פֿאַרשײדנס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעאָ פֿריד, 2007
לעאָ פֿריד, 2007

לעאָ פֿריד איז געבוירן געוואָרן אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. ער האָט זיך דאָרט געלערנט אין דער תּלמוד־תּורה אויף דער ראָדני־גאַס, וואָס דער שׂכר־לימוד האָט דע­מאָלט באַטרעפֿט 25 סענט אַ וואָך. זײַן טאַטע האָט געלייענט דעם "טאָג־מאָרגן־זשורנאַל", זײַן מומע — די "פֿרײַהייט" — אַ טיפּישע ייִדישע משפּחה פֿון ברוקלין. אָבער דאָס פֿרידלעכע משפּחה־לעבן האָט זיך איבערגעריסן אין נאָוועמבער, 1942, ווען מע האָט לעאָ גענומען אין מיליטער. ער איז געגאַנגען אָן חשק, ווײַל ער איז געווען אַ בן־יחיד און האָט אין זײַן לעבן קיין מאָל נישט פֿאַרלאָזט ברוקלין. מע האָט אים געשיקט אויף איין וואָך דורכצומאַכן די מיליטערישע אויסשולונג אין יעפּהענק, לאָנג־אײַלענד, אין "קעמפּ אַפּטאָן"; דערנאָך גלײַך קיין באַטאָן־רוזש, לויִזיאַנע, צו דער "האַרדינג־לופֿטפֿלאָט־באַזע", וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַן אַדמיניסטראַטאָר. ער איז געווען דער ערשטער ייִד, וואָס אַ סך פֿון די היגע מענטשן אויף דער באַזע האָבן אַמאָל געזען, זיכער דער ערשטער, וואָס טראָגט ציצית און לייגט יעדן טאָג תּפֿילין.

נישט געקוקט אויף דעם, האָט פֿריד געלעבט בשלום מיט די מענטשן אויף דער באַזע, וואָס זענען געווען ס׳רובֿ פֿון די דרום־שטאַטן. ער האָט נישט געגעסן דאָס טריפֿענע פֿלייש וואָס די אַרמיי האָט ראַציאָנירט, און אויף דער ריי אין עסזאַל זענען הינטער פֿריד געשטאַנען די סאָלדאַטן, וואָס האָבן געוואָלט באַקומען זײַן פּאָרציע. מיט זיי האָט ער אויך אָפּגערעדט, זיי זאָלן אַנשטאָט אים אַרבעטן שבת, און ער אַנשטאָט זיי — זונטיק.

פֿרידס אמתע אַוואַנטורעס האָבן זיך אָנגעהויבן, ווען מע האָט אים געשיקט איבערן ים, אין דעצעמבער, 1942. אויף דער שיף "ס.ס. מאַריפּאָסאַ" פֿון ווירדזשיניע איז ער דורך דרום־אַמעריקע, איבערן רויטן ים, אָנגעקומען קיין קאַיִר, עגיפּטן. צווישן די ערשטע זאַכן, וואָס ער האָט דאָרטן געזען, איז געווען אַ שיל, וואָס די נאַציס האָבן אַדורכגעשאָסן פֿון דער לופֿטן. געפֿונען האָט ער זיך אין על־קאַבריט, אין דרום פֿון קאַיִר. איין מאָל איז פֿריד מיט אַ גרופּע ייִדישע סאָלדאַטן געפֿאָרן אויף אַ קורצן באַזוך קיין פּאַלעסטינע. פֿאַר די דרײַ טעג האָט ער געזען ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ און קיבוץ גבֿעת־ברנר.

דערנאָך האָט פֿריד געדינט אין טריפּאָלי, ליביע, אין דער בריטישער 8טער אַרמיי, וווּ ער האָט געאַרבעט צוזאַמען מיטן ייִדישן אַרמיי־קאַפּלאַן לויִס ראַבינאָוויץ, דער אַמאָליקער הויפּט־רבֿ פֿון יאָהאַנעסבורג. ראַבינאָוויץ האָט אים געהאָלפֿן שיקן אַ בריוול צו זײַנע עלטערן אין וויליאַמסבורג; אַ בריוול מיטן קעניגלעכן זיגל "זײַן מאַיעסטעטס דינסט", וואָס ער האָט פֿאַרהיט אין זײַן אַרכיוו ביזן הײַנטיקן טאָג. אין טריפּאָלי האָט פֿריד אויך באַגעגנט דעם באַרימטן גענעראַל מאָנטגאָמערי, פֿון וועמען ער האָט באַקומען אַן אויטאָגראַף.

סוף־כּל־סוף, האָט מען איבערגעפֿירט פֿרידס דיוויזיע קיין אייראָפּע און מע האָט אים סטאַ­ציאָ­נירט אין דער "אַנדאָווער־לופֿטפֿלאָט־באַזע", דרום פֿון לאָנדאָן. ער איז געוואָרן דער גע­הילף בײַ אַ ייִדישן אַרמיי־רבֿ, ראָבערט ס. מאַר­קוס, וואָס איז געווען אַפֿיליִיִרט מיטן רבֿ סטי­ווען ווײַס פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס.

אינגיכן האָט זיך אָנגעהויבן די אינוואַזיע אין נאָרמאַנדיע און פֿריד איז געגאַנגען מיט די אַליִיִרטע כּוחות, פֿון סאַוטהאַמפּטאָן קיין פֿראַנקרײַך, קיין בעלגיע, אַפֿילו ביז צו דער דײַטשישער גרענעץ. בעת דער גרויסער שלאַכט אין די אַרדען־וועלדער איז ער צוריק­געפֿאָרן, קיין מאַאַסטריכט, האָלאַנד.

דער רבֿ האָט געפֿירט די סאָלדאַטן אין דער היגער שיל. אָבער ווען זיי האָבן דערזען, אַז די נאַציס האָבן פֿון איר געמאַכט אַ מעבל־סקלאַד, האָבן זיי פֿרײַוויליק בײַגעשטײַערט $250, כּדי די שיל צו רעמאָנטירן. פֿריד געדענקט נישט, ווער עס האָט געמאַכט דאָס בילד, וואָס מע האָט געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 24סטן דעצעמבער, 1944.

שפּעטער, ווי אַ טייל פֿון די אָקופּאַציע־כּוחות, האָט מען געשיקט פֿרידן קיין ווײַמאַר, נישט ווײַט פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענ­וואַלד. פֿריד איז געווען אַן עדות פֿון די ערשטע טעג נאָך דער באַפֿרײַונג; ער וועט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן די הויפֿנס באַקליידעטע מתים, די קרעמאַטאָריעס און אויוונס.

בסך־הכּל, האָט פֿריד פֿאַרבראַכט כּמעט דרײַ יאָר אין אויסלאַנד, ווײַט פֿון זײַן משפּחה און חבֿרים. בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה האָט זײַן טאַטע אים געשריבן אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט ציטירט שיר־השירים: "מײַן טײַער סאָלדאַטל, אויף מײַן געלעגער בײַ נאַכט האָב איך געזוכט דעם, וואָס מײַן זעל האָט ליב; איך האָב אים געזוכט, און איך האָב אים ניט געפֿונען". מיט גאָטס הילף, שרײַבט ער, וועט מען די נאַציס זיכער צעקלאַפּן, אַזוי ווי דער נבֿיא ישעיה האָט געזאָגט: "לא ישׂא גוי אל גוי חרבֿ". אויך דער בריוו געפֿינט זיך הײַנט אין פֿרידס אַרכיוו.

אַמעריקאַנער ייִדישע סאָלדאַטן פֿון לופֿט־פֿלאָט רייניקן און ברענגען אין אָרדענונג אַ שיל אין דער שטאָט מאַסטריכט, האָלאַנד, וואָס די נאַציס האָבן באַנוצט ווי אַ סקלאַד און פֿאַר אַנדערע צוועקן (ערשטער פֿון רעכטס — לעאָ פֿריד)
אַמעריקאַנער ייִדישע סאָלדאַטן פֿון לופֿט־פֿלאָט רייניקן און ברענגען אין אָרדענונג אַ שיל אין דער שטאָט מאַסטריכט, האָלאַנד, וואָס די נאַציס האָבן באַנוצט ווי אַ סקלאַד און פֿאַר אַנדערע צוועקן (ערשטער פֿון רעכטס — לעאָ פֿריד)