- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
גוט־יום־טובֿ, ייִדן! לכּבֿוד יום־טובֿ ברענגען מיר אַ קראַנץ לידער לכּבֿוד סוכּות און שׂימחת־תּורה — לידער — סײַ פֿריילעכע, סײַ ערנסטע, צוזאַמען מיט אונדזער וואַרעמען וווּנטש אויף אַ גוט און פֿרידלעך יאָר. לאָמיר האָפֿן, אַז מיר וועלן זיך אַלע פֿרייען אין נײַעם יאָר מיט אַלץ וואָס מע וויל זיך ווינטשן. מיר קוקן אַרויס אויף אַ פֿריילעכן, געמיינזאַם־גליקלעכן יום־טובֿ בכל־תּפֿוצות־ישׂראַל.
אַ סוכּות־מעשׂהלע (פֿראַגמענט) פֿון ש. פֿרוג יום־כּיפּור, דאַנקען גאָט, אַוועק, דערלעבט, געטרײַע ברידער, טײַערע חזנטע, איך האָב צוויי וווּנדערלעכע, זיסע און קלוגע צווילינג־טעכטער — רחל און סאַמאַנטאַ. דאָס ערשטע מיידל צו ווערן אַ פֿרוי, וואָס שייך דעם קערפּער, איז געווען סאַמאַנטאַ. זי האָט באַקומען אַ הויט־אויסשלאַק, און איר קערפּער וואַקסט און בײַט זיך כּסדר. זי איז זייער סענסיטיוו אויף דעם. רחל, להיפּוך, איז נאָך קליין. אין גיכן וועלן די צוויי אָנהייבן זיך צוגרייטן צו דער בת־מיצווה און איך זאָרג זיך וועגן סאַמאַנטאַן. דעם 29סטן אָקטאָבער 1933, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן צו דרוקן אַ נײַע סעריע אין דער זונטיקדיקער אויסגאַבע, געשריבן פֿון דער גראַפֿיניע אַלעקסאַנדראַ טאָלסטוי (1884 — 1979), די ייִנגסטע טאָכטער פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער גראַף לעוו טאָלסטוי. מענדל אָשעראָוויטש, דער דעמאָלטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער זונטיקדיקער אויסגאַבע האָט איבערגעזעצט אירע אַרטיקלען פֿון רוסיש אויף ייִדיש, און אַזוי האָבן די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" זיך באַקענט מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון לעוו טאָלסטויס משפּחה. נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, האָט צווישן אַנדערע, געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג. נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער געקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם "מאָרגן־זשורנאַל", אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין "פֿאָרווערטס". לעאָ פֿריד איז געבוירן געוואָרן אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. ער האָט זיך דאָרט געלערנט אין דער תּלמוד־תּורה אויף דער ראָדני־גאַס, וואָס דער שׂכר־לימוד האָט דעמאָלט באַטרעפֿט 25 סענט אַ וואָך. זײַן טאַטע האָט געלייענט דעם "טאָג־מאָרגן־זשורנאַל", זײַן מומע — די "פֿרײַהייט" — אַ טיפּישע ייִדישע משפּחה פֿון ברוקלין. אָבער דאָס פֿרידלעכע משפּחה־לעבן האָט זיך איבערגעריסן אין נאָוועמבער, 1942, ווען מע האָט לעאָ גענומען אין מיליטער. ווען דזשעק זײַדענבערג האָט דעם חודש באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־אויסשטעלונג אינעם "מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק", האָט ער נישט געוווּסט, אַז עס וואַרט דאָרט אויף אים אַ סורפּריז: אויפֿן בילד פֿון די באַרימטע ייִדישע אַטלעטן איז געווען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ער האָט דערקענט פֿון זײַן משפּחה־אַלבאָם. אַ בילד פֿון זײַן ברודער, האַראָלד זײַדענבערג, אַן אַמאָליקער שפּילער פֿאַר דער אַמעריקאַנער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון קאָרנעל־אוניווערסיטעט, האָט מען געדרוקט אין אונדזער קונסט־בײַלאַגע אין 1952. יעדער אַרכיוו, ווי באַוווּסט, איז אַ גײַסטיקער אוצר. דער אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס" איז דערווײַל אַן אוצר, וואָס זײַנע ווערטן זײַנען נאָך ווייניק געפֿאָרשט, און וואַרטן אויף זייער שעה. אָבער יעדעס מאָל, אַ דאַנק דער רובריק "אַ בליק אויף צוריק", וואָס גייט שוין אָן עטלעכע יאָר, האָט אונדזער לייענער די מעגלעכקייט זיך אומצוקוקן אויף צוריק און זיך צורירן מיטן בליק צו אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז נאָך אַ פּובליקאַציע, רופֿן זיך די לייענער אָפּ אויף איר מיט זייערע דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעט בילד, געשעעניש, פּערזענלעכקייט. אַזוי וואַרפֿט זיך איבער אַ בריקל פֿון צײַט — פֿון הײַנט אינעם נעכטן און פֿאַרקערט. אַזוי ווערט פֿאַרהיט דער אָנדענק פֿון אַוועקגעגאַנגענע דורות.
אין טאָראָנטאָ שטייען זעקס שילן, געגרינדעט פֿון פֿאַרשידענע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. פּראָפֿעסאָר ראָבערט בערלי, אַ באַקאַנטער לאַנדשאַפֿט־פֿאָטאָגראַף האָט אַראָפּגענומען אַ סעריע בילדער און האָט אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערציילט, פֿאַר וואָס די טעמע פֿאַרכאַפּט אים אַזוי.
|