פּאָליטיק

אין די ערשטע נײַנצן יאָר ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז מדינת־ישׂראל באַטראַכט געוואָרן אויף דער וועלט, ווי דוד קעגן גליתן. דאַקעגן, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאַרמעסט מיטן טעראָר פֿון די אַזוי־גערופֿענע "פֿעדאַין"־לײַט, האָט דער פּרע­מיער לוי אשכּול באַצייכנט ישׂראל, מיט איר זיגנדיקן מיליטערישן כּוח, ווי — "דער נע­בעכדיקער שמשון".

אין אַזאַ צושטאַנד געפֿינט זיך איצט מדינת־ישׂראל אין אָנבליק פֿון דעם "כאַמאַ­סישן" ראַקעטן־טעראָר אין מערץ 2008.

ווען דאָס "רעקאָרדן־בוך פֿון גינעס" וואָלט געווען אָפֿן פֿאַר פּאָליטישע רעקאָרדן, וואָלט מדינת־ישׂראל זיכער געוווּנען דאָס ערש­טע אָרט לויט דער צאָל דורכגעפֿאַלענע אָט־אָט־אָטן אין די זעכציק יאָר פֿון איר עק­זיס­טענץ. די אָנפֿירונג פֿון דער מדינה צייכנט זיך נישט אויס מיט קיין איבעריקן עודף פֿון אָרי­גינעלע איניציאַטיוון. זי צייכנט דאַ­קעגן זיך אויס מיט פֿאַרלירן די איניציאַ­טיוון פֿאַר אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער און פֿאַר סטאַבילע גרענעצן פֿאַר דער מדינה. ווען די דאָזיקע איניציאַטיוון האַלטן שוין אָט־אָט־אָט בײַם רײַף ווערן, ווערן זיי אויפֿגע­ריסן יעדעס מאָל צוזאַמען מיט די קרבנות פֿון אַ פֿאַראיינצלטן אָדער אַ מאַסיוון טעראָר־אַקט.

אין די אַלע פֿאַלן דינט דער טעראָר סײַ ווי אַ סיבה און סײַ ווי אַ תּירוץ פֿאַר דעם אויפֿרײַס פֿונעם אָנשטרענג צו דערגרייכן אַ פֿרידלעכן אויסוועג פֿון דער פֿײַנטשאַפֿט, וואָס פֿירט צו מלחמה.

אין אונדזער שווער־געפּרוּווטן ראַיאָן איז דער טעראָר אַרויפֿגעשטיגן נאָך אַ מדרגה העכער — צו דער מדרגה פֿון אַ האַלב־מלוכישן מיליטאַנטישן פֿאַקטאָר: אַ טע­ראָר פֿון אַ הערשנדיקן כּוח איבער אַ נישט אַנערקענטער כּמו־מדינה, און ווי אַזאַ — אָן אַ מלוכישער אחריות. דאָס איז — דער פֿונ­דאַ­מענ­טאַליסטישער "כאַמאַס", וואָס האָט באַ­הערשט דעם עזה־שטרײַף דורך אַן אַרויפֿ­שטײַג פֿון זעלבסטמערדער־טעראָר צו טײַוול־מאַ­שינען, און פֿון פּרימיטיוו־פּראָווי­זאָ­רי­שע דינאַמיט־רערן, דערנאָך קאַטיושעס — ביז צו די סאָפֿיסטיקירטע און ווײַט־שיסנ­דיקע "קאַ­סאַמען", "סקאַדן" און "גראַד"־ראַקע­טעס, וואָס גרייכן ביז אשקלון און נתּיבֿות.

געוויינטלעך, קומען די שלום־איניציאַ­טיוון פֿון דרויסן. אָבער כּמעט יעדעס מאָל ווען דער שלום־פּראָצעס שעפּט זיך שוין אויס און דער שלום האַלט שוין נאָענט צו ווערן דערגרייכט, ווערט ער אין דער לעצטער רגע טאָרפּעדירט דורך קלענערע און גרעסע­רע טעראָר־גרופּעס, דער עיקר, פֿון דעם "כאַמאַס".

ווי מיר ווייסן שוין פֿון אונדזער רײַכער דערפֿאַרונג אויף דעם געביט, איז דער טעראָר "דאָס געווער פֿון די שוואַכע" קעגנאיבער דעם שטאַרקערן קעגנער. אויך דאָס מאָל איז עס געווען דער "כאַמאַס", וועלכער איז אָבער מיט דער צײַט געוואָרן אַ שטאַרקער, אַ גוט־אָרגאַניזירטער כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט מדינת־ישׂראל, איז ער אָבער נאָך אַלץ אַ שוואַכלינג, און ישׂראל, וועלכע איז בײַם אָנהייב באַטראַכט געוואָרן ווי דער קליינער דוד מיט דער וואַרפֿלקע קעגן גליתן, ווערט שוין הײַנט באַטראַכט ווי דער גלית פֿון מיטעלן מיזרח, אָדער ווי אַ שמשון הגיבֿור פֿון דעם ראַיאָן.

זי איז אָבער געוואָרן, ווי געזאָגט, דער נעבעכדיקער שמשון אין איר איצטיקן בלוטיקן פֿאַרמעסט מיטן רוצחישן טעראָר, שטייענדיק פֿאַר דער געפֿאַר פֿון אַ דריטער אינטיפֿאַדע.

און אויך דאָס מאָל ווערט דער "כאַמאַ­סישער" טעראָר אויסגענוצט סײַ ווי די סיבה און סײַ ווי דער תּירוץ פֿאַר דעם רעכטן לאַגער אַרויסצוקומען מיט דער פֿאָדערונג איבערצורײַסן די שלום־געשפּרעכן מיט דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט אין די ראַמען פֿון דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס. אין גרונט איז דאָס געווען דער אָריגינעלער פֿאַרלאַנג פֿון דעם "כאַמאַס" און פֿון אַלע פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציעס, וועלכע זאָגן זיך אָפּ צו אָנערקענען מדינת־ישׂראל. דער מיליטאַנטישער רעכטער לאַגער אין ישׂראל, וועלכער רופֿט די רעגירונג איבערצו­רײַסן די שלום־געשפּרעכן, באַנײַען די אָקו­פּאַציע פֿון דעם עזה־שטרײַף און דערלאַנגען דעם "כאַמאַס" "אַ טויט־קלאַפּ", כּדי אַזוי אַרום צו ליקווידירן "איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל" דעם טעראָר — רופֿן פֿאַקטיש אויף דעם אופֿן נאָכצוגעבן דעם פֿאַרלאַנג און דעם ציל פֿון דעם "כאַמאַס"־טעראָר.

פֿאַר דעם זעלבן ציל — איבערצורײַסן די געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער — ווירקט איצט אויפֿן פּאָליטישן פֿראָנט אין דער רעגירונג און אינערהאַלב דער קאָאַליציע — די ש"ס פּאַרטיי, מיט דער אונטערשטיצונג פֿון אייניקע כּנסתּ־דעפּוטאַטן פֿון דער הערשנ­די­קער "קדימה"־פּאַרטיי גופֿא, פֿאַרלאַנגענ­דיק אויפֿצושטעלן, כאָטש צײַטווײַליק, אַ נאַציאָנאַלע רעגירונג פֿאַר אויסנאַם־צײַט, צוליב דעם בלוט־פֿאַרמעסט קעגן דעם "כאַמאַס". דער ש"ס, וועלכער רעפּרעזענטירט אין דער רעגירונג דעם אַגרעסיוון פֿליגל פֿון דעם אידעאָלאָגישן רעגנבויגן, וויל אַליין אָבער נישט פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע, צוליב די גרויסע פֿינאַנציעלע און געזעצגעבערישע קאָנצעסיעס, וואָס עס געלינגט אים אויסצו­מעלקן פֿון דער רעגירונג. אָבער נאָר דורך דער באַטייליקונג פֿון די אַנדערע רעכטע פּאַרטייען — דעם "ליכּוד" און דעם "רעלי­גיעז־נאַציאָנאַלן פֿראָנט", און מיטן צוריקקער פֿון ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו" אין דער אויסנאַם־רעגירונג, וועט ער קענען אַ סוף מאַכן צו דער לעצטער שלום־איניציאַ­טיוו, דעם פּראָצעס פֿון אַנאַפּאָליס.

אָבער, נישט וואַרטנדיק אויף דעם ישׂראל­דיקן ש"ס, האָט שוין אַבו מאַזען, דער פֿאָרזיצער פֿון פּל"אָ און פֿון דער פּאַלעסטי­נער אינסטאַנץ, דער אָנערקענטער פּאַרטנער צו דעם שלום־פּראָצעס, אָנגעמאָלדן דעם איבעררײַס פֿון די געשפּרעכן. עס איז קלאָר, אַז ער האָט אַנדערש נישט געקענט האַנדלען — נישט, חלילה, אויס וועלכער עס איז סימ­פּאַטיע צום "כאַמאַס", וואָס איז זײַן ערשטער און געפֿערלעכסטער פֿײַנט, נאָר נישט וועלנ­דיק געטאַדלט ווערן דורך די פּאַלעסטינער ווי אַ "קאָלאַבאָראַנט" אָדער "משרת" פֿון ישׂראל — אין אָנבליק פֿון דער מעכטיקער כוואַליע פֿון סאָלידאַריטעט מיטן "כאַמאַס" אין דער גאַנצער אַראַבישער וועלט און דער פֿאַרשטאַרקטער סאָלידאַריטעט בײַ די פּאַלעסטינער אויך אויסער דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ; און אויך די אַראַבער אין מדינת־ישׂראל און גאָר באַזונדערס — אין מיזרח־ירושלים, אין די פּאַלעסטינער קוואַרטאַלן, וואָס ישׂראל האָט אַנעקסירט צו דער הויפּט­שטאָט מיט זייערע 250 טויזנט אײַנוווי­נער.

מעגלעך, אַז נאָך אַ קורצן איבעררײַס און אונטערן שטאַרקן דרוק פֿון דער אַמעריקאַנער שטאַט־סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס, וואָס האָט דאָ אָפּגעשטאַט אַ קורצן וויזיט, און דעם אינטענסיוון דיפּלאָמאַטישן דרוק פֿון דעם אייראָפּעיִשן "קוואַרטעט", ווי אויך פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק, וועלכער איז שטאַרק באַאומרויִקט צוליב די אָפֿענע דעמאָנסטראַציעס פֿון די אומלעגאַלע "מוסולמענישע ברידער" אין קאַיִר — וועט אַבו מאַזען זיך צוריקקערן צו די געשפּרעכן. עס איז אויך מעגלעך, אַז מחמת דעם שטאַרקן אינטערנאַציאָנאַלן עכאָ און צוליב זײַנע גרויסע פֿאַרלוסטן, וועט אויך דער "כאַמאַס" זיך אויף ווײַטער אָפּהאַלטן פֿון שיקן ראַקעטעס אויף שׂדרות און אשקלון, דערלויבנדיק דעם "דזשיהאַד" און די אַנדערע קלענערע גרופּעס פֿאָרצוזעצן דעם טעראָר אונטער דער טענה, אַז ער האָט נישט איבער זיי קיין שליטה.

אָבער דער "כאַמאַס" האָט שוין אָפּגע­האַלטן אַ סטראַטעגישן נצחון, מיטן עצם פּראָקלאַמירן זײַן נצחון — וויסנדיק אויסצו­נוצן זײַנע קרבנות צו געווינען די אומפֿאַר­מײַדלעכע אַל־איסלאַמישע און אַל־אַראַבישע סאָלידאַריטעט און די אינטערנאַציאָנאַלע עמפּאַטיע צו דער נויט פֿון די פּאַלעסטינער אין עזה, נישט געקוקט אויף דעם "כאַמאַס"־טעראָר. דער "כאַמאַס" ווייסט אויך ווי אַזוי אויסצונוצן דעם אַזוי שטאַרק נישט־סימעט­רישן בלוטיקן באַלאַנס פֿון דער צאָל קרבנות אין דעם בלוטיקן פֿאַרמעסט בעת די פֿינף טעג פֿון דער "קליינער מלחמה" אין עזה־שטרײַף: 120 הרוגים, מער ווי אַ העלפֿט ציווילע, צווישן זיי קינדער און מוטערס, קעגנאיבער 2 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן.

און ישׂראל? נאָך זיבן יאָר ראַקעטן־אַנגריפֿן, אָנהייבנדיק פֿון דעם 16טן אַפּריל 2001, אַ האַלב יאָר נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער אינטיפֿאַדע — די "אינטיפֿאַדע פֿון על אַקסאַ" — זענען דערהרגעט געוואָרן 12 ישׂראלים. אין פֿינף פֿון די זיבן יאָר האָט צה"ל באַשיצט די קאָלאָניסטן, וועלכע האָבן דאָרט אויסגעשפּרייט איבערן עזה־שטרײַף די ייִדישע קאָלאָניזאַציע, וואָס האָט דאָרט געבליט בײַ דער זייט פֿון דעם טעראָר. די 12 ייִדישע קרבנות אין זיבן יאָר — אַזוי פֿיל וויפֿל עס פֿאַלן קרבנות פֿון אויטאָ־אומגליקן אויף די וועגן אין ישׂראל אין איין וואָך.

אָבער נישט די סטאַטיסטישע צאָל קרבנות איז דער ציל פֿון דעם טעראָר, נאָר די שרעקלעכע אימה, דער אַלגעמיינער פּחד, די אומזיכערקייט, די נאַציאָנאַלע היסטעריע, פֿון וועלכער דאָס פֿאָלק ווערט באַהערשט.

די קרבנות פֿונעם טעראָר זענען גע­וויינלעך די שוואַכע, די אומשולדיקע, די נישט באַוואָפֿנטע, און צוזאַמען מיט זיי ווערט פֿאַרשטערט דער קלאָרער געדאַנק פֿון די מאַסן און פֿון זייערע מנהיגים.

אין אַלע מלחמות און אינטיפֿאַדעס זענען אַלע ברירות, אַלע "רפֿואות קעגן דעם טעראָר" און אַלע מעגלעכע אָפּעראַציעס שוין געוואָרן אויספּרובירט. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, וואָס האָט געדויערט 33 טעג האָט באַוויזן, אַז די באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל, וועלכע איז שוין הײַנט נישט די זעלבע וואָס מיט זעכציק און מיט פֿערציק יאָר צוריק, איז נישט אויסהאַלט־פֿעיִק צו אַ לאַנגער מלחמה — וויפֿל פּאַטריאָטישע קאָמפּלימענטן מען זאָל איר נישט מאַכן. די פֿינף טעג פֿון דער "קליינער מלחמה" אין דעם עזה־שטרײַף האָבן ווידעראַמאָל באַוויזן, אַז "אַ זבענק און פֿאַרענדיקט" קאָן שוין הײַנט קיין גרויסע זאַכן נישט דערגרייכן.

מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט אַ גוט אַנט­וויקלטע דעמאָקראַטיע און אַ פֿאָרגעשריטענע ווירטשאַפֿט — האָט נאָך אָבער נישט קיין פֿעסט באַשטימטע גרענעצן און קיין קאָנסטי­טוציע. די גײַסטיקע מדריכים, די פּאָליטישע מנהיגים, די מיליטערישע סטראַטעגן און די דעמאַגאָגן, און אויך די קמיעות און עין־הרע־שפּרוכן וועלן נישט ברענגען קיין נסים. די נאַציאָנאַלע לייזונגען קענען נישט קומען פֿון אַרבל אַרויס און מ'קען זיי אויך נישט געפֿינען דורך דעם קליינעם ציל־פֿענצטערל פֿון דעם געווער — נאָר אַרויפֿגיין אויפֿן וועג פֿון צוזאַמענריידן זיך מיט די פּאַלעסטינער — אויך מיטן "כאַמאַס" אין עזה — און דורך אַ פּשרה, און אפֿשר מיט דער הילף פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן כּוח — צו קענען ענדלעך דערלעבן אַ פֿרידלעכע שכנה­שאַפֿט אין דעם דאָזיקן לאַנד פֿון די שיינע האָפֿענונגען און גרויסע הבֿטחות.

תל־אָבֿיבֿ, 4טער מערץ 2008