פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פּיראַהאַ-קינדער
פּיראַהאַ-קינדער

אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך, וווּ עס ווערט געבראַכט אַ קליינע צאָל ייִדישע שפּריכווערטער, וועל­כע דער מחבר האָט געהאַלטן פֿאַר די וויכ­טיקס­טע, שטייט, אַז דער אויסדרוק "קיין צוויי נישט קענען ציילן" איז אַ סינאָנים פֿון אַ גאָר נאַיִוון מענטש אָדער אַ נאַר. ענלע­כע אויסדרוקן ווערן גענוצט אויך אויף ענג­ליש, רוסיש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אַ מערבֿדיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאָר­שטעלן, ווי אַזוי קען מען זיך באַגיין אינעם לעבן אָן עלעמענטאַרער אַריטמעטיק.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער דאָזיקער אויסדרוק פֿון ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט אַפֿילו אַ שײַכות צו הלכה: דאָס נישט קענען רעכענען איז איינער פֿון די סימנים פֿון אַ שוטה — אינגאַנצן פּסיכיש־קראַנקער מענטש, וואָס קאָן נישט דינען ווי אַן עדות אין בית-דין, ווערט נישט פֿאַררעכנט אין אַ מנין, און איז פּטור פֿון די מיצוות, צוליב זײַן אומטאַטפֿעיִקייט. פֿאַרשיידענע פּשוטע חשבונות שפּילן אויך אַ וויכטיקע ראָלע אין די פּסיכאָלאָגישע טעסטן, למשל — בײַם אויסמעסטן דעם ניוואָ פֿונעם אינטעלעקט בײַ קליינע קינדער. אויב אַ דרײַ־יעריק קינד קען נישט, חלילה, ציילן כאָטש ביז דרײַ, ווײַזט עס אָן אויף אַן ערנסטער פּראָבלעם אין זײַן אינטעלעקטועלער אַנטוויקלונג.

די מערבֿדיקע טעכנאָלאָגישע ציוויליזאַ­ציע וואָלט בשום-אופֿן נישט געקאָנט עקזיס­טירן אָן מאַטעמאַטיק. אין ייִדישקייט איז אַפֿילו פֿאַראַן אַ מיצווה — ספֿירת-העומר — וואָס באַשטייט אין ציילן די טעג צווישן פּסח און שבֿועות; אויף אַ פּשוט מאַמע-לשון ווערט ספֿירת-העומר אָנגערופֿן סתּם "ציילן", און ווערט אַפֿילו אויסגענוצט אינעם "ישיבֿישן" ענגלישן סלענג ווי "to tseil". ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דאָס ייִדישע וואָרט "חשבון" איז פֿילדײַטיק, און מיינט, אַחוץ די אַריטמעטישע אָפּעראַציעס, אויך "דאָס פּלאַנירן" און "דאָס באַטראַכטן"; פּונקט אַזוי, קאָן דאָס וואָרט "רעכענען" אויך מיינען, אין אַ געוויסן קאָנטעקסט, "צו פֿאַרלאָזן זיך", "זיך פֿאָרצושטעלן" אָדער "צו נעמען אין באַטראַכט".

מיר זענען בוכשטעבלעך אַרומגערינגלט מיט "מאַטעמאַטישע" מכשירים מיט ציפֿערן: זייגערס, טעלעפֿאָנען, קאַלענדאַרן — שוין אָפּ­גערעדט פֿון קאַלקולאַטאָרס און קאָמ­פּיו­טערס, וואָס זייער נאָמען גופֿא מיינט "אַ רעכן-מאַשין". אונזדערע הײַזער, מעבל, געפֿעסן, ווי אויך אַפֿילו בגדים און שיך, זענען געשאַפֿן געוואָרן דורך אינזשענירישע חשבונות אָדער, לכל-הפּחות, מיט דער הילף פֿון ווירעס און אַנדערע מעסט-אינסטרומענטן. הגם אַ סך שטוב-זאַכן וואָלט מען געקאָנט שאַפֿן אָן חשבונות, באַקומען זיי זיך שענער און בעסער, ווען מע מעסט זיי קודם אויס.

ייִדישקייט איז פֿון איר סאַמע אוראַלטער פֿאַרגאַנגענהייט געווען תּמיד דורכגעזאַפּט מיט מאַטעמאַטיק. דער תּנ״ך איז אַזוי אָנ­גע­פֿילט מיט פֿאַרשיידענע ציפֿערן און חשבו­נות, אַז דער ספֿר "במדבר" ווערט אויף אַנ­דערע שפּראַכן אָנגערופֿן "צאָלן" ("Numbers"). דער ייִדישער לוח, לויט וועלכן ס׳ווערן אויסגערעכנט אַלע יום-טובֿים, איז באַגרינדעט אויף אַ קאָמפּליצירטן אַסטראָ­נאָמישן חשבון. אַפֿילו די ייִדישע זיבן-טאָגיקע וואָך, וואָס שליסט זיך מיט שבת, האָט צו טאָן מיט אַ פּשוטן חשבון ביז זיבן. די וויכטיקייט פֿון מאַטעמאַטיק אין דער ייִדישער קולטור ווערט באַזונדערס שטאַרק אויסגעדריקט אין קבלה, וווּ עס שפּילן אַ גרויסע ראָלע כּלערליי קאָמפּליצירטע חשבונות און דער סימבאָליזם פֿון פֿאַרשיידענע צאָלן. אין דער גאַנצער וועלט איז, דאַכט זיך, נישטאָ קיין אַנדערע מיסטישע טראַדיציע, וווּ מאַטעמאַטיק זאָל שפּילן אַזאַ ריזיק-גרויסע ראָלע.

בקיצור, מיר, ייִדן, זענען פֿון קדמונים אָן, אַ "מאַטעמאַטיש" פֿאָלק, אַ טייל פֿון דער "מאַטעמאַטישער" מערבֿדיקער ציווי­ליזאַציע. שטעלט זיך פֿאָר, אָבער, אַז אין דער וועלט איז פֿאַראַן אַ פֿאָלק, וואָס קאָן בכלל נישט ציילן אַפֿילו ביז צוויי — און פֿאָרט זענען זיי גאַנץ קלוגע, אַנטוויקלטע מענטשן, מיט אַן אייגענער, גאָר אָריגינעלער לעבנס-פֿילאָסאָפֿיע.

בײַ די ברעגן פֿונעם טײַך מייסי, אין בראַזיל, לעבט דאָס אוראַלטע פֿאָלק פּיראַהאַ — אַ שבֿט פֿון פֿישער, יעגער און זאַמלער. הײַנט באַטרעפֿט זייער באַפֿעלקערונג בלויז אַרום 360 נפֿשות, דערפֿאַר זענען אַ צאָל אַנ­טראָפּאָלאָגן פֿאַרזאָרגט וועגן זייער צוקונפֿט. פּיראַהאַ זענען אָבער זייער אַ שטאָלץ פֿאָלק, וואָס וויל זיך בשום-אופֿן נישט אַסימילירן; אַדרבא, זייער צאָל איז לעצטנס געשטיגן, אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1985, ווען זייער באַפֿעל­קערונג האָט באַטראָפֿן בלויז 141 מענטשן.

פּיראַהאַ פֿירן אַ פֿרידלעכן לעבנס-שטיי­גער — זאַמלען ווילדע פֿרוכטן, כאַפּן פֿיש, און טרײַבן געיעג פֿון צײַט צו צײַט נאָך די חיות. הגם דאָס לעבן אינעם בראַזילער דזשונגל איז פֿול מיט סכּנות, האָבן פּיראַהאַ זייער ליב זייער היימלאַנד און ווילן עס נישט פֿאַרלאָזן.

פּיראַהאַ האָבן נישט קיין צאָל-ווערטער אין זייער שפּראַך, אַחוץ דעם וואָרט "אַ טייל", וואָס ווערט קעגנגעשטעלט צו דער קאטעגאָריע "אינגאַנצן". די אַנדערע פֿאָר­שער פֿון דער פּיראַהאַ-שפּראַך האַלטן, אַז זיי האָבן יאָ באַזונדערע ווערטער פֿאַר "איינס" און "צוויי", נאָר זיכער נישט פֿאַר דרײַ; דער אַנטראָפּאָלאָג דעניעל עווערעט טענהט אָבער, אַז די דאָזיקע ווערטער זענען זייער פֿילדײַטיק און באַצייכענען נישט קיין קאָנקרעטע אַריטמעטישע ווערטן. לויט עווערעטן, האָבן אַזעלכע קוואַנטיטאַטיווע באַגריפֿן, ווי "אַלע", "יעדער", "איטלעכער", "אַ סך" און "אַ ביסל", נישט קיין אַדעקוואַטן עקוויוואַלענט אין דער פּיראַהאַ-שפּראַך.

דעניעל עווערעט, אַ גראַדואַנט פֿונעם "ביבלישן אינסטיטוט פֿון מודי", אַ עוואַנ­געליסטישער קריסטלעכער קאָלעדזש פֿאַר מיסיאָנערן, האָט זיך אינעם יאָר 1977 באַזעצט מיט זײַן ווײַב, קערען, אינעם בראַזילער דזשונגל, צו פּריידיקן די קריסטלעכע רעליגיע פֿאַר די פּיראַהאַ-לײַט. אין די 1980ער האָט דאָס פּאָרפֿאָלק שוין גוט געקענט די שפּראַך, און אָנגעהויבן צו לערנען דעם שבֿט צו רעכענען און לייענען.

פּיראַהאַ-פֿרוי אין דער היים
פּיראַהאַ-פֿרוי אין דער היים

פּיראַהאַ האָבן געטענהט, אַז ווען זיי האָבן געפּרוּווט צו האַנדלען מיט די אייראָ­פּעער, האָט מען זיי כּסדר אָפּגענאַרט, דערי­בער זענען זיי געווען נײַעגעריק צו וויסן, ווי אַזוי די ווײַסע מענטשן שאַצן אָפּ די ווערט פֿון זייער סחורה. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָט דער שבֿט געלעבט אויף אַן אַר­כאַיִש-קאָמונאַלן אופֿן, נישט געהאַט קיין אייגנטימער, און האָבן זיך דערפֿאַר נישט גענייטיקט אין קיין געלט און עקאָנאָמישע חכמות, הגם זיי טוישן צומאָל אויס געוויסע מינים סחורה.

עווערעט האָט דערציילט, אַז פּיראַהאַ זענען זייער אַ פּראַגמאַטיש, שאַרפֿזיניק פֿאָלק, וואָס באַציט זיך צום לעבן מיט לאָ­גיק און הומאָר, און האָט כּמעט נישט קיין איבעריקע קולטורעלע באַגרענעצונגען, כּל-זמן מע לעבט בשלום. אין די 1960ער יאָרן האָבן זיך די פּיראַהאַ-לײַט צעטיילט אויף צוויי גרופּעס, צוליב אַ קליינער מלחמה, פֿאַרבונדן מיט אַ מעשׂה פֿון צוגענבֿעטע פֿרויען; צוויי מענטשן זענען אומגעקומען בעתן קריג; בדרך-כּלל לעבן זיי, אָבער, גאַנץ פֿרידלעך.

עווערעט האָט געפּטרט אַכט חדשים, פּרוּוונדיק אויסצולערנען פּיראַהאַ די חכמת-החשבון; בײַם סוף, אָבער, האָט זיך אים עס נישט אײַנגעגעבן. הגם דער שבֿט האָט אַליין געבעטן דעם מיסיאָנער אויסצולערנען זיי צו רעכענען, האָבן זיי זיך באַצויגן צו די לעקציעס ווי צו אַ טשיקאַווער פֿאַר­ווײַלונג. ווען אַ צאָל פּיראַהאַ-קינדער האָבן אָנגעהויבן פֿאַרשטיין אַריטמעטיק, האָבן זייערע עלטערן זיי צוגענומען פֿונעם קלאַס — אַפּנים, כּדי זיי אָפּצוהיטן פֿון די פֿרעמדע "אַסימילאַטאָרישע" חכמות.

אין די אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם לעבן, אַחוץ חשבונות, זענען פּיראַהאַ גאַנץ אַ קלוג, לאָגיש פֿאָלק. ווען עווערעט האָט אָנגעהויבן פֿירן מיסיאָנערישע דיסקוסיעס מיטן שבֿט, האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן אויף שאַרפֿע קעגן-אַרגומענטן. צום סוף, האָבן די פּיראַהאַ-לײַט איבערגערעדט דעם מיסיאָנער צו פֿאַרלאָזן זײַן קריסטלעכע רעליגיע! עווערעטס ווײַב, אַ "פֿאַרברענטע" קריסטלעכע, האָט נישט געקענט "אײַנשלינגען" דעם פֿאַקט, אַז איר מאַן איז געוואָרן אויס קריסט, און האָט זיך מיט אים געגט. הײַנט איז עווערעט אַ וועלטלעכער אַנטראָפּאָלאָג און לינגוויסט, אַ קריטיקער פֿון נועם כאָמסקיס היפּאָטעז פֿון "אַלגעמיינער גראַמאַטיק".

עדוואַרד סעפּיר (1884־1939), אַ באַרימ­טער אַמעריקאַנער ייִדישער לינגוויסט, האָט אַרויסגעזאָגט אַ השערה, צוזאַמען מיט זײַן קאָלעגע און מיטצײַטלער, בנימין וואָרף (אַגבֿ, אויך אַ ייִד), אַז די שפּראַך באַשטימט דעם אופֿן, ווי אַזוי דער מענטשלעכער שׂכל נעמט אויף די וועלט. סעפּיר איז געקומען צו אַזאַ אויספֿיר נאָכן שטודירן די קולטור פֿון פֿאַרשיידענע אינדיאַנער שבֿטים, וואָס זייערע קולטור-באַזונדערקייטן האָבן גע­שטימט מיט דער סטרוקטור פֿון זייער שפּראַך. אַגבֿ, האָט סעפּיר זיך אויך באַטיי­ליקט אין שטודירן זײַן אייגן מאַמע-לשון — ייִדיש.

במשך פֿון עטלעכע צענדליקער יאָרן האָבן ס׳רובֿ לינגוויסטן באַטראַכט סעפּירס היפּאָ­טעז ווי אַן אָנגענומענער פֿאַקט. אין די 1960ער יאָרן האָט זיך אין דער אַקאַ­דע­מי­שער וועלט באַוויזן אַ דריטער באַקאַנ­טער ייִד — נועם כאָמסקי. אויפֿן יסוד פֿון פֿאַר­שיי­דענע שפּראַכן, האָט כאָמסקי אויפֿ­גע­וויזן, אַז די אַלגעמיינע מענטשלעכע מוח-פּראָ­צעסן באַשטימען די סטרוקטור פֿון דער שפּראַך, להיפּוך צו סעפּירס השערה, פֿאָלגן אַלע שפּראַכן, לויט כאָמסקיס טעאָריע, די זעלבע אוני­ווערסאַלע כּללים, אַרײַנגערעכנט די מיט­לען פֿון רעקורסיע. אומפֿאָרמעל גע­רעדט, מיינט עס, אַז אין אַלע מענטשלעכע שפּראַכן קאָן מען אַרײַנשטעלן וויפֿל מע וויל זאַצן אינ­מיטן אַן אַנדער זאַך. למשל, מען קאָן זאָגן, אין פּרינ­ציפּ, אויף ייִדיש: "איך האָב גע­הערט, אַז ער האָט נעכטן גע­זאָגט, אַז זיי קלײַבן זיך צו מעלדן, אַז ס׳איז טאַקע אמת, אַז..."

כאָמסקיס טעאָריע איז הײַנט אָנגענומען אין דער גאַנצער וועלט, און האָט געבראַכט צו אַ סך וויכטיקע פּראַקטישע רעזולטאַטן אין לינגוויסטיק, סאָציאָלאָגיע, פּסיכאָלאָגיע און קאָמפּיוטערײַ. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט עווערעט אָנגעהויבן טענהן, אַז די פּיראַהאַ-שפּראַך קומט אין סתּירות מיט כאָמסקיס היפּאָטעז, ווײַל פּיראַהאַ נוצן נישט קיין צונויפֿגעשטעלטע זאַצן — בלויז קורצע, פּשוטע פֿראַזעס. עווערעטס אַרטיקלען האָבן אַרויס­גערופֿן אַ ריי דעבאַטן אין דער אַקאַ­דעמישער וועלט און אין דער פּרע­סע. צוליב דעם דאָזיקן לינגוויסטישן מחלוקת, האָבן אַ צאָל אַלגעמיינע זשורנאַלן, אַרײַנ­גע­רעכנט דעם "ניו־יאָרקער" און דעם דײַטשישן "שפּיגעל", פּאָפּולאַריזירט לעצטנס כאָמסקיס און סעפּירס צוגאַנגען צו דער שפּראַך, ווי אויך די ידיעה וועגן דעם "אומ­מאַ­טעמאַטישן" בראַזילישן שבֿט.

פּיטער גאָרדאָן, אַ פּסיכאָלאָג פֿונעם קאָלומ­ביע-אוניווערסיטעט, האַלט, אַז פּיראַהאַ זענען בכלל נישט בכּוח זיך אויסצולערנען צו רעכענען. אַ טייל מענטשן האָבן געבעטן עווערעטן דורכצופֿירן אַ גענעטישע פֿאָר­שונג פֿונעם אומגעוויינטלעכן שבֿט, האָפֿנדיק צו געפֿינען עפּעס אַ גענעטישן חסרון אין זייער מוח; דער געוועזענער מיסיאָנער האָט געענפֿערט, אַז אַזאַ פֿאָרשונג וואָלט געקלונגען ראַסיסטיש, דערפֿאַר טאָר ער עס נישט דורכפֿירן.

כאָמסקי האָט זיך באַצויגן גאַנץ סקעפּ­טיש צו עווערעטס קריטיק; דערווײַל האָט ער זי פּראַקטיש אינגאַנצן איגנאָרירט. כאָמס­קיס שטיצער האָבן באַמערקט, אַז עווע­רעט אַליין האָט געבראַכט מוסטערן פֿון רע­קורסיע אין זײַנע אַרטיקלען וועגן פּיראַהאַ. די קריטיקער פֿון דער גענעטישער היפּאָטעז, אַרײַנגערעכנט עווערעט, האָבן באַמערקט, אַז די פּיראַהאַ-קינדער, וועלכע האָבן באַזוכט עווערעטס לעקציסעס, האָבן אָנגעהויבן צו רעכענען, הגם זייערע עלטערן האָבן זיי געהייסן צו פֿאַרלאָזן דעם קלאַס.

אין אַ סך אַספּעקטן, שיידט זיך די קולטור פֿון פּיראַהאַ שטאַרק אונטער פֿון ס׳רובֿ אַנדערע אינדיאַנער שבֿטים. די גאַנ­צע נאַטוראַליסטישע לעבנס-פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם פּיראַהאַ-פֿאָלק איז באַגרינדעט דווקט אויפֿן הײַנטיקן טאָג און קאָנקרעטע, באַ­שײַמפּערלעכע פֿאַקטן; זיי האָבן גאָר ווייניק מיטאָלאָגיע און פֿאַרגעדענקען נישט זייער געשיכטע, ווײַל די פֿאַרגאַנגענהייט האָט, לויט זייער מיינונג, נישט קיין ווערט; זיי באַטראַכטן בלויז זייערע עלטערן, ברודער, שוועסטער און, צומאָל, שוועסטער-קינדער, פֿאַר קרובֿים, ווײַל זיי מיינען, אַז ס׳איז נישטאָ קיין זין צו געדענקען ווײַטע קרובֿים; זיי צייכענען נישט קיין בילדער, ווײַל זיי פֿאַרשטייען נישט, צו וואָס דאַרפֿן מען נאָכמאַכן די נאַטור. דער עצם-פּראָצעס פֿון רעכענען, דאָס צושרײַבן אויסגעטראַכטע ווערטן צו נאַטירלעכע אָביעקטן, קומט אין סתּירות מיט זייער גאַנצער קולטור. צוליב דעם, מסתּמא, האָבן זיך די פּיראַהאַ-עלטערן דערשראָקן, ווען זייערע קינדער האָבן גע­בראַכט אַהיים די פֿרעמדע אייראָפּעיִשע חכמה. די פּיראַהאַ-לײַט לאַכן בפֿירוש אויס דעם אייראָפּעיִשן שטייגער פֿון פֿירן חשבונות און טראַכטן צו פֿיל; זיי שטאָלצירן שטאַרק מיט זייער אייגענער קולטור פֿון קאָנ­קרעטקייט און נאַטוראַליזם.

ס׳זעט אויס, אַז די ייִדישע טראַדיציע איז גערעכט: דער, וואָס קען זיך בשום-אופֿן נישט אויסלערנען צו ציילן, איז טאַקע אַ שוטה. ווי אַזוי רופֿט מען, אָבער, אַ מענטש, וואָס וויל נישט פֿאַרשטיין די חכמת-החשבון צוליב זײַנע אייגנאַרטיקע קולטור-ווערטן? אַ ראַדיקאַלער פֿילאָסאָף-נאַטוראַליסט? אַן אידעאָלאָגישער קעגנער פֿון מאַטעמאַטיק? ס׳איז מעגלעך, אַז דאָס פּינקטלעכע וואָרט, וואָס באַשרײַבט אַזאַ מין מענטש, קאָן מען אָפּגעפֿינען דווקא אין דער פּיראַהאַ-שפּראַך.