‫פֿון רעדאַקציע

נאָך 60 יאָר פֿון איר אומאָפּהענגיקייט, האָט מדינת־ישׂראל מסוכּן־שאַרף דערפֿילט ווי גרויס איז איר אָפּהענגיקייט. דאָס לאַנד געפֿינט זיך אין קלעם פֿון אַ דרײַעק, וואָס גיט איר נישט קיין מעגלעכקייט זיך אַרויסצורײַסן פֿון דעם פֿאַראורטיילטן מצבֿ צו זײַן אַ כּפּרה־הינדל פֿאַר אַלע צרות אין מיטעלן מיזרח.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די ערשטע נײַנצן יאָר ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז מדינת־ישׂראל באַטראַכט געוואָרן אויף דער וועלט, ווי דוד קעגן גליתן. דאַקעגן, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאַרמעסט מיטן טעראָר פֿון די אַזוי־גערופֿענע "פֿעדאַין"־לײַט, האָט דער פּרע­מיער לוי אשכּול באַצייכנט ישׂראל, מיט איר זיגנדיקן מיליטערישן כּוח, ווי — "דער נע­בעכדיקער שמשון".

אין אַזאַ צושטאַנד געפֿינט זיך איצט מדינת־ישׂראל אין אָנבליק פֿון דעם "כאַמאַ­סישן" ראַקעטן־טעראָר אין מערץ 2008.

קונסט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ לייב

אַ צדיק האָט פֿאַרגעסן די עצה פֿון זײַן רבין נישט אַרויס­צוגיין אַליין שפּעט בײַ נאַכט אין שטאָט. אַ דיבוק, וואָס ער האָט פֿריִער אַרויסגעטריבן פֿון אַ נכפּהניצע, איז איצטער אַרײַן אין אַן אייזל און וואַרט שוין אויף אים אויף אַ פֿינצטערער גאַס... אַבֿרהם אָבֿינו און דרײַ מלאכים זיצן בײַם געדעקטן טיש און רעדן וועגן דעם גורל פֿון סדום... אַ מאַן אין אַ פּוכיקן שטרײַמל, מיט אַ לולבֿ אין האַנט, פֿליט אויפֿן רוקן פֿון אַ ריזיקן פֿויגל...

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

"אויף דרײַ זאַכן שטייט די וועלט: אויף געלט, אויף געלט און אויף געלט."

אַזוי האָט אַ לץ אַמאָל פֿאַרדרייט די באַקאַנטע משנה פֿון פּרקי־אָבֿות, און דערבײַ אַרויסגעזאָגט אַ טרויעריקן אמת וועגן דער מענטשלעכער נאַטור: צי מע וויל יאָ, צי מע וויל נישט, קאָנען אַפֿילו די פֿרימסטע ייִדן פֿאַרבלענדט ווערן פֿון דער מטבע.

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יאַשע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. לעבן דער סאָפֿע איז קיינער נישט געווען. האָט ער אַ טראַכט געטאָן: די דירה טראָגט אַ זעלטענע ענערגיע צו וועקן דערמאָנונגען. זעט אויס, אַז די ווענט און די זאַכן דאָ האָבן אײַנגעזאַפּט אַ סך זאָרג און ווייטיק פֿון די מענטשן, וואָס וווינען אין איר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע סדרה שליסט דעם ציקל פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן מלאכת־המשכּן. ווען מ׳האָט געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן, האָט משה רבינו אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, און באַגאָסן זײַן אינעווייניקסטן טייל, דעם אַרון־העדות, וווּ עס זענען געהאַלטן געוואָרן די לוחות מיט די צען געבאָטן, מיטן ספּעציעל צוגעגרייטן אייל, שמן־המשחה; דער ג-טלעכער וואָלקן האָט צוגעדעקט דעם משכּן, און ער האָט זיך אָנגעפֿילט מיט דער הייליקער שכינה.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: יוסף בורג, משה לעמסטער און דובֿ־בער קערלער, אין בורגס דירה, טשערנאָוויץ

I

דעם 6 מאַרץ 2008 איז דובֿ־בער קערלער געוואָרן אַ בן־חמישים. 50 יאָר זענען פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער בכלל, און פֿאַר אַ פֿאָרשער אין געביט פֿון ייִדיש בפֿרט — יוגנט־יאָרן. ער איז גבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן האָט געהערשט די כרושטשאָווער "אָדליגע". זײַן טאַטע, דער דיכטער יוסף קערלער, האָט זיך שוין געהאַט אומגעקערט פֿון די סטאַלין־לאַגערן (1955), און איז אַלט געווען 40 יאָר. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿרייד, זײַן באגײַסטערונג, ווען בײַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. טאַקע אין גיכן שרײַבט ער אָן פֿאַר זײַן בן־יחיד אַ וויגליד.

ייִדיש־וועלט, "מאַמע־לשון" נוסח נחום סטוטשקאָוו

מר. נ. אַבראַמאָוויטש פֿון די בראָנקס וויל וויסן, פֿאַר וואָס מען זאָגט: געזונט ווי אַ גוי.

ס׳ערשטע וועגן דעם וואָרט געזונט. געזונט האָט אין ייִדיש עטלעכע טײַטשן: געזונט "העלטהי" — אַ געזונטער מענטש מיינט אַ מענטש, וואָס איז בקוו־הבריאות, וואָס איז, חלילה, נישט קראַנק. געזונט מיינט אויך "סטראָנג, האָסקי" — ער איז אַ געזונטער באָיטשיק, ער איז אַ געזונטער מענטש, מיינט ער איז אַ קרעפֿטיקער, אַ גיבור, איינער, וואָס ווען ער גיט אַ קלאַפּ, וועט שוין אויף דעם פּלאַץ קיין גראָז נישט וואַקסן.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיינט איר דאָך אַוודאי, אַז איך בין בלויז פֿאַרליבט אין לאָדזשער לשון. אַ נעכ­טיקע וועטשערע. איך גיי אויס נאָך יעדן דיאַלעקט אין לשון־ייִדיש, מעג עס זײַן ליט­וויש, אָדער פּראָווינציעל־ליטוואַ­קיש. ווי מײַן חבֿרטע זאָגט: "איך האָב זשאַמ­שע­נע (זאַמשענע) שטעקשיך", אָדער קליין־שטעטל­דיק־רומעניש (נישט ליטעראַריש) אָדער פֿאַרצויגן ווי אין וואַרשע, צי טשעכאַ­נאָווצער אויסדרוקן ווי קיטשע (טיפֿע עפֿע­נונג אונטערן קוימען צו האַלטן טעפּ).

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ געוויסן זין, קער איך זיך אום צו דער טעמע, וועלכע עס האָט שוין באַרירט איציק גאָטעסמאַן אין זײַן אַרטיקל "סאָסואַ: די ייִדן פֿון דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק" ("פֿאָרווערטס", דעם 22סטן פֿעברואַר). די רייד איז געגאַנגען וועגן דער אויסשטעלונג אין דעם ניו-יאָרקער "מוזיי פֿאַר ייִדישער ירושה", וועלכע איז געווידמעט דער גע­שיכ­טע פֿון אַ קהילה, אויפֿגעבויט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל (מיטן נאָמען "סאָסואַ") פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן לאַנד, וואָס איז געווען גרייט אויפֿצונעמען צענדליקער טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון נאַציזם.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

נאָכן איבערגעבן דאַלעסן די "נאָטע", האָט אַבא אבֿן צוגעגעבן מינדלעך, אַז אַ פֿאַרבינדונג פֿון ישׂראל מיט "נאַטאָ" וואָלט געווען אַ פּאַסיקער פֿאָרשריט. ישׂראל האָט פּרובירט באַהאַנדלען די פּראָבלעם מיט ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, ווי אויך מיט קאַנאַדע, וואָס האָט זיך דערווײַל אָנגע­שלאָסן אין "נאַטאָ" און וואָס אירע באַציִונגען מיט ישׂראל זענען זייער גוטע. עס איז אָבער גאָרנישט אַרויס פֿון דעם.

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פּיראַהאַ-קינדער

אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך, וווּ עס ווערט געבראַכט אַ קליינע צאָל ייִדישע שפּריכווערטער, וועל­כע דער מחבר האָט געהאַלטן פֿאַר די וויכ­טיקס­טע, שטייט, אַז דער אויסדרוק "קיין צוויי נישט קענען ציילן" איז אַ סינאָנים פֿון אַ גאָר נאַיִוון מענטש אָדער אַ נאַר. ענלע­כע אויסדרוקן ווערן גענוצט אויך אויף ענג­ליש, רוסיש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אַ מערבֿדיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאָר­שטעלן, ווי אַזוי קען מען זיך באַגיין אינעם לעבן אָן עלעמענטאַרער אַריטמעטיק.