- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ צדיק האָט פֿאַרגעסן די עצה פֿון זײַן רבין נישט אַרויסצוגיין אַליין שפּעט בײַ נאַכט אין שטאָט. אַ דיבוק, וואָס ער האָט פֿריִער אַרויסגעטריבן פֿון אַ נכפּהניצע, איז איצטער אַרײַן אין אַן אייזל און וואַרט שוין אויף אים אויף אַ פֿינצטערער גאַס... אַבֿרהם אָבֿינו און דרײַ מלאכים זיצן בײַם געדעקטן טיש און רעדן וועגן דעם גורל פֿון סדום... אַ מאַן אין אַ פּוכיקן שטרײַמל, מיט אַ לולבֿ אין האַנט, פֿליט אויפֿן רוקן פֿון אַ ריזיקן פֿויגל... דאָס זענען בילדער פֿון רבֿקה בעלאַרעוואַ — אַ רוסלענדישע מאָלערין, געבוירן אין 1979. רבֿקה בעלאַרעוואַ וווינט אין מאָסקווע מיט איר מאַן און דרײַ קליינע קינדער. די משפּחה געהערט צו די ליובאַוויטשער חסידים. זי מאָלט אילוסטראַציעס פֿאַר פֿאַרשיידענע ייִדישע רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונגען: "אַלף", "אריאל", "משיחס צײַטן", און נאָך אַנדערע. זי האָט שטודירט געשיכטע פֿון קונסט אינעם באָנער אוניווערסיטעט און אין מאָסקווע, און שרײַבט אויך אַרטיקלען וועגן קונסט; פֿריִער האָט זי געאַרבעט ווי אַ דיזײַנערין פֿון פּאָסט־קאַרטלעך, באַמאָלט כּלים און געצייכנט עסקיזן פֿון געוועבן.
צום ערשטן מאָל האָב איך געזען אירע בילדער אין איר עלעקטראָנישן טאָגבוך, http://hiero.ru/Rivka_belareva, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, און גלײַך פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון איר מאָלערײַ — אַזאַ פּאָעטישע, אַזאַ ייִדישלעכע, געשאַפֿן מיט אַזויפֿיל ליבשאַפֿט. ערשט שפּעטער, בין איך געקומען צום געדאַנק: ווען מע קוקט אויף די העלדן פֿון אירע שוואַרץ־ווײַסע צייכענונגען — צדיקים, חסידים, סתּם מענטשן, נאָר אויך אַפֿילו אָדם און חוה אויפֿן בילד "חופּה פֿון אָדם און חוה" — דאַכט זיך, אַז נישט נאָר זיי זײַנען ייִדישלעך, נאָר זיי מוזן געוויס קענען רעדן אויף ייִדיש!
אָבער, די העלדן פֿון קאָלירטע צייכענונגען — ווי, צום בײַשפּיל, די גאַנצע סעריע פֿון די בילדער "פּרק שירה", און אויך אַ סך אַנדערע וווּנדערלעכע פֿילפֿאַרביקע חיות און פֿייגל — "רעדן" נישט קיין ייִדיש, נאָר תּמיד לשון־קודש! צו אַ סך צייכענונגען פֿון רבֿקה בעלאַרעוואַ איז מײַן פּרינציפּ זייער גוט צוגעפּאַסט. נאָר שפּעטער האָב איך באַמערקט די בילדער, וווּ די ברירה פֿון דער שפּראַך — ייִדיש צי העברעיִש — איז ניט געווען אַזוי קלאָר. דער שוואַרץ־ווײַסער מהר"ל און זײַנע תּלמידים גרייטן זיך צו מאַכן לעבעדיק יאָסעלע דעם גולם — אין אַזאַ מאָמענט רעדן זיי מסתּמא העברעיִש, אָדער גאָר אַראַמיש? אָבער, גוט — זיי זענען דאָך אין פּראָג, קענען זיי זיכער ייִדיש.
אליהו הנבֿיא און דער בֿעש"ט אינעם ווינטערדיקן וואַלד, צווישן באַשנייטע ביימער מיט רויטע און בלוילעכע פֿייגל — צי רעדן זיי ניט אויף ייִדיש? ניין, אַלץ זעט אויס צו דערהויבן; דאַכט זיך, אַז זיי רעדן אויף לשון־קודש — דערפֿאַר בלײַבט מײַן פּרינציפּ תּמיד באַשטעטיקט. בלויז אינעם פֿאַל פֿונעם בילד וועגן דעם צדיק און דעם אייזל אויף דער פֿינצטערער גאַס איז מײַן טעאָריע דורכגעפֿאַלן. דער צדיק איז דאָך ר' חיים וויטאַל, דער באַליבטער תּלמיד פֿונעם אַריז"ל, און די גאַס איז, אַפּנים, אין צפֿת. ווי אַזוי קומט ר' חיים, אַ ספֿרדישער ייִד, צום רעדן ייִדיש? לשון-קודש, אַראַביש — אַוודאי, אָבער מאַמע־לשון? אַפֿילו דער אַריז"ל, וועלכער האָט געהאַט אַן אַשכּנזישן טאַטן, האָט, מסתּמא, ניט געקענט ייִדיש... איך בין שוין געווען גרייט אַוועקצוּוואַרפֿן מײַן טעאָריע, נאָר ווען איך האָב נאָך אַ מאָל אַ קוק געטאָן אויפֿן בילד, האָב איך זיך געטרייסט: ניט ר' חיים, נאָר דער שוואַרצער אייזל, דער בייזער רוח — אָט ער מוז אַוודאי קענען ייִדיש! Ihre tzeichnungen zainen shein, ober far vos di lange nezer?Submitted by leonlab on Sat, 2008-03-08 00:09.
Ich hob bamerkt az alle idn vos zi hot gemolt in ire tzeichnungen hoben zeer ibertribene, "tipish idishe", vi di goim zogn, lange nezer. Als oib es iz nisht genug az di goim shtendik machn shpot fun di "geboigene idishe nez" mir hobn tzu ton mit di idishe malers vos bashtetiken dizen uralten stereotip kegen di idn. Volt a goisher maler gemolt aza lange idishe nez er volt bashuldikt gevoren tzu zain an antisemit, ober der rebbe meg, haha. |