קונסט
אַ לייב
אַ לייב

אַ צדיק האָט פֿאַרגעסן די עצה פֿון זײַן רבין נישט אַרויס­צוגיין אַליין שפּעט בײַ נאַכט אין שטאָט. אַ דיבוק, וואָס ער האָט פֿריִער אַרויסגעטריבן פֿון אַ נכפּהניצע, איז איצטער אַרײַן אין אַן אייזל און וואַרט שוין אויף אים אויף אַ פֿינצטערער גאַס... אַבֿרהם אָבֿינו און דרײַ מלאכים זיצן בײַם געדעקטן טיש און רעדן וועגן דעם גורל פֿון סדום... אַ מאַן אין אַ פּוכיקן שטרײַמל, מיט אַ לולבֿ אין האַנט, פֿליט אויפֿן רוקן פֿון אַ ריזיקן פֿויגל...

דאָס זענען בילדער פֿון רבֿקה בעלאַרעוואַ — אַ רוס­לענדישע מאָלערין, געבוירן אין 1979.

רבֿקה בעלאַרעוואַ וווינט אין מאָסקווע מיט איר מאַן און דרײַ קליינע קינדער. די משפּחה געהערט צו די ליובאַוויטשער חסידים. זי מאָלט אילוסטראַציעס פֿאַר פֿאַר­שיי­דענע ייִדישע רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונגען: "אַלף", "אריאל", "משיחס צײַטן", און נאָך אַנדערע. זי האָט שטודירט גע­שיכטע פֿון קונסט אינעם באָנער אוניווערסיטעט און אין מאָסק­ווע, און שרײַבט אויך אַרטיקלען וועגן קונסט; פֿריִער האָט זי געאַרבעט ווי אַ דיזײַנערין פֿון פּאָסט־קאַרטלעך, באַמאָלט כּלים און געצייכנט עסקיזן פֿון געוועבן.

אָדם און חוה
אָדם און חוה

צום ערשטן מאָל האָב איך געזען אירע בילדער אין איר עלעקטראָנישן טאָגבוך, http://hiero.ru/Rivka_belareva, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, און גלײַך פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון איר מאָלערײַ — אַזאַ פּאָעטישע, אַזאַ ייִדישלעכע, געשאַפֿן מיט אַזויפֿיל ליבשאַפֿט. ערשט שפּעטער, בין איך געקומען צום געדאַנק: ווען מע קוקט אויף די העלדן פֿון אירע שוואַרץ־ווײַסע ציי­כענונגען — צדיקים, חסידים, סתּם מענטשן, נאָר אויך אַפֿילו אָדם און חוה אויפֿן בילד "חופּה פֿון אָדם און חוה" — דאַכט זיך, אַז נישט נאָר זיי זײַנען ייִדישלעך, נאָר זיי מוזן געוויס קענען רעדן אויף ייִדיש!

דער שוואַרצער אייזל
דער שוואַרצער אייזל

אָבער, די העלדן פֿון קאָלירטע ציי­כענונגען — ווי, צום בײַשפּיל, די גאַנצע סעריע פֿון די בילדער "פּרק שירה", און אויך אַ סך אַנדערע וווּנדערלעכע פֿילפֿאַרביקע חיות און פֿייגל — "רעדן" נישט קיין ייִדיש, נאָר תּמיד לשון־קודש! צו אַ סך צייכענונגען פֿון רבֿקה בעלאַרעוואַ איז מײַן פּרינציפּ זייער גוט צוגעפּאַסט. נאָר שפּעטער האָב איך באַמערקט די בילדער, וווּ די ברירה פֿון דער שפּראַך — ייִדיש צי העברעיִש — איז ניט געווען אַזוי קלאָר.

דער שוואַרץ־ווײַסער מהר"ל און זײַנע תּלמידים גרייטן זיך צו מאַכן לעבעדיק יאָסעלע דעם גולם — אין אַזאַ מאָמענט רעדן זיי מסתּמא העברעיִש, אָדער גאָר אַראַמיש? אָבער, גוט — זיי זענען דאָך אין פּראָג, קענען זיי זיכער ייִדיש.

אַ חלום
אַ חלום

אליהו הנבֿיא און דער בֿעש"ט אינעם ווינטערדיקן וואַלד, צווישן באַשנייטע ביימער מיט רויטע און בלוילעכע פֿייגל — צי רעדן זיי ניט אויף ייִדיש? ניין, אַלץ זעט אויס צו דערהויבן; דאַכט זיך, אַז זיי רעדן אויף לשון־קודש — דערפֿאַר בלײַבט מײַן פּרינציפּ תּמיד באַשטעטיקט. בלויז אינעם פֿאַל פֿונעם בילד וועגן דעם צדיק און דעם אייזל אויף דער פֿינצטערער גאַס איז מײַן טעאָריע דורכגעפֿאַלן. דער צדיק איז דאָך ר' חיים וויטאַל, דער באַליבטער תּלמיד פֿונעם אַריז"ל, און די גאַס איז, אַפּנים, אין צפֿת. ווי אַזוי קומט ר' חיים, אַ ספֿרדישער ייִד, צום רעדן ייִדיש? לשון-קודש, אַראַביש — אַוודאי, אָבער מאַמע־לשון? אַפֿילו דער אַריז"ל, וועלכער האָט געהאַט אַן אַשכּנזישן טאַטן, האָט, מסתּמא, ניט געקענט ייִדיש... איך בין שוין געווען גרייט אַוועקצוּוואַרפֿן מײַן טעאָריע, נאָר ווען איך האָב נאָך אַ מאָל אַ קוק געטאָן אויפֿן בילד, האָב איך זיך געטרייסט: ניט ר' חיים, נאָר דער שוואַרצער אייזל, דער בייזער רוח — אָט ער מוז אַוודאי קענען ייִדיש!