- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מר. נ. אַבראַמאָוויטש פֿון די בראָנקס וויל וויסן, פֿאַר וואָס מען זאָגט: געזונט ווי אַ גוי. ס׳ערשטע וועגן דעם וואָרט געזונט. געזונט האָט אין ייִדיש עטלעכע טײַטשן: געזונט "העלטהי" — אַ געזונטער מענטש מיינט אַ מענטש, וואָס איז בקוו־הבריאות, וואָס איז, חלילה, נישט קראַנק. געזונט מיינט אויך "סטראָנג, האָסקי" — ער איז אַ געזונטער באָיטשיק, ער איז אַ געזונטער מענטש, מיינט ער איז אַ קרעפֿטיקער, אַ גיבור, איינער, וואָס ווען ער גיט אַ קלאַפּ, וועט שוין אויף דעם פּלאַץ קיין גראָז נישט וואַקסן. צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!" |