניש? יאָ, מיר האָבן געהאַט אַ פֿרײַנד. דאַכט זיך, אַז איך האָב שוין וועגן אים געשריבן. ער איז געווען יהואשעס אייניקל און געהייסן האָט ער אייוויש. אַ הויכער, סטאַטעטשנער, אָנציִענדיקער מאַנספּאַרשוין, איז ער געבוירן געוואָרן מיט אַ מום. עס האָבן אים געפֿעלט צוויי מיטלסטע פֿינגער אויף דער רעכטער האַנט. נו, האָט עס אים אָפּגעהאַלטן פֿון זײַן חי־געלעבט? אַ נעכטיקער טאָג. ער האָט געשפּילט אויף דער גיטאַרע — און דווקא אין גרעניטש־ווילעדזש — ייִדישע לידער, און געזונגען. און זײַנע דרײַ קינדער האָבן אַרום אים געטאַנצט און געלאַכט, און זיך מחיה געווען. אָרעם זײַנען זיי געווען, ווײַל אייוויש האָט ווייניק פֿאַרדינט. אָבער דאָס האָט זיי נישט אָפּגעהאַלטן פֿון פֿאַרוואַנדלען יעדן טאָג אין אַ יום־טובֿ. דער בחור איז פֿרי אַוועק פֿון דער וועלט. אָבער כּל־זמן ער האָט געלעבט, האָט ער געלעבט אַ גוטן טאָג.

די מענטשהייט טיילט זיך אָבער נישט אין לעבעדיקע און טויטע נשמות. ווען ס׳קומט צו נשמות, איז אדם אַ מענטש און איש איז אַ מענטש, און גבֿר איז אַ מענטש. עס איז אָבער פֿאַראַן אַ וועלט מיט צווישנדיקע, גוטע נשמות און רשעים; אַרײַנקריכער אין דער נשמה און אַזעלכע וואָס לאָזן לעבן, נישט פֿאַרגינערס און אומשולדיקע נשמות, אַן אָפּגעלעבטע נשמה און פֿאַרפֿאַלענע נשמה, אַ דאָקוטשענדיקע נשמה און אַ טײַערע נשמה. ס׳ווענדט זיך בלויז בײַ וועמען די נשמה שטייט אײַן. איך בין אַלע מאָל געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז די ציוויליזאַציע קולטיווירט די נשמות פֿון דעם מין מענטש.

אין חומש בראשית ב׳ ווערט געזאָגט, אַז ווען גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטש, האָט ער — "ויפֿח באפּיו נשמת חיים" — ס׳הייסט: גאָט האָט אַרײַנגעבלאָזן אין די נאָזלעכער פֿונעם מענטש די נשמה פֿון לעבן. אין תּנ״ך קאָן מען אויך געפֿינען אַ באַצייכענונג פֿאַר דער נשמה מיטן וואָרט נפֿש און רוח. די קבלה מאַכט אַן אונטערשייד צווישן די דרײַ באַגריפֿן: די נשמה, באַצייכענען די קאַבאַליסטן, איז אַ הויך וועזן; רוח — איז נידעריקער, און דאָס נידעריקסטע — איז נפֿש, וואָס האָט אַ סך געמיינזאַמס מיט אַנדערע בעלי־חיים ווי בהמות און חיות. דער רמב״ם האַלט, אַז די העכערע נשמה דערוועבט זיך דער מענטש אין לעבן דורך לערנען, דורך דערגיין די חכמה וועגן דער געטלעכקייט. און אויב די ציוויליזאַציע וואָלט קולטיווירט די נשמה פֿונעם מענטש, וואָלטן מיר אפֿשר נישט דערגאַנגען אַזוי שנעל צום גועל נפֿש.