פֿאָטאָ־אַרכיװ‬
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
א. ד. כּהן
א. ד. כּהן

יעדער אַרכיוו, ווי באַוווּסט, איז אַ גײַסטיקער אוצר. דער אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס" איז דערווײַל אַן אוצר, וואָס זײַנע ווערטן זײַנען נאָך ווייניק געפֿאָרשט, און וואַרטן אויף זייער שעה. אָבער יעדעס מאָל, אַ דאַנק דער רובריק "אַ בליק אויף צוריק", וואָס גייט שוין אָן עטלעכע יאָר, האָט אונדזער לייענער די מעגלעכקייט זיך אומצוקוקן אויף צוריק און זיך צורירן מיטן בליק צו אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט.

נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז נאָך אַ פּובליקאַציע, רופֿן זיך די לייענער אָפּ אויף איר מיט זייערע דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעט בילד, געשעעניש, פּערזענלעכקייט. אַזוי וואַרפֿט זיך איבער אַ בריקל פֿון צײַט — פֿון הײַנט אינעם נעכטן און פֿאַרקערט. אַזוי ווערט פֿאַרהיט דער אָנדענק פֿון אַוועקגעגאַנגענע דורות. אַזוי ווערט אַרײַנגעשריבן נאָך איין קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק.

דעם בריוו, אַרײַנגעשיקט אינעם "פֿאָרווערטס" מיט 82 יאָר צוריק, האָט אַפּגעזוכט אונדזער מיטאַרבעטאָרין חנה פּאָלאַק. מעגלעך, אַז דער בריוו אַליין — באַגראָבן צווישן טויזנטער אַנדערע בריוו פֿון לייענער, אַרײַנגעשיקט אין פֿאַרשידענע יאָרן און פֿון פֿאַרשידענע מקומות, וווּ ס‘האָט זיך נאָר געפֿינען אַ ייִדיש לייענער — וואָלט נישט צוגעצויגן דעם בליק פֿון אונדזער אַרכיוויסטקע, ווען נישט די עטלעכע פֿאָטאָ־בילדלעך, טאַלאַנטירטע צייכענונגען פֿונעם מחבר פֿונעם בריוו, דעם מאָלער א. ד. כּהן פֿון אַ קליין שטעטל יאַנעווע אין ליטע.

אָט איז דער בריוו, געשריבן דעם 25סטן יוני, 1925:

צום געערטן רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס",

זייער חשובֿער הער!

בײַ מיר געפֿינט זיך אַ ריי מײַנע געשאַפֿענע קינסטלערישע צייכנונגען און בילדער. לויט מײַן מיינונג קענען פֿיל פֿון זיי זײַן אַ גוטער מאַטעריאַל פֿאַר אײַער פּראַכטפֿולער קונסט־בײַלאַגע, אין וועלכער איר גיט אָפֿט רעפּראָדוקציעס און בילדער פֿון דער אַלטער היים.

צוזאַמען מיט מײַן בריוו, שיק איך פֿאָרלויפֿיק אייניקע פֿאָטאָגראַפֿישע קאָפּיעס פֿון מײַנע אַרבעטן:

1) "הנני" געבעט.
2) חשבון־הנפֿש.
3) אין דאַוונען.
4) אַן אתרוג מהודר.
5) מען לייענט די החלטות פֿון סאַן רעמאָ וועגן ארץ־ישׂראל.

אויך שיק איך מײַנס אַ פֿאָטאָגראַפֿיש בילדל און אַ קאַטאַלאָג פֿון מײַן אויסשטעלונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין בערלין, פֿון וועלכן איר וועט קענען זיך דערוויסן מער פּרטים וועגן מיר און מײַנע אַרבעטן.

דער צוועק פֿון מײַן ווענדונג צו אײַך איז מײַן ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג אויפֿן קונסט־געביט, וועלכע איז געבונדן דורך מײַן עקאָנאָמישן מצבֿ. מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן מײַנע אַרבעטן דורך אײַער צײַטונג, גלייב איך צו פֿאַראינטערעסירן מײַנע אַמעריקאַנער קרובֿים פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער זײַט וועל איך צושטעלנדיק אײַך בילדער־מאַטעריאַל באַקומען אַ באַלוינונג און אַזוי אַרום וועט זיך מיר אפֿשר דאָך אײַנגעבן אַרויסצורײַסן פֿון מײַן ענג שטעטל אין דער ברייטער קונסט־וועלט, צו וואָס מײַן נשמה בענקט אַזוי פֿיל.

אַזוי ווי ס׳איז צו זען, האָט דאָס פֿאַר מיר זייער אַ גרויסע באַדײַטונג און כ׳טאָר ניט פֿאַרלירן קיין צײַט. דערפֿאַר בעט איך אַזוי גוט זײַן מיר ווי מעגלעך גלײַך ענטפֿערן וועגן דעם, כּדי איך זאָל וויסן, וואָס איך האָב צו טאָן ווײַטער.

מײַן אַדרעס:

D. Kagan
Jonava
Kauno apskr. Kauno g. 50
Lithuania

ווען ס׳וועט וואָס ניט איז פֿון מײַנע אַרבעטן רעפּראָדוצירט ווערן, בעט איך מיר פֿון דעם צו שיקן אייניקע עקזעמפּלאַרן.

זאָל אויפֿלעבן די ייִדישע קונסט!

מיט גרויס דרך־ארץ,

א. ד. כּהן

מיר ווייסן נישט, צי דער יונגער מאָלער האָט באַקומען אַן ענטפֿער און וואָס איז דער ענטפֿער געווען; פּונקט ווי מיר ווייסן נישט, צי די צוגעשיקטע 5 בילדער זײַנען אַמאָל געווען אָפּגעדרוקט אין דער קונסט־בײַלאַגע פֿונעם "פֿאָרווערטס". צוליב דעם וואָלט מען געדאַרפֿט דורכמאַכן אַ גרויסע פֿאָרש־אַרבעט. ס‘איז קלאָר אָבער, אַז דער יונגער־מאַן איז געווען זייער אַ פֿעיִקער און פֿול מיט תּשוקה זיך אַרויסצורײַסן פֿון די ענגע דלתּ אַמות, אין וועלכע עס געפֿינט זיך זײַן קינסטלערישער גײַסט.

ווי אַזוי עס איז אַוועק זײַן לעבן? צי איז מקוים געוואָרן זײַן טרוים?.. ווי עס זאָל נישט זײַן, לאָמיר הײַנט דערמאָנען דעם נאָמען פֿון דעם יונגן טאַלאַנט, אַרויפֿברענגענדיק זײַנע צייכענונגען אויף די שפּאַלטן פֿונעם הײַנטיקן "פֿאָרווערטס". ווער ווייסט, אפֿשר וועט דער בריוו און די עטלעכע בילדער אַרויסרופֿן בײַ אונדזערע לייענער אַ דערמאָנונג, פֿאַרבונדן מיט דעם מענטשן און מיט זײַן ווײַטערדיקן גורל. און אפֿשר טאַקע אויפֿוועקן בײַ עמעצן אַן אינטערעס זיך אָנצוכאַפּן פֿאַר דעם "פֿעדעמל" און עס אַ צי טאָן ווײַטער — פֿון איין פּרט צו אַן אַנדערן.

חשבון־הנפֿש
חשבון־הנפֿש

אין דאַוונען
אין דאַוונען

אַן אתרוג מהודר
אַן אתרוג מהודר

"הנני" געבעט
"הנני" געבעט

מען לייענט די החלטות פֿון סאַן רעמאָ וועגן ארץ־ישׂראל
מען לייענט די החלטות פֿון סאַן רעמאָ וועגן ארץ־ישׂראל