"אויף דרײַ זאַכן שטייט די וועלט: אויף געלט, אויף געלט און אויף געלט."
אַזוי האָט אַ לץ אַמאָל פֿאַרדרייט די באַקאַנטע משנה פֿון פּרקי־אָבֿות, און דערבײַ אַרויסגעזאָגט אַ טרויעריקן אמת וועגן דער מענטשלעכער נאַטור: צי מע וויל יאָ, צי מע וויל נישט, קאָנען אַפֿילו די פֿרימסטע ייִדן פֿאַרבלענדט ווערן פֿון דער מטבע.
ווען אַ ייִד האָט דאָס געלט אויסצופֿירן אַ ריזיקע חתונה, איז נישט געפֿערלעך. מע קאָן אַפֿילו טענהן, אַז ס׳האָט אַ מעלה, ווײַל אַ צאָל געשעפֿטן געניסן דערפֿון: דער שפּײַז־צושטעלער, די כּלי־זמר, דער צירונג־הענדלער, דאָס חופּה־קלייד־געוועלב, אאַז״וו.
וואָס אָבער קומט פֿאָר, ווען אַ ייִד האָט נישט דאָס געלט דערפֿאַר? "מע וויל נישט באַליידיקן די כּלה, און סתּם — מע וויל אויסזען באַלעבאַטיש, באַצאָלט מען די $50,000, אַפֿילו ווען מע קען זיך עס נישט דערלויבן," האָט דערקלערט פּנחס גלויבער, אַ 29־יאָריקער סאַטמערער אָפּשאַצער פֿון הײַזער.
ווען אַ ייִד דאַרף חתונה מאַכן אַ טאָכטער און האָט נישט דאָס געלט, וועט אָפֿט מאָל אַ ברודער אָדער איינער, וואָס איז אים שולדיק אַ טובֿה, אַרויסשיקן אַ בריוו צו אַ צאָל פֿרומע משפּחות, מאָנענדיק געלט פֿאַר הכנסת־כּלה, אָדער מע מאַכט אַ בענעפֿיט צו זאַמלען געלט פֿאַר דער משפּחה. מע רופֿט עס אַ טיי־שׂימחה; בײַ די ווײַבער הייסט עס אַ "טי־פּאַרטי".
לעצטנס, איז אָבער אַזוי געשטיגן די צאָל משפּחות וואָס קענען נישט אויספֿירן די שׂימחות, אַז דער רבי פֿון די סאַטמערער חסידים, ר׳ אַהרן טייטלבוים האָט, בעת דעם יערלעכן סאַטמערער באַנקעט, דעם 6טן יאַנואַר, געמאָלדן אַ ריי תּקנות צו באַגרענעצן די הוצאָות פֿון די מסיבות. די סאַטמערער באַטרעפֿן איינע פֿון די גרעסטע און השפּעהדיקסטע חסידישע באַוועגונגען הײַנט־צו־טאָג — בערך 100,000 ייִדן. דערפֿון קאָן מען אַרויסדרינגען, אַז אויב אַ גרויסער טייל פֿון דער סאַטמערער קהילה וועט פֿאָלגן כאָטש אַ טייל פֿון די תּקנות, קאָן עס באַווירקן די אַנדערע חסידים און אַפֿילו נישט־חסידישע פֿרומע לײַט צו זײַן מער שפּאָרעוודיק בײַ זייערע מסיבות.
דער גערער רבי ראַנגלט זיך אויך מיט דעם. אין ישׂראל, וווּ די חרדישע עלטערן קויפֿן אַפֿילו אַ וווינונג פֿאַר חתן־כּלה, האָט דער רבי פֿאַראָרדנט, מע זאָל נישט קויפֿן אין ירושלים, וווּ דער פּרײַז איז אַזוי הויך, נאָר אין אַ וואָלוול אָרט ווי ערד (אַראַד). ער האָט אויך געוואָרנט די פֿאַבריקאַנטן פֿון די ספּאָדיקס (בײַ די גערער טראָגט מען ספּאָדיקס, נישט שטרײַמלעך), אַז ער וועט הייסן די חסידים אויפֿצוהערן טראָגן זיי, אויב דער פּרײַז וועט ווערן צו הויך.
די ערשטע תּקנות האָט ר׳ אַהרן אַרויסגעגעבן אין אָקטאָבער 2007, אין שײַכות מיט די בר־מיצווה־פֿײַערונגען: ער האָט געהייסן פּראַווען זיי בלויז אין אַ פּשוטן זאַל אין וויליאַמסבורג אָדער קרית־יואל, וואָס איז אַ סך ביליקער ווי אין אַ מער מאָדערנעם זאַל. מע מעג פֿאַרבעטן נישט מער ווי 40 פּאָרפֿעלקער, און נישט אויסגעבן מער ווי $1,200. די איצטיקע תּקנות זענען אין שײַכות מיט די תּנאים (קנס־מאָל), דער חתונה און די שבֿע־ברכות.
צווישן די פֿאָדערונגען: דאָס איבערלייענען די תּנאים דאַרף פֿאָרקומען אין דער שטוב פֿון דער כּלהס טאַטע־מאַמע, און דער כּיבוד דאַרף באַשטיין פֿון בלויז סאָדע־וואַסער, משקה, טאָרט און קיכעלעך. ווי דרשה־געשאַנק, מעג מען געבן דער כּלה בלויז פֿיר מינים צירונג: אַ זייגערל, אַ שנירל פּערל, אויעררינגלעך און אַ קנס־פֿינגערל מיט אַ פֿאַלשן דימענט. מע מעג אויך געבן אַ מחזור, צאינה־וראינה, סידור, טיכל און פֿאַרטעך. (דאָס טיכל און פֿאַרטעך, וואָס זענען געוויינטלעך געמאַכט פֿון ווײַסן זײַד, ניצט מען בײַם צינדן די שבת־ און יום־טובֿ־ליכט). דעם חתן מעג מען אויך געבן בלויז פֿיר מתּנות: אַ זייגערל, אַ ש״ס (דעם גאַנצן תּלמוד), אַ קידוש־בעכער און אַ חנוכּה־לאָמפּ. דערצו מעג מען אים אויך שענקען אַ טלית, טלית־און־תּפֿילין־זעקל און אַ קיטל.
קיין אַנדערע מתּנות זענען נישט דערלויבט — נישט דעם חתן אָדער כּלה, נישט זייערע קרובֿים, און זיכער נישט די מחותּנים. אויב קיינער אין דער משפּחה גיט נישט דער חתן־כּלה קיין שבת־לײַכטער, דאַרפֿן די עלטערן פֿון חתן־כּלה בשותּפֿות דאָס קויפֿן פֿאַר זיי. אַחוץ דעם דאַרפֿן דעם חתנס טאַטע־מאַמע אים קויפֿן דעם שטרײַמל, וואָס טאָר נישט קאָסטן מער ווי $1,200, און מער ווי איין שטרײַמל איז נישט דערלויבט. דער כּלהס טאַטע־מאַמע קויפֿן איר דאָס שייטל.
אַלע מאָלצײַטן פֿאַרבונדן מיטן אויפֿרוף (שבת פֿאַר דער חתונה, ווען מע רופֿט דעם חתן צו דער תּורה) דאַרף מען עסן אין דער שטוב פֿונעם חתנס טאַטע־מאַמע; מע מעג פֿאַרבעטן בלויז דעם חתנס באָבע־זיידע און שוועסטער־ברידער. דער צוקונפֿטיקער שווער־און־שוויגער מעג מען פֿאַרבעטן, בלויז אויב זיי קומען פֿון מחוץ דער שטאָט.
צוליב דעם וואָס די חתונות ציִען זיך אָפֿט ביז 3:00 פֿאַרטאָג, האָט ר׳ אַהרן אויך פֿאַראָרדנט, אַז דער לעצטער מיצווה־טאַנץ דאַרף זיך ענדיקן ביז 1:30 בײַ נאַכט.
גלויבער איז צופֿרידן מיט די תּקנות, ווײַל בײַ די סאַטמערער קומען פֿאָר אַזוי פֿיל חתונות, זאָגט ער, אַז "קיינער האָט נישט קיין נערוון דערצו. מע פֿאַרבעט אַ סך מער מענטשן ווי ס׳פֿעלט אויס, און דער אָוונט ציט זיך אַזוי לאַנג, אַז מע ענדיקט פֿאַרטאָג. דאָס ערגסטע איז, ס׳איז אַלץ נאָר פֿאַר יענעם, ס׳איז נישט ווײַל מע דאַרף עס. באמת, אַ שאָד דאָס געלט — ממש ווי מ׳וואָלט עס אַרויסגעוואָרפֿן אין מיסטקאַסטן."
"אַ מאָל פֿלעג מען האָבן אַ one-man band (בלויז איין מוזיקער)," האָט גלויבער געגעבן אַ משל. "דערנאָך האָט מען אָנגעהויבן באַשטעלן איין זינגער, שפּעטער — צוויי, צו־ביסלעך איז דער פּרײַז געוואָרן טײַערער און טײַערער. און דערנאָך מוז מען נעמען אַ בדחן, וואָס רופֿט אַרויס די קרובֿים צום מיצווה־טאַנץ — קאָסט עס דיר נאָך אַ טויזנטער. קיינער דאַרף עס נישט."
שטעלט זיך די פֿראַגע, וועט דער ציבור טאַקע פֿאָלגן די תּקנות? בפֿרט די כּלות, וואָס וועלן זיך איצט דאַרפֿן באַנוגענען מיט אַ פֿאַלשן דימענט? "מיר דאַכט זיך, אַז יאָ," האָט גלויבער געענטפֿערט. עטלעכע וואָכן נאָך דעם רבינס מעלדונג, האָט גלויבער דערציילט, האָט מען געשטעלט אַן אַנאָנס אין דער צײַטונג, לויבנדיק פֿיר כּלות, וואָס זייערע חתונות האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם נײַעם סטאַנדאַרט. "דאָס איז אַ וווילע זאַך, וואָס איר האָט נישט געניצט קיין אמתע דימענטן," איז געשטאַנען אינעם אַנאָנס.
"און ערשט לעצטנס, בײַ דער שיל, וווּ איך דאַווען, אין וויליאַמסבורג, איז אַ גרופּע ייִדן צוגעגאַנגען צו איינעם, וואָס האָט ערשט חתונה געמאַכט אַ קינד, און אָנגעהויבן זיך אויסצוטענהן מיט אים, הלמאי ער האָט נישט געפֿאָלגט ר׳ אַהרנס תּקנות."
שעיה, אַ 25־יאָריקער סאַטמערער מיט אַ פֿרוי און קינד, איז אַ ביסל מער סקעפּטיש וועגן דעם גאַנצן ענין. "יאָ, ס׳איז אַ גוטע זאַך, אָבער איך זע נישט, פֿאַר וואָס מיר דאַרפֿן זיך אויפֿשטעלן און אַפּלאָדירן. באַלד ווי איך האָב געזען די תּקנות, האָב איך געטראַכט: וואָס ווילן זיי? טאַקע אַרויסהעלפֿן די מענטשן? צי איז עס בלויז אַ מאַכטקאַמף?"
שעיה האָט דערקלערט, אַז זינט די סאַטמערער האָבן זיך צעשפּאָלטן, פּרוּווט יעדער צד באַווײַזן, אַז ער טוט חסד פֿאַר דער קהילה. "אויב זיי ווילן טאַקע העלפֿן די ייִדן, פֿאַר וואָס דריקן זיי נישט אויף די מענטשן, וואָס דינגען אויס דירות אין מאָנראָו, אַראָפּצולאָזן זייערע פּרײַזן? דאָס וואָלט אַ סך מער געהאָלפֿן. גלייב מיר, ס׳וועט זײַן זייער שווער פֿאַר די מיידלעך מסכּים צו זײַן צו באַקומען אַ פֿאַלשן דימענט. איך שאַץ, אַז אין בעסטן פֿאַל וועלן אפֿשר 50% פֿון די ייִדן פֿאָלגן די תּקנות אויף אַן ערך צוויי יאָר, און שפּעטער, וועלן זיי אָנהייבן זוכן אופֿנים, ווי אַזוי זיך אַרויסצודרייען דערפֿון."
ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס די מיידלעך וועלן נישט זײַן צופֿרידן, אָבער אַן 21־יאָריקער סאַטמערער בחור פֿון באָראָ־פּאַרק האָט צוגעגעבן, אַז ווען מע האָט פֿאַראַיאָרן אָנגעהויבן רעדן וועגן אײַנצאַמען די חתונה־הוצאָות, "האָבן די בחורים אויך נישט צוגעלאָזט. יעדער האָט געטראַכט: ׳איך וואָלט געוואָלט האָבן אַ חתונה אַזוי ווי מײַנע חבֿרים׳." דערפֿון איז אַרויסגעוואַקסן די "שטרײַמל־רעוואָלוציע". מיט אַ האַלב יאָר צוריק זענען די פֿאָרשטייער פֿון דער קהילה געגאַנגען אין די ישיבֿות און בתּי־מדרשים פֿון מאָנראָו און קרית־יואל, און איבערגעצײַגט אַ צאָל בחורים צו חתמענען אַ הסכּם, אַז יעדער חתן וואָס וועט אײַנהאַלטן די הוצאָות פֿון זײַן חתונה, וועט דער שטרײַמל־הענדלער נישט רעכענען מער ווי $1,200 פֿאַרן שטרײַמל, וואָס מע קויפֿט אים.
"אין אָנהייב וועט עס מסתּמא גיין פּאַמעלעך, אָבער מיט דער צײַט מיין איך, וועט מען טאַקע אויסגעבן ווייניקער געלט אויף די זאַכן," האָט דער בחור באַמערקט. "אָבער וועגן ענדיקן דעם מיצווה־טאַנץ ביז 1:00 — דאָס, גלויב איך, וועט נישט אַרבעטן, ווײַל די מענטשן האָבן ליב צו טאַנצן אויף זייערע חתונות."