|
פֿון רעכטס: יוסף בורג, משה לעמסטער און דובֿ־בער קערלער, אין בורגס דירה, טשערנאָוויץ |
|
I
דעם 6 מאַרץ 2008 איז דובֿ־בער קערלער געוואָרן אַ בן־חמישים. 50 יאָר זענען פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער בכלל, און פֿאַר אַ פֿאָרשער אין געביט פֿון ייִדיש בפֿרט — יוגנט־יאָרן. ער איז גבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן האָט געהערשט די כרושטשאָווער "אָדליגע". זײַן טאַטע, דער דיכטער יוסף קערלער, האָט זיך שוין געהאַט אומגעקערט פֿון די סטאַלין־לאַגערן (1955), און איז אַלט געווען 40 יאָר. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿרייד, זײַן באגײַסטערונג, ווען בײַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. טאַקע אין גיכן שרײַבט ער אָן פֿאַר זײַן בן־יחיד אַ וויגליד.
דער קאָמפּאָזיטאָר זינאָווי קאָמפּאַנייעץ האָט געשאַפֿן אויף די ווערטער מוזיק. דאָס דאָזיקע ליד איז אַרײַן אין דער זאַמלונג "פֿינף לידער פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער", וואָס איז דערשינען אין 1960 אין מאָסקווע, פֿאַרלאַג "מוזגיז" (מוזיקאַלישער מלוכישער פֿאַרלאַג). די ווערטער פֿון די לידער זײַנען אויך אָנגעגעבן אין דער איבערזעצונג אויף רוסיש. אָט איז דאָס ליד אויף ייִדיש:
וויגליד
ביסט, מײַן קינד, אַוודאי איינער
בײַ דײַן טאַטע־מאַמע.
נו איז וואָס באַדאַרף מען וויינען,
זײַן וועט נאָך מסתּמא.
וואָס זשע וויינסטו, בערעלע?
מיר פֿאַר דײַנס אַ טרערעלע,
ליב איז יעדעס ווינדעלע
פֿון דײַן לײַב, מײַן קינדעלע.
וואָס זשע וויינסטו, מײַן בן־יחיד,
האָסט דאָך, זאָגט מען, שׂכל,
מאַך מיר יום־טובֿ אין דער וואָכן,
טו אַ שטילן שמייכל.
אָט אַזוי, מײַן ייִנגעלע, ביסט מײַן כּישוף־רינגעלע,
ביסט מײַן דימענט־שטיינדעלע,
מיר פֿאַר דײַנע ביינדעלעך.
מיר... מיר... מיר... מיר...
שטילער, שטילער, טויער־טיר.
שאַ, שטיל, וואַלד און ווינט,
שלאָפֿן וויל מײַן טײַער קינד.
שאַ... שטיל...
מיט דעם דאָזיקן וויגליד, וועלכע מע פֿלעגט בערעלען זינגען, האָט ער אײַנגעזאַפּט אין זיך ייִדיש, ייִדישע ליטעראַטור, ייִדישע קולטור. און אפֿשר פֿון איר וואַקסן אַרויס דובֿ־בערס ליבע צו ייִדיש, געטרײַשאַפֿט צו דער ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער קולטור. דובֿ־בער קערלער איז אַ דורותדיקער פּאָעט — איינער פֿון די זיידעס זײַנע איז געווען אַ בדחן. ס'וויל זיך האָפֿן, אַז דער ייִדיש־שטאַפֿעט, דער ייִדיש־שעפֿרישער שטאַפֿעט אין דער משפּחה קערלער וועט זיך איבערגעבן ווײַטער צו נײַע דורות. ס'וויל זיך האָפֿן, אַז איינער פֿון דובֿ־בערס אייניקלעך וועט הייסן יאָסעלע, פֿאַר וועלכן דובֿ־בער וועט אָנשרײַבן אַ נײַ וויגליד. און דאָס ייִנגעלע יאָסעלע וועט אײַנזאַפּן מיטן ייִדישן קלאַנג ליבע צו ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישער קולטור...
II
דעמאָלט, מיט 50 יאָר צוריק, איז אויף דובֿ־בערס געבורטסטאָג אויסגעפֿאַלן דער יום־טובֿ פּורים. דער יום־טובֿ, וואָס איז פֿאַרבינדן ניט נאָר מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, נאָר אויך מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ייִדישער ליטעראַטור און באַזונדערס, מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר. ווען דאָס ייִנגעלע בערעלע איז אויסגעוואַקסן און געוואָרן דובֿ־בער קערלער, האָט ער אָנגעהויבן צו זאַמלען דעם פּורים־פֿאָלקלאָר — דאָס מיינט, אי די פּורים־שפּילן, אי די זינגלידער, אי וויצן, אי פֿערזן...
אין די פֿאַרשיידענע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, וואָס דובֿ־בער האָט אָרגאַניזירט קיין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, רומעניע, מאָלדאָווע, אונגערן איז צווישן די הויפּט־טעמעס דאָ די טעמע — פּורים־פֿאָלקלאָר. בכלל די געזאַמלטע מאַטעריאַלן, די מער ווי 500 אינטערוויוען, זײַנען זייער אַ וויכטיקער אויפֿטו פֿון דובֿ־בערן פֿאַר די וואָס וועלן דערלערנען די ייִדישע שפּראַך, די ייִדישע דיאַלעקטן און, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
דובֿ־בער איז פֿאַרליבט אין זײַן אַרבעט. ער איז פֿאַרליבט אין די ייִדן, בײַ וועלכע ער נעמט די פֿילצאָליקע אינטערוויוען. און די ייִדן וואָס זענען, געוויינטלעך, שוין אַלטע, אָפֿט מאָל קראַנקע, איינזאַמע, פֿאַרגעסענע, פֿילן עס, פֿילן זײַן מיטלײַד צו זייער לאַגע און עפֿענען פֿאַר אים די פֿאַרשפּאַרטע טירן פֿון זכּרון. ווען זיי הייבן אָן צו דערציילן די געשיכטע פֿון זייער לעבן, וועגן די קינדער־יאָרן און יוגנט, צעשטראַלן זיך זייערע מידע אויגן. דעם אָפּשײַן פֿון דער צעשטראַלונג האָב איך ניט איין מאָל געזען אויף דובֿ־בערס פּנים.
כ'האָב זיך איבערצײַגט, אַז דובֿ־בער האָט ליב ייִדיש — אין זיך, און ניט זיך אויפֿן מאַרק פֿון ייִדיש. ער האָט ליב דעם פּורים אין זיך און ניט זיך אויפֿן יום־טובֿ פּורים. די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס געבן אים גײַסטיקע כּוחות. נאָך זיי שאַפֿט ער נײַע לידער, גיט אַרויס נײַע לידער־זאַמלונגען.
כ'האָב אויך אָנגעשריבן אַ ציקל לידער וועגן אים און וועגן מיר — "דובֿ־בעריאַדע". נאָר כ'מיין, אַז די לידער מײַנע זענען ניט אַזוי פֿיל וועגן אונדז גופֿא, ווי וועגן דער טעמע: דיכטער–וועלט–גאָט. איינע פֿון די לידער וויל איך שענקען דובֿ־בערן ווי מײַן באַשיידענע מתּנה צו זײַן ווערן אַ 50ער.
איך און דובֿ־בער אין ירושלים,
ערגעץ אויפֿן 17טן שטאָק,
אויב נישט נאָך העכער.
מיר זיצן אין פֿאָטעלן בײַם פֿענצטער.
אָוונט.
ס'הערן זיך מער ניט די טריט פֿון גאָט אין הימל —
ער האָט זיך צעלייגט אין זײַן כּיסא־הכּבֿוד
און וואַרט פֿון דער ערד
די מינחה־תּפֿילות.
אָט פֿליִען זיי אויף,
פֿון שולן, קלויזן, טעמפּלען
מיט יונגע כּוחות אַלץ העכער, העכער
שפּיגלען זיך אָפּ אין טויזנטער פֿענצטער
און פֿליִען ווײַטער, אַרויף, צום באַשעפֿער.
פּלוצעם,
עטלעכע תּפֿילות באַמערקן אונדז אויבן —
זיי, ווי פֿלאַטערלעך אויף אַ לאָמפּ בײַ נאַכט,
נעמען זיך שלאָגן אין דורכזיכטיקע שויבן
איך מיט דובֿ־בערן האָבן זיך צעלאַכט.
— יאָ, דובֿ־בער,
אַ פּאָעט איז אויכעט אַ באַשעפֿער.
אַ וועלט פּאָעטישע באַשאַפֿט ער און באַשטראַלט
מיט זײַנע יהי־אור־ווערטער,
אין זײַן פּאָעטישן געשטאַלט.
— משה, אַ פּאָעט, איז גאָטס באַהעלפֿער
ער העלפֿט אים באַלויכטן
די אַרומיקע וועלט.
זײַן ליד איז אַ שטערן
אַ פֿאַקעל,
אַ לעמפּל.
זײַן ליד די פֿינצטערניש פֿון תּהום צעשמעלצט.
דובֿ־בער שטייט אויף.
די פֿענצטער צעעפֿנט.
לאָזט אַרײַן די תּפֿילות אין צימער...
אויפֿן זיבעצעטן שטאָק, אויב ניט נאָך העכער,
איך און דובֿ־בער.
די טריט פֿון גאָט הערן זיך אין הימל.