טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סאָניע ליימאַן
סאָניע ליימאַן

אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ פֿײַן ביסל סטאַנציאָנאַרע און וואַנדערנדיקע ייִדישע טעאַטערס. אָבער אַ ייִדישער טעאַטער פֿאַר קינדער איז געווען בלויז אין קיִעוו. די פֿירנדיקע אַקטריסע, די פּרימאַדאָנע אין אָט דעם טעאַטער, איז געווען סאָניע ליימאַן.

נישט נאָר קינדער, נאָר אויך דערוואַקסענע מענטשן זײַנען געגאַנגען זען איר שפּילן. און ס׳איז געווען ווערט. וואָס פֿאַר אַ ראָלע זי זאָל נישט געווען אויספֿירן — און געשפּילט האָט זי מערסטנטייל קינדער־ראָלעס — איז זי געווען אין זיי מלא־טעם.

פֿאַר מײַנע אויגן קומען אויף אַ גאַנצע ריי קינדער־געשטאַלטן, באַשײַנטע מיט איר אויסנעמלעכן אַקטיאָרישן טאַלאַנט: דאָס פֿאַרשטויסן נעבעכל יאָסעלע פֿון יעקבֿ דינענזאָנס דראַמאַטיש ווערק מיט דעם זעלבן נאָמען; דאָס צאַרטע מיידעלע עלזאַ, וואָס לאָזט זיך אין די ווײַטסטע וועגן זוכן דאָס גליקלעכע עלדאָראַדאָ (משה פּינטשעווסקי — "עלדאָראַדאָ"); דאָס עקזאָטישע נעגערל קרויִרוק פֿון משה פּינטשעווסקיס צווייט סצעניש מעשׂהלע "איסט"; די דרייסטע גימנאַזיסטקע, זשעניאַ שאַווראָוואַ, פֿון אַלעקסאַנדראַ ברושטיינס פּיעסע "דאָס ראָזעווע און בלויע", וועלכע ריזיקירנדיק מיט איר צוקונפֿט, שטעלט זי זיך אײַן פֿאַר איר ייִדישער חבֿרטע בליומע; די בייגעוודיקע ציפּקעלע אין משה גערשענזאָנס פֿאָלקס־קאָמעדיע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער".

זי איז געווען אַ טרײַע שילערין פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן רעזשיסאָר סאַמויִל ווײַנשעלבאַום. ער האָט זי באַמערקט נאָך אין שול; אין דער באַרימטער אין קיִעוו נײַנטער ייִדישער שול, אין וועלכער ער האָט אָנגעפֿירט מיטן דראַמאַטישן קרײַז, און נאָך איידער זי האָט פֿאַרענדיקט זיבן קלאַסן גענומען זי צו זיך אין דער ייִדישער יוגנטלעכער טעאַטראַלער סטודיע. דערנאָך, ווען אין 1931 איז אויפֿן גרונט פֿון דער סטודיע געשאַפֿן געוואָרן דער ייִדישער קינדער־טעאַטער, האָט זי אין אים פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט.

נאָר איידער עפּעס וואָס, איז געווען אַ מאָמענט, ווען פֿון אַלע אירע טעאַטראַלע טרוימען האָט געקאָנט זיך אויסלאָזן אַ טײַך. זי האָט נישט דײַטלעך אַרויסגערעדט דעם אות "ריש". פֿאַר דער בינע איז עס זייער אַן ערנסטער חסרון. ס׳האָט געהאַלטן בײַם אויסשליסן זי פֿון דער סטודיע. ווײַנשעלבאַום האָט אָבער נישט דערלאָזט דערצו. ער האָט געגלייבט אין איר טעאַטראַלער צוקונפֿט און געהאַלטן, אַז זי וועט דעם פֿעלער בײַקומען. שעהענווײַז האָט זי געהאַלטן אין איין איבערחזרן די געניטונגען, וועלכע ס׳האָט איר פֿאַרגעבן דער באַוווּסטער אין קיִעוו דיקציע־טעראַפּעווט פּראָפֿעסאָר זשדאַנאָוו, און ס׳האָט געטראָפֿן אַ נס. זי האָט גענומען אַרויסריידן דעם פֿאַרכּישופֿטן אות ווי אַ ממזר.

אַלץ האָט זיך געדוכט איז געווען אין אָרדענונג. נאָר אָט איז געקומען דאָס פֿאַרשאָלטענע 1937סטע יאָר. ווײַנשעלבאַומס פֿאָטער האָט מען רעפּרעסירט, און אין אַ קורצער צײַט אַרום האָט מען אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרלאָזן דעם טעאַטער. דער פֿאַרלוסט איז געווען אַ גרויסער. גוט נאָך, וואָס פֿאַר אַ נײַעם הויפּט־רעזשיסאָר האָט מען באַשטימט אַ טאַלאַנטירטן רעזשיסאָר און לײַטישן מענטש, יורי יאָפֿע. ער האָט פֿאַרבעטן דעם שוין דעמאָלט באַוווּסטן רעזשיסאָר מאָריס נאָרווידן שטעלן שלום־עליכמס קאָמעדיע "דאָס גרויסע געווינס". אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן געשפּילט פֿיר אַרויסלאָזניקעס פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטראַלן טעכניקום, וואָס האָט עקזיסטירט בײַם "גאָסעט", דערונטער וועלוול קאַרשענבוים.

דאָ, אינעם רעפּעטיר־זאַל, האָבן זיי זיך באַגעגנט — סאָניע און וועלוול. זי האָט געשפּילט דעם שנײַדער שימעלע סאָראָקערס געראָטענע טאָכטער ביילקע, און ער — זײַן געזעל, מאָטל. לויטן סוזשעט פֿון דער פּיעסע, האָבן זיי זיך באַדאַרפֿט פֿאַרליבן איינער אינעם אַנדערן, פֿאַרשטייט זיך — אויף כּתּבֿות. אָבער זיי האָבן זיך פֿאַרליבט אויף אַן אמת, אויף זייער גאַנץ לעבן.

נאָך דער פּרעמיערע פֿונעם ספּעקטאַקל, וועלכע איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג, איז דאָס יונגע פּאָרל אַראָפּגעקומען אויף אַ פּאָר טעג קיין האָראַדאָק (אַ שטעטל אויף פּאָדאָליע) זיך צו זען מיט וועלוולס עלטערן.

* * *

אין קיִעוו האָבן זיך סאָניע מיט וועלוולען אומגעקערט פֿריילעכע און האָפֿערדיקע. זייער לעבן האָט געשײַנט צו זײַן אַ גליקלעכס, פֿול מיט נײַע ראָלעס; שטרעבונגען צו נײַע שעפֿערישע הויכן. ס׳האָט אָבער לאַנג נישט געדויערט און וועלוולען האָט מען גערופֿן צום מיליטער־דינסט. דאָס איז געווען צו דערלײַדן. אָבער אין גיכן האָט געטראָפֿן דאָס סאַמע ערגסטע — מען האָט געשלאָסן זייער טעאַטער, אָן אַ פֿאַר ווען און אָן אַ פֿאַר וואָס.

אויף אַ צײַט זײַנען געבליבן אָן אַרבעט אַ גרויסע צאָל אַקטיאָרן. סאָניען האָט אָפּגעגליקט. מ׳האָט זי פֿאַרבעטן אינעם ביאַליסטאָקער ייִדישן מלוכה־טעאַטער, וועלכער איז אָרגאַניזירט געוואָרן נאָך דעם, ווי מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד און מערבֿ־אוקראַיִנע זײַנען געוואָרן סאָוועטיש. אין שפּיץ פֿונעם טעאַטער איז געשטאַנען דער באַוווּסטער טעאַטראַלער טוער און גלענצנדיקער אַקטיאָר, יצחק ראַקיטין. ער האָט צונויפֿגענומען די בעסטע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון פּוילן, צווישן זיי — אַבֿרהם מאָרעווסקי און משה ליפּמאַן. געווען זײַנען אין טעאַטער אויך סאָוועטישע אַקטיאָרן, צווישן זיי — דער באַרימטער בינע־מײַסטער פֿון אַדעס יוסף מינדלין, וועלכער האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצופֿירן אײַזיק גובערמאַנס קאָמעדיע "דאָס מיידל פֿון מאָסקווע". סאָניען האָט ער פֿאָרגעלייגט די הויפּט־ראָלע. זי האָט געאַרבעט מיט באַגײַסטערונג; געשפּילט אויך אין דער פֿאָרשטעלונג "שפּאַניער", וואָס איז געשטעלט געוואָרן לויט לערמאָנטאָווס ראָמאַנטישער דראַמע, און געוואַרט אויף וועלוולען. אין קורצן האָט ער באַדאַרפֿט זיך דעמאָביליזירן.

וועלוול קאַרשענבוים
וועלוול קאַרשענבוים

אין יוני 1941 איז דער טעאַטער אַרויסגעפֿאָרן אויף גאַסטראָלן אין דער ווײַסרוסישער שטאָט מאָהילעוו. דעם 22סטן איז אויסגעבראָכן די מלחמה. זייערע פּלענער זײַנען איבערגעריסן געוואָרן. מיט גרויסע שוועריקייטן האָבן די אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער זיך דערקליבן ביז סאַראַטאָוו. וועגן פֿאָרזעצן די טעאַטראַלע טעטיקייט האָט נישט געקאָנט זײַן קיין רייד. האָט מען זיך אײַנגעאָרדנט ווער וווּ ס׳האָט געקאָנט, און בײַ יעדן איינעם איז געווען דער אומרו פֿאַר זײַנע נאָענטע; צי זיי האָבן זיך באַוויזן צו עוואַקויִרן?

סאָניע אַליין האָט זיך דערקליבן ביז טאַשקענט, וווּ דער אומדערמידלעכער ראַקיטין האָט געפּרוּווט אויפֿשטעלן אין אַ באַנײַטן באַשטאַנד דעם ביאַליסטאָקער טעאַטער. ס‘האָט זיך אים אָבער נישט אײַנגעגעבן, און דאַן האָט סאָניע אָנגעהויבן שפּילן אין דעם נישט גרויסן באַוועגלעכן "עסטראַדע"־אַנסאַמבל, וועלכן ס׳האָט אָרגאַניזירט די וועלט־באַרימטע אָפּערעטן־אַקטריסע קלאַרע יונג. מיט דעם אַנסאַמבל איז זי אויסגעפֿאָרן גאַנץ רוסלאַנד.

ווען אין אַ צײַט אַרום איז דער אַנסאַמבל זיך צעפֿאַלן, איז סאָניע אַוועקגעפֿאָרן אין אַן אַרבעטער־ייִשובֿ אין דער בײַוואָלגער מאַריער אויטאָנאָמער רעפּובליק צו אירע עלטערן און אײַנגעאָרדנט זיך אויף אַרבעט אין אַ מיליטער־זאַוואָד. איינצײַטיק, האָט זי אָנגעפֿירט מיטן אַרבעטער דראַמקרײַז און אויף דער בינע אויך געזונגען לידער וועגן דער מלחמה, העלדישקייט און ליבע. מיט אָט די לידער האָט סאָניע געשטילט איר אייגענעם ווייטיק, איר בענקעניש נאָך וועלוולען; צי ס׳איז מיט אים, חלילה, נישט געטראָפֿן קיין אומגליק? און כאָטש זי פֿלעגט פֿון צײַט צו צײַט באַקומען פֿון אים אַ קורצינק דרײַעקיק בריוועלע, דאָך האָט דער אומרו זי נישט אָפּגעלאָזט אויף קיין איין רגע.

אין איינעם אַ טאָג, געווען איז דאָס אָנהייב אָקטאָבער 1943, איז פֿון וועלוולען אָנגעקומען אַ "דרײַעק", אין וועלכן ער איז מודיע געווען, אַז דער אַדרעס פֿון זײַן פֿעלדפּאָסט האָט זיך געביטן; ער געפֿינט זיך אין סאָטשי, וווּ ער ווערט געהיילט נאָך דעם ווי ער איז לײַכט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. ער פֿילט זיך גוט און בעט זי, זי זאָל זיך וועגן אים נישט זאָרגן. ווײַטער האָט ער גענומען באַשרײַבן ווי שיין און פּרעכטיק סאָטשי איז, ווי גוט מען באַציט זיך צו אים אינעם שפּיטאָל, און וואָס פֿאַר אַ פֿרײַנדשאַפֿט ס׳הערשט צווישן די פֿאַרוווּנדיקטע.

פֿון דעם אַלעמען האָט סאָניע פֿאַרשטאַנען איינס: וועלוול איז נישט פּשוט פֿאַרוווּנדיקט, נאָר זייער שווער. אַזוי איז דאָס טאַקע געווען. ער איז אַרויף אויף אַ מינע, וואָס האָט אויפֿגעריסן, און מען האָט אים אַמפּוטירט דעם לינקן פֿוס נידעריקער פֿון דער קני. מער ווי אַ יאָר האָט ער זיך געפֿונען אין כּלערליי שפּיטעלער. ווען מען האָט אים ענדלעך דעמאָביליזירט, איז ער געקומען צו פֿאָרן צו סאָניעס עלטערן, וועלכע האָבן באַוויזן זיך אומצוקערן קיין קיִעוו און נאָך לאַנגע מאַטערנישן און ביוראָקראַטישע דריידלעך האָבן זיי צוריקגעקראָגן זייער וווינונג.

* * *

סאָניע איז אין קיִעוו נאָך דאַן נישט געווען. אַ שטיקל צײַט צוריק האָט מען זי פֿאַרבעטן אין קיִעווער ייִדישן טעאַטער, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין דער אוזבעקיסטאַנער שטאָט פֿערגאַנאַ און געקליבן זיך צו רעעוואַקויִרן קיין טשערנאָוויץ. דער צוג, מיט וועלכן ס׳איז געפֿאָרן דער טעאַטער־קאָלעקטיוו, איז אָנגעקומען קיין קיִעוו אין איינעם פֿון די לעצטע יאַנואַר־טעג 1945. אין פֿיר מיט אַ האַלבן יאָר נאָך זייער צעשיידונג האָבן זיך סאָניע און וועלוול אויפֿסנײַ באַגעגנט. ס׳איז געווען אַלץ: פֿרייד און טרערן, יום־טובֿ און טרויער. זיי האָבן שוין געוווּסט, אַז וועלוולס עלטערן, צוזאַמען מיט זײַן שוועסטערל און ברודערל, זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך די פֿאַשיסטישע רוצחים.

דעם 10טן מערץ האָט דער טעאַטער געעפֿנט זײַן ערשטן סעזאָן אין טשערנאָוויץ. געשפּילט האָט מען משה פּינטשעווסקיס העראָיִשע דראַמע "איך לעב". אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן אָנטיילגענומען סײַ סאָניע, סײַ וועלוול, וועלכער האָט פֿאַרוואָרפֿן די מליצות און פֿולקום באַהערשט דעם אויסגעפֿאַרטיקטן פֿאַר אים פּראָטעז.

דעם 7טן אָקטאָבער, בײַ די גאַסטראָלן אין קיִעוו, איז פֿײַערלעך אָפּגעצייכנט געוואָרן דער 20־יאָריקער יוביליי פֿונעם טעאַטער. דעמאָלט איז פֿאָרגעקומען סאָניעס אומפֿאַרגעסלעכע באַגעגעניש מיט שלמה מיכאָעלסן. ער האָט זי פֿאַרגעדענקט נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה, ווען זי און דער אַקטיאָר יאָשע זעלדין האָבן זיך, אין נאָמען פֿון דער גאַנצער טרופּע, געווענדט צו אים מיט אַ ביטע צו ראַטעווען זייער טעאַטער. ער האָט אויפֿגענומען זייער ווייטיק ווי זײַן אייגענעם, געטאָן אַלץ, כּדי אָפּצושאַפֿן דעם באַשלוס, געהאַט געשפּרעכן מיט הויכע פּאַרטיי־ און מלוכה־טוער. ס׳האָט אָבער נישט געהאָלפֿן. דער פּראָצעס פֿון ליקווידירן די ייִדישע קולטור האָט זיך אָנגעהויבן.

דערנאָך שוין, אין טאַשקענט, האָט מיכאָעלס אַ סך געטאָן פֿאַר די עוואַקויִרטע אַקטיאָרן: אײַנגעאָרדנט אויף אַרבעט, מיטגעהאָלפֿן צו באַקומען ברויט און שפּײַז־קאַרטלעך, אויסגעפֿונען פֿאַר זיי צײַטווײַליקע וווינונגען.

* * *

די אַרבעט אין טעאַטער איז געגאַנגען ווי געוויינטלעך. וועלוול האָט פֿאַר דער צײַט גאַנץ דערפֿאָלגרײַך אויפֿגעפֿירט אַ ריי עפּיזאָדישע ראָלעס, און סאָניע איז געוואָרן זייער באַליבט בײַם צושויער, איבערהויפּט נאָך דעם, ווי זי האָט גלענצנדיק אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון רייזעלען אין שלום־עליכמס "בלאָנדזשענדע שטערן". דאָס איז געווען אַן אמתער טריִומף פֿון אַ גרויסן טאַלאַנט אין זײַן סאַמע בלי. איר רייזעלע איז געווען פֿול מיט קינדערישן חן און יוגנטלעכן ברויז. איר זינגעוודיקע שפּראַך האָט פֿאַרכּישופֿט נאָך מער ווי שטענדיק. איר פֿעיִקייט איבערצושטאַלטן זיך, האָט איר געגעבן אַ מעגלעכקייט אין גאַנג פֿונעם ספּעקטאַקל צו שאַפֿן אַ גאַנצע ריי אויסגעצייכנטע סצענישע מיניאַטורן, נישט צעשטערנדיק דערבײַ די גאַנצקייט פֿון איר געשטאַלט. וווּ מען זאָל נישט געווען שפּילן "די בלאָנדזשענדע שטערן" — אין טשערנאָוויץ אָדער אין קיִעוו, אין כאַרקאָוו אָדער אין אַדעס, אין קעשענעוו אָדער אין לוואָוו — האָט ליימאַנס רייזעלע שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, באַקומען אַ הויכע אָפּשאַצונג אין דער פּרעסע.

אין אויגוסט 1947, ווען מיר האָבן צום צווייטן מאָל גאַסטראָלירט אין קיִעוו, איז אויף דער פֿאָרשטעלונג געקומען אַ גרײַז־גרויער אַלטער מאַן. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ געוועזענער מיטאַרבעטער פֿון דער אַמאָליקער ליבעראַלער צײַטונג "קיִעווסקאַיאַ מיסל", ווסעוואָלאָד טשאַנאָוועץ, אַ זשורנאַליסט, וואָס האָט געפֿירט אַן אַקטיוון קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם בעתן בייליס־פּראָצעס. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿיל־יאָריקער נאָענטער פֿרײַנד פֿון שלום־עליכמען און צוגעזאָגט צו שענקען אַ זעלטענעם שלום־עליכם פּאָרטרעט יענעם אַקטיאָר, וועמעס שפּיל עס וועט אים מער געפֿעלן ווערן. דערבײַ האָט ער באַמערקט, אַז דער פּאָרטרעט האָט אים צוגעשיקט פֿון אַמעריקע שלום־עליכם אַליין, אין יאַנואַר 1915.

דעם שעפֿערישן געוועט האָט געוווּנען סאָניע ליימאַן.

* * *

סאָניע האָט זיך געקליבן צו שפּילן רחלען אין שלום־עליכמס "סטעמפּעניו", ווען ס׳איז אָנגענומען געוואָרן אַ באַשלוס צו פֿאַרמאַכן אונדזער טעאַטער. זי איז דאַן אַלט געווען אין גאַנצן פֿינף און דרײַסיק יאָר. וויפֿל ראָלן האָט זי נאָך געקאָנט שפּילן, וויפֿל פֿרייד ברענגען דעם צושויער מיט איר זוניקן טאַלאַנט.

ס׳האָט זי, אמת, פֿאַרבעטן צו זיך דער היגער אוקראַיִנישער טעאַטער, אָבער ווי נאָר איר ערשטע ראָלע — מאַריטשקע, אין פּעטראָ לובענסקיס ראָמאַנטישער דראַמע "די אומבאַזיגבאַרע פּאָלטאַווטשאַנקע" — האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אין שטאָט און די צושויער, דער עיקר, ייִדן, האָבן גענומען גיין אין טעאַטער, זען שפּילן זייער "רייזעלען", האָבן זיך גלײַך אָנגעהויבן אינטריגעס, אַ נישט פֿאַרגינערײַ, און דאַן האָט זי באַשטימט בכלל צו פֿאַרלאָזן דעם טעאַטער און פֿאַרנעמען זיך מיט דערציִען איר זונעלע אַליקן און העלפֿן וועלוולען, וועלכער איז געוואָרן אַן אָנפֿירער פֿון אַ דראַמאַטישן קרײַז.

אַ דראַמקרײַז איז נישט קיין טעאַטער. און דאָך איז ער געווען פֿאַר זיי נישט נאָר אַ מיטל צום לעבן, נאָר אויך אין אַ געוויסער מאָס געלינדערט דעם ווייטיק פֿאַר דער צוגערויבטער מוזע; די בענקעניש נאָכן געשלאָסענעם טעאַטער, געגעבן אַ מעגלעכקייט צו זײַן שעפֿעריש טעטיק, אַרבעטן מיט ליבהאָבער פֿון דער טעאַטראַלער קונסט, דערציִען יונגע טאַלאַנטן, שטעלן ספּעקטאַקלען, וועלכע זאָלן געפֿעלן דעם צושויער.

אין פֿעברואַר 1990 האָבן זיי פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און עמיגרירט קיין ישׂראל. דאָ האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַר זיי אַ נײַ לעבן. צום באַדויערן, האָט דאָס גליק פֿאַר זיי נישט לאַנג געדויערט. צו ערשט, איז געשטאָרבן וועלוול, און אין אַ צײַט אַרום איז אַוועק אין דער אייביקייט אויך סאָניע, וואָס פֿיל פֿאַרערער פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן זי מיט צאַרטקייט גערופֿן, רייזעלע.

זאָלן זייערע נעמען נישט ווערן פֿאַרגעסן.