‫פֿון רעדאַקציע

אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער מלחמה אין איראַק; דער פּאַלעסטינער צווישנקריגערײַ פֿאַר דער מאַכט; די איראַנישע פֿיפֿיקע טריקס בײַם געווינען צײַט פֿאַר זייער וואָפֿן־פּראָגראַם; דער סירישער אומבאַהאָלפֿענער שפּיל צווישן מערבֿ און איראַן און נאָך צענדליקער אַנדערע סכּנותדיקע פֿאַקטאָרן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן סדר־היום, ליגט פּאַקיסטאַן מיט זײַן פּעקל פּראָבלעמען דערווײַל אָפּגערוקט אין אַ זײַט, מיטן שטעמפּל "נישט פֿון די ברענענדיקע".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעד­זשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָ­מישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט,

טעאַטער
מאַלי פּיקאָן רעקאָרדירט אין סטודיאָ, 1960ער יאָרן

ביזן 22סטן סעפּטעמבער, 2007, וועט מען קענען באַזוכן די אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער אַקטריסע מאַלי פּיקאָן, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער טעאַטער־היסטאָריקערין און אַמאָליקער אַקטריסע, דינה ציפּקין. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון מער ווי צוויי הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס, מוזיק־בויגנס, סקריפּטן, אַרטיקלען, קאָסטיומען,

פּובליציסטיק
די צוויי פּאָרפֿעלקער (פֿון רעכטס): מיכאל הרמון און מלכּה קאַפֿקאַ; אורה און צוריאל קוּוואַריק

בעת אַ וויזיט אין פּוילן מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט פֿינעף טעג אין וואַרשע. דאָס מזל האָט מיר צוגעשפּילט, ווײַל פּונקט אין יענעם סוף־וואָך האָט מען אין דער אָרטיקער "נאָזשיק־שיל" געפּראַוועט אַ בר־מיצווה, דאָס געבן אַ נאָמען אַ מיידעלע, און צוויי חתונות!

דאָס פּינטעלע ייִדיש, געשיכטע
חשבון־ביכער און פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען בײַ דער

די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען באַ­רימען זיך זייער אָפֿט מיט זייער גרויסקייט, איבערהויפּט מיט די גרויסע סומען געלטער, וועלכע זיי נעמען אַרײַן און גיבן אַרויס אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען פֿון זייער צײַטונג. דער "פֿאָרווערטס" קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען ווען עס קומט צו געלט. זייער פֿעלד איז אַ ברייטערער און דעריבער, נאַטירלעך, קע­נען זיי האָבן אַ גרעסערע סירקוליישן [טי­ראַזש] און אַ גרעסערע אײַנקונפֿט פֿון אַד­ווערטײַזמענט [רעקלאַמע].

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי גאָר וויכטיקע יסודות פֿון ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט אַהבֿת-השם — די מיצווה ליב צו האָבן דעם אייבערשטן, און אַחדות-השם — צו גלייבן און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז דער איינציקער ג-ט. אַחוץ דעם, ווערן אין דער פּרשה אויך איבערגעחזרט די צען געבאָטן און אָנגעזאָגט עטלעכע מיצוות, וואָס זענען באַזונדערס מסוגל צו פֿאַרשטאַרקן די יסודות פֿון אמונה: קריאת-שמע, תּפֿילין,

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די פּעריפֿעריע פֿון טאָלעדאָ, 1929

"In Celebration of David Bomberg", The Daniel Katz Gallery, 13 Old Bond St., London

London Senses and Experiences — Ben Uri Gallery, London NW8


די "לאָנדאָנער שול" אין דער מאָדער­נער ייִדישער קונסט איז ניט אַזוי באַקאַנט ווי די "שול פֿון פּאַריז", אָבער די צוויי אויס­שטעלונגען, וועלכע קומען פֿאָר איצט אין לאָנדאָן, וועלן אפֿשר העלפֿן אויספֿילן דעם דאָזיקן בלויז.

פֿאַרשײדנס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעאָ פֿריד, 2007

לעאָ פֿריד איז געבוירן געוואָרן אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. ער האָט זיך דאָרט געלערנט אין דער תּלמוד־תּורה אויף דער ראָדני־גאַס, וואָס דער שׂכר־לימוד האָט דע­מאָלט באַטרעפֿט 25 סענט אַ וואָך. זײַן טאַטע האָט געלייענט דעם "טאָג־מאָרגן־זשורנאַל", זײַן מומע — די "פֿרײַהייט" — אַ טיפּישע ייִדישע משפּחה פֿון ברוקלין. אָבער דאָס פֿרידלעכע משפּחה־לעבן האָט זיך איבערגעריסן אין נאָוועמבער, 1942, ווען מע האָט לעאָ גענומען אין מיליטער.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האָט איר זיך אַ מאָל אַרומגעקוקט און באַמערקט די מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אײַך? אין אײַער וועלטל, הייסט עס. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן זיי אויף אײַך? אַרום מיר האָבן זיך דורך די יאָרן אַרומגעדרייט אַ טוץ טויטע נשמות. מײַן מאַמע פֿלעגט אָפּשאַצן אַ טויטע נשמה אַזוי:

פּובליציסטיק, קינאָ

אַז איינער איז רײַך און האָט אַ גרינג לעבן, זאָגט מען אויף אים: ער לעבט ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס לעבן אין הימל איז גאַנץ גוט, אָבער אין פֿראַנקרײַך — נאָך בעסער. שוין הונדערטער יאָרן איז דער פֿראַנצויזישער לעבנס־שטייגער באַרימט ווי אַ שיינער און אַ באַקוועמער, ספּעציעל, אין פֿאַרגלײַך מיט די קאַלטע פּראָטעסטאַנטישע לענדער — דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַמעריקע, למשל.

טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַטאַנאַסיוס קירטשערס מאַפּע פֿון אַטלאַנטיס, 17טער יאָרהונדערט

אין די ווערק פֿון אַ סך שרײַבער און קינאָ־רעזשיסאָרן פֿיגורירן אויסגעטראַכטע הײַזער, גאַסן, דערפֿלעך און שטעט, ווי אויך גאַנצע פּלאַנעטן און וועלטן, וואָס זייער געשיכטע, געאָגראַפֿיע און לעבנס־שטייגער זענען אַזוי פּרטימדיק באַשריבן, אַז עס דאַכט זיך, אַז די דאָזיקע ערטער עקזיסטירן אַפֿילו מער רעאַל, ווי די עכטע שטעט און לענדער. אין אייניקע פֿאַלן, ווערט די געשיכטע פֿון געוויסע אויסגעטראַכטע פּלעצער און פּערסאָנאַזשן מער ערנסט און פּרטימדיק געפֿאָרשט און באַשריבן, ווי ס׳רובֿ רעאַלע ערטער.