"מאַמע־לשון" נוסח נחום סטוטשקאָוו
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)

צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!"

עס איז אַוודאי זייער טרויעריק, אַז אַ ייִדישער שריפֿטשטעלער זאָל דאַרפֿן אַזוינס זאָגן אין 1950. זייער טרויעריק, אַז נאָך כּמעט טויזנט יאָר לעבן אינעם מויל פֿון אונדזער פֿאָלק, נאָך הונדערטער יאָרן דינען ווי אַן אינסטרומענט פֿון גײַסטיקן שאַפֿן, נאָכן האָבן אויף איר קרעדיט אַזאַ ברייטע פֿאַרצווײַגטע ליטעראַטור, זאָלן זיך נאָך געפֿינען ייִדן, וואָס זאָלן קענען אַרויסברענגען אַזאַ שטות אויף זייערע ליפּן. אָבער נאָך וואָס פֿאַרמאַכן די אויגן? עס זײַנען נאָך דאָ אַזעלכע ייִדן און גאָרנישט ווינציק. אמת, אַ טייל פֿון זיי זײַנען שוטים און מען קען צו זיי גאָרנישט האָבן, אַ טייל עם־הארצים און צו זיי קען מען נאָך ווייניקער האָבן. אָבער עס טוט וויי דאָס האַרץ, ווען מען הערט פֿון גאַנץ פֿײַנע אָדער תּמימותדיקע ייִדן, און אַ מאָל אויך פֿון אינטעליגענטע געבילדעטע ייִדן, וואָס האָבן אָט די צורה מיטגעבראַכט מיט זיך פֿון די אַלטע היימען. די באַקאַנטע צורה, וואָס אונדזערע אַסימילאַטאָרן און שׂונאי־ייִדיש פֿון אַלע לאַגערן האָבן מיט זיי אַרײַנגעקנעלט פֿאַר יאָרן: "ייִדיש? פֿע! ייִדיש איז דען אַ שפּראַך? ס׳איז דאָך אַ פֿאַרגגרײַזטער דײַטש! וואָס גיכער מיר וועלן פּטור ווערן פֿון דעם אָנשיקעניש, אַלץ געזינטער. רוסיש איז אַ שפּראַך, פּויליש איז אַ שפּראַך. אָבער ייִדיש?"

אונדזערע פֿילאָלאָגן, אונדזערע שפּראַכוויסנשאַפֿטלער, זיי איז קיין מאָל נישט אָנגעשטאַנען, און עס שטייט זיי נאָך איצט נישט אָן אַראָפּצונידערן צום פֿאָלק און זיי דערקלערן דעם פּשוטן אַלף־בית וועגן דעם ענין שפּראַך בכלל, און ייִדיש בפֿרט, אַז ייִדן זאָלן זיך שעמען אַרויסצוברענגען אַזאַ שטיק עם־הארצות פֿון זייער מויל. ווײַל פּאַסט עס פֿאַר זיי, פֿאַר די גרויסע געלערנטע מיט דאָקטאָר־דיפּלאָמען צו לערנען מיט ייִדן אַלף־בית? איך בין נישט קיין געלערנטער און נישט קיין דיפּלאָמירטער און מיר פּאַסט עס. איך וועל מיט אײַך לערנען אַלף־בית. אָבער איידער איך נעם דעם טײַטל און הייב אָן צו קנעלן, לאָמיך אײַך פֿריִער דערציילן אַ מעשׂה.

אין מײַן געבוירן־שטעטל בראָק, לאָמזשער גובערניע, האָבן זיך צוויי ייִדן צעהרגעט אין בית־מדרש. וועגן וואָס וועט איר באַלד הערן. מיט צוויי וואָכן שפּעטער זײַנען זיי ביידע געשטאַנען אין דער אוּיעזדנער "שטאָט־אופּראַווע"1 בײַם "מיראָוואָי־סודיאַ"2. און ווען איינער פֿון די צדדים, אַ ייִד מיטן נאָמען שלמה, זלמן־איטשעס האָט אויף זײַן צעבראָכענעם רוסיש אָנגעהויבן אויסלייגן זײַנע טענות, האָט דער מיראָוואָי־סודיאַ — נישט קיין שלעכטער גוי — זיך צעשמייכלט און זאָגט צו אים: "גאַוואַרי פּאַ יעוורעיסקי שליאָמאַ". ס׳הייסט רעד ייִדיש, איך וועל דיך פֿאַרשטיין; איך האָבן אין גימנאַזיע געלערנט דײַטש. ר׳ שלמה האָט דאָס דערהערט, איז אין אים אַ נײַע נשמה אַרײַן, אַז דער ערל פֿאַרשטייט דײַטש, איז דאָך ווויל ווי די וועלט. האָט ער זיך אויסגעהוסט, אַ גלעט געטאָן די ברייטע באָרד און אָנגעהויבן בזה־הלשון: "ווי זי קוקן מיך אָן, הער מיראָוואָי־סודיאַ, בין איך נישט קיין עם־האָרץ אַ ייִד, איך בין נישט קיין למדן, אָבער אַז איך בין אַ יודע־ספֿר, און קען לערנען אַ בלעטל משניות און אַרײַנקוקן אין אלשיך, אויף דעם וועלן אַלע מעיד זײַן. איצט שטעלט אײַך פֿאָר די חוצפּה און די העזה פֿון אַזאַ באָדיונג מיר צו זאָגן בפֿני־כּל־עם־ועדה, אַז איך פֿאַרשטיי נישט קיין פּירוש. האָט עס מיך געגעבן אַ ברען און איך בין אַרויס פֿון די כּלים און האָב אים דערלאַנגט אין זײַן טריפֿהנעם פּרצוף. פֿאַרשטייען זי, הער מיראָוואָי־סודיאַ?" "ני סלאָוואָ"3, האָט דער מיראָוואָי־סודיאַ געענטפֿערט און אָנגעהויבן דרייען די וואָנצע.

דער מוסר־השׂכּל פֿון דער געשיכטע איז קלאָר אָן פּירושים. אַז ייִדיש און דײַטש איז עפּעס נישט הײַנו־הך.

פֿרעגן בחרם

דרײַ ייִדן און צוויי ייִדענעס ווילן וויסן, וואָס עס מיינט: "פֿרעגט מיך בחרם".

וואָס חרם איז, ווייסט איר מסתּמא. פֿאַר אַ גרויסער זינד פֿלעגט מען אַ מאָל בײַ ייִדן אַרײַנלייגן אין חרם אַרײַן. דאָס מיינט, מען האָט דעם זינדיקן אויסגעשלאָסן פֿון דער ייִדישער עדה און קיינער האָט מיט אים נישט געטאָרט האָבן קיין באַריר, קיין מגע־ומשׂא.

ווען ייִדן פֿלעגן אַ מאָל האָבן אַ דין־תּורה בײַם רבֿ, און יעדער פֿון די צדדים פֿלעגט ברענגען זײַנע עדות, פֿלעגט דער רבֿ באַשווערן די עדות מיט אַ חרם־שבֿועה, אַז זיי וועלן זאָגן דעם אמת. דאָס הייסט, ער פֿלעגט זיי סטראַשען מיט חרם, אויב זיי וועלן נישט זאָגן דעם אמת, אַזוי ווי עס שטייט: ואם לא יגיד ונשׂא עוונו.

אָט דאָס אויספֿרעגן אַן עדות אונטערן שרעק פֿון חרם האָט געהייסן "פֿרעגן בחרם".

ווען איר פֿרעגט עפּעס אַ ייִדן, און דער ייִד ענטפֿערט אײַך "פֿרעגט מיך בחרם", מיינט ער דערמיט צו זאָגן: "מעגסט מיך אַפֿילו פֿרעגן און שרעקן מיט חרם, וועל איך דיר אויך נישט זאָגן, ווײַל איך ווייס נישט".

דאָס איז איינע פֿון די ענטפֿערס, וואָס אַ ייִד גיט, ווען מען פֿרעגט אים עפּעס און ער וויל זאָגן "איך ווייס נישט": פֿרעג מיך בחרם, פֿרעג מיך עפּעס גרינגערס, פֿרעג מיך אַ גרינגערע זאַך. אָדער זאָל איך אַזוי וויסן פֿון צרות, פֿון בייז, פֿון שלעכטס, פֿון אומגליק. אָדער זאָל איך אַזוי וויסן פֿון אַ בייזער וועטשערע, פֿון בייזע לאָקשן, פֿון אַ בייז שטערנטיכל. און אַזוי ווי איך ווייס נישט, אַזוי זאָל מיר ניט שאַטן.

"סוויטהאַרט" און "האָני"

אַ ייִד שרײַבט: עס איז מיר זייער געפֿעלן, ווי איר האָט דערקלערט, פֿאַר וואָס מען דאַרף נישט זאָגן אין ייִדיש "איך גלײַך עס". איז אפֿשר קענט איר מיר שוין זאָגן, ווי אַזוי זאָגט מען אין ייִדיש "סוויטהאַרט" און "האָני"?

"אײַ עם סורפּרײַזד עט יו, מיסטער", אָדער ווי מע דאַרף זאָגן אין ייִדיש — עס וווּנדערט מיך אויף אײַך, פֿעטער, אַז איר זאָלט האָבן אַזאַ קורצן זכּרון. אַנו, דערמאָנט אײַך. אָקערשט, ווען איר זײַט געזעסן אין מינסק אין גובערנאַטאָרסקע סאָד, אָדער אין וואַרשע אין קראַשינסקעס גאָרטן (אין זאַקסישן האָט מען אײַך נישט אַרײַנגעלאָזט, ווײַל איר זײַט געגאַנגען אין אַ לאַנגער קאַפּאָטע) און איר האָט זיך דאָרטן אין אַ טונקעלער אַלעע געליובעט מיט אײַער מיידל, וואָס האָט איר צו איר געזאָגט? איר האָט פֿאַרגעסן? וועל איך אײַך דערמאָנען — איר האָט געזאָגט: טײַערע, טײַערינקע, ליובעניו, לעבן מײַנס, זיס לעבן מײַנס, צוקער־לעקעכל מײַנס, נשמה מײַנע, דושעניו, ליובע דושע, האַרץ מײַנס, האַרצדעקל מײַנס, הערצעלע, סערצעלע, קרוינעלע, צירונג מײַנס, גאָלד מײַנס, פּוטערפֿעסעלע מײַנס. מאַמעלע, פֿייגעלע, קעצעלע, טײַבעלע, מײַזעלע. נישט שענער ווי "סוויטהאַרט" און "האָני"? זאָגט אַליין! יעדעס וואָרט איז דאָ אַזוי זאַפֿטיק, אַזוי געשמאַק! הער אַ משל! "האָני!" וואָס איז דער ייִחוס מיט האָניק? אַ מוציא מיט האָניק איז נאָך נשקשה, אָבער האָניק אַליין שלאָגט דאָך צום האַרצן! אויב שוין האָניק, פֿאַרוואָס נישט זאָגן: "האָניק־טײַבל" מײַנס?