‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט קאָנדאַליזאַ רײַס, די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין רוסלאַנד. ווי עס פֿירט זיך אויף אַזאַ הויכן אופֿן, האָט די פּרעסע "דערוואַרעמט" דעם עולם נאָך איידער די געסט פֿון וואַשינגטאָן האָבן געלאַנדט אין מאָסקווע. ביידע צדדים אין זייערע עפֿנטלעכע דערקלערונגען האָבן זיך אויסגעטוישט מיט גענונג שאַרפֿע אָפּשאַצונגען פֿון איינעם מכּוח דעם אַנדערן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער געוועזענער ריכטער אליהו ווינאָגראַד (לינקס) גיט פּרעמיער אהוד אָלמערטן דעם באַריכט וועגן דער לבֿנון־מלחמה, אינעם פּרעמיערס ירושלימער ביוראָ, דעם 30סטן אַפּריל,

זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט.

קהילה־לעבן, מוזיק
פֿראַנטשישעק בריקציוס

פּראָג (ייִט״אַ) — די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן אַ נײַעם העלד. אַ דאַנק דעם ענערגישן יונגן טשעליסט, פֿראַנטשישעק בריקציוס, ווערן די הײַנט ווייניק באַוווּסטע "מאַעסטראָס", ווי יאַראָמיר ווײַבערגער, ווידער אָנערקענט אין זייער געבוירן־לאַנד. בריקציוס האָט געמאָלדן וועגן אַ "ווײַנבערגער טור" אין מיטן אַפּריל מיט אַ קאָנצערט אין דער שפּאַנישער שיל אין פּראָג.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רוסישע קאָזאַקן, קעמפֿער פֿון דער ערשטער וועלט־מלהמה, פֿאָטאָ פֿון יאָר 1915

ניט לאַנג צוריק האָט מען אין אַ צאָל מדינות געפֿײַערט דעם נצחון-טאָג איבערן פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. אין אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גייט דורך די דאָזיקע דאַטע ניט באַמערקט דורך ס'רובֿ תּושבֿים, אָבער מע פֿײַערט עס נאָך אַלץ גאַנץ ברייט אין אייראָפּע: אין פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, טשעכיע און נאָך עטלעכע לענדער איז עס אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. אָבער אויך אין אַמעריקע, ישׂראל און, בכלל, אומעטום, וווּ עס לעבן וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿאַרגעסן זיי ניט וועגן דער דאַטע.

פֿאָטאָ־אַרכיװ‬
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
א. ד. כּהן

יעדער אַרכיוו, ווי באַוווּסט, איז אַ גײַסטיקער אוצר. דער אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס" איז דערווײַל אַן אוצר, וואָס זײַנע ווערטן זײַנען נאָך ווייניק געפֿאָרשט, און וואַרטן אויף זייער שעה. אָבער יעדעס מאָל, אַ דאַנק דער רובריק "אַ בליק אויף צוריק", וואָס גייט שוין אָן עטלעכע יאָר, האָט אונדזער לייענער די מעגלעכקייט זיך אומצוקוקן אויף צוריק און זיך צורירן מיטן בליק צו אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט.

נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז נאָך אַ פּובליקאַציע, רופֿן זיך די לייענער אָפּ אויף איר מיט זייערע דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעט בילד, געשעעניש, פּערזענלעכקייט. אַזוי וואַרפֿט זיך איבער אַ בריקל פֿון צײַט — פֿון הײַנט אינעם נעכטן און פֿאַרקערט. אַזוי ווערט פֿאַרהיט דער אָנדענק פֿון אַוועקגעגאַנגענע דורות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה, "במדבר", ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן באַזונדערס יעדן ייִדישן שבֿט — אַלע מענער, עלטער ווי 20 יאָר, וועלכע זענען "גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ מלחמה"; צוליב דער פּרטימדיקער "דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק", וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער פּרשה, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אָנגערופֿן אין די נישט־ייִדישע איבערזעצונגען "דאָס בוך פֿון צאָלן".

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער און געוועזענער ירושלימער בירגערמײַסטער אהוד אָלמערט, מיטן איצטיקן בירגערמײַסטער, אורי לופּאָליאַנסקי, און דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני, בעת אַ קאַבינעט־זיצונג, זונטיק, וואָס מע האָט ספּעציעל אָפּגעהאַלטן אינעם

די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים.

נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן,

טעאַטער

אין די 1970ער יאָרן מיטן אויפֿקום פֿון אַ רײַכערער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע, איז אויך אויפֿגעקומען אַ נײַער זשאַנער הומאָר וועגן צעבאַלעוועטע ייִדישע מיידלעך, באַקאַנט ווי "דזשאַפּס" — ראָשי־תּיבֿות אויף ענגליש פֿון "ייִדישע אַמעריקאַנער פּרינצעסין". די דאָזיקע וויצן, שוין כּמעט ווי פֿאַרגעסן הײַנטיקע צײַטן, זענען ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן אין דער פֿאָרשטעלונג — The J.A.P Show וואָס ווערט געשפּילט אינעם "Actors Temple Theater", אין מאַנהעטן, וועלכער דינט ווי אַ שיל בײַ טאָג און אַ טעאַטער אין אָוונט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
איתּן פֿינקעלשטיין,
"פּרעהס פּאַסטעכער"
(מאָסקווע, 2006) (רוסיש)

דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער פּובליציסט און פּאָליטאָלאָג איתן פֿינקעלשטיין האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ ברייטן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿונעם רוסיש־ייִדישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. דאָס בוך איז באַוווינט מיט הונדערטער היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. ס׳רובֿ פֿון זיי באַווײַזן זיך בלויז אויף אַ פּאָר זײַטלעך און ווערן ווידער נעלם. דער מחבר אַליין דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן ווערק ווי אַ "מישמאַש־ראָמאַן", און דער דאָזיקער באַגריף פּאַסט זייער גוט צו דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום.

"מאַמע־לשון" נוסח נחום סטוטשקאָוו
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)

צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!"

טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סאָניע ליימאַן

אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ פֿײַן ביסל סטאַנציאָנאַרע און וואַנדערנדיקע ייִדישע טעאַטערס. אָבער אַ ייִדישער טעאַטער פֿאַר קינדער איז געווען בלויז אין קיִעוו. די פֿירנדיקע אַקטריסע, די פּרימאַדאָנע אין אָט דעם טעאַטער, איז געווען סאָניע ליימאַן.

נישט נאָר קינדער, נאָר אויך דערוואַקסענע מענטשן זײַנען געגאַנגען זען איר שפּילן. און ס׳איז געווען ווערט. וואָס פֿאַר אַ ראָלע זי זאָל נישט געווען אויספֿירן — און געשפּילט האָט זי מערסטנטייל קינדער־ראָלעס — איז זי געווען אין זיי מלא־טעם.

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וווּנדער איבער וווּנדער, וואָס אין דער הײַנטיקער וועלט, אונטער הײַנטיקע אומשטענדן, ווען דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם וויל בלויז לאַכן; נישט גלאַט לאַכן, נאָר לאַכן מיט וווּלגאַרע עם־הארצדיקע ספּאַזמען — קומט צו גיין דער זשורנאַליסט בערנאַרד ווײַנטראַוב, וועלכער האָט אַמאָל געשריבן פֿאַר דער "ניו־יאָרק טײַמס" און אויסגעווען אַ וועלט — פֿון וויעטנאַם ביז אינדיע, באַשרײַבנדיק קריטישע וועלט־געשעענישן — און ער זאָל דאָס אַרײַנקוקן אין די ייִדישע אַרכיוון און נאָכפֿאָלגן די לעבנס־באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשידענע אָנטיילנעמער אין אונדזער אומגליק.