מאַלי פּיקאָן רעקאָרדירט אין סטודיאָ, 1960ער יאָרן |
ביזן 22סטן סעפּטעמבער, 2007, וועט מען קענען באַזוכן די אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער אַקטריסע מאַלי פּיקאָן, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער טעאַטער־היסטאָריקערין און אַמאָליקער אַקטריסע, דינה ציפּקין. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון מער ווי צוויי הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס, מוזיק־בויגנס, סקריפּטן, אַרטיקלען, קאָסטיומען, טעאַטער־פּראָגראַמען און נאָך דאָקומענטן און געפֿינט זיך אין דער "ווינסענט אַסטאָר־גאַלעריע" אין דער שטאָטישער ביבליאָטעק פֿון פֿאָרשטעלונג־קונסט, 40 לינקאָלן־צענטער־פּלאַזאַ, אין מאַנהעטן.
געבוירן אין 1898 אין ניו־יאָרק, איז מאַלי פּיקאָן אויפֿגעוואַקסן אין פֿילאַדעלפֿיע און איז אַרויף אויף דער בינע גאָר יונג. איר מאַמע, אַ שנײַדערין, האָט גענייט קליידער פֿאַר די אַקטריסעס און געוואָרן אַ גאַרדעראָבערין. פּיקאָן האָט געשפּילט אין ענגלישן וואָדעוויל־טעאַטער מיט סוקצעס, אָבער ערשט אין דער ייִדישער פּיעסע "יאַנקעלע", 1923, איז זי געוואָרן אַ "שטערן" אינעם ייִדישן טעאַטער. מיט דער הילף פֿון איר מענעדזשער, דראַמאַטורג, אַקטיאָר און מאַן, יעקבֿ קאַליך, איז מאַלי פּיקאָן געבליבן אַ "שטערן" לאַנגע יאָרן. מיט איר ווויל־יונגערישקייט, איר אַקראָבאַטישקייט און אָנשטעקיקער פֿרייד, האָט דער עולם אויף סעקאָנד־עוועניו זיך פֿאַרליבט אין איר.
די קוראַטאָרין ציפּקין האָט נישט בלויז באַשריבן וואָס מע זעט אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן, נאָר אויך צוגעגעבן טשיקאַווע אַנעקדאָטן וועגן געוויסע פֿאָרשטעלונגען, און אַ אָמאָל פּערזענלעכע זכרונות פֿון איר באַקאַנטשאַפֿט מיט מאַלי פּיקאָן. די אויסשטעל־וויטרינעס זענען אויסגעסדרט כראָנאָלאָגיש — פֿון מאַליס יוגנט־ראָלעס ביז אירע יאָרן אויף דער ענגלישער בינע.
מאַלי פּיקאָן און מוני סערעבראָוו אין אַ סצענע פֿון "סיידי איז אַ לייד", 1930ער יאָרן |
די פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון פּיקאַנס טאַלאַנט האָט ספּעציעל געמאַכט אַ רושם אויפֿן עולם. אין "צאַרעוויטש פֿיאָדאָר" איז זי אַרײַנגעפֿאָרן אויף אַ פֿערד רײַטנדיק (1927), אין דער דראַמע "דאָס צירקוס מיידל" איז זי געהאַנגען אויף אַ טראַפּעז (1929), אין "די קאָמעדיאַנטקע" איז זי אַרײַנגעשפּרונגען אין אַ ציסטערנע וואַסער. עס איז אויך נישט זייער באַקאַנט, אַז מאַלי פּיקאָן האָט געשריבן די ווערטער צו אַ סך פֿון די לידער וואָס זי האָט געזונגען. די קאָמפּאָזיטאָרן יוסף רומשינסקי און אייב עלשטיין האָבן מיטגעאַרבעט מיט איר אַ סך יאָרן.
די הײַנטיקע דורות, וואָס האָבן פֿאַרשפּעטיקט צו זען מאַלי פּיקאָן אויף דער בינע קענען האָבן גרויס הנאה פֿון אירע דרײַ ייִדישע פֿילמען: דער קלאַסישער "ייִדל מיטן פֿידל" פֿילמירט אין פּוילן, (1936), דער אַמעריקאַנער פֿילם "מאַמעלע" (1938) און דער שטום־פֿילם "מיזרח און מערבֿ" (1928), אויך פֿילמירט אין מיזרח־אייראָפּע. אויסצוגן פֿון די פֿילמען קען מען אויך זען אויף דער אויסשטעלונג.
מאַלי האָט זיך אויך באַטייליקט אויף ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען, און ס‘איז געווען אַ חידוש זיך צו דערוויסן, אַז אין די 1930ער יאָרן האָט מען אויף דער ניו־יאָרקער ראַדיאָ־סטאַנציע WMCA, וווּ מע קען הײַנט הערן די "פֿאָרווערטס"־שעה, שוין געהאַט אַ ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם מיט מאַלי פּיקאָן.
אין די 1940ער און 1950ער יאָרן האָט מאַלי פּיקאָן געשפּילט מער און מער אין ענגלישן טעאַטער און אַמאָל אויף טעלעוויזיע. אין 1961, אינעם בראָדוויי־ספּעקטאַקל "מילך און האָניק", באַמערקט ציפּקין, האָט זי געשפּילט סײַ פֿאַר ייִדיש־רעדערס, סײַ פֿאַר זייערע קינדער, ענגליש־רעדערס. אין די 1970ער און 80ער יאָרן האָט זי געזונגען ייִדישע לידער אויף קאָנצערטן פֿאַר גרויסע עולמס איבער דער וועלט.
ווייניק אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע זענען געוואָרן אַזוי באַקאַנט פֿאַר דער גאַנצער וועלט ווי מאַלי פּיקאָן. די אויסשטעלונג גיט אַן אינטערעסאַנט בילד פֿון אַ זעלטענעם לעבן און קאַריערע.