מיינט איר דאָך אַוודאי, אַז איך בין בלויז פֿאַרליבט אין לאָדזשער לשון. אַ נעכטיקע וועטשערע. איך גיי אויס נאָך יעדן דיאַלעקט אין לשון־ייִדיש, מעג עס זײַן ליטוויש, אָדער פּראָווינציעל־ליטוואַקיש. ווי מײַן חבֿרטע זאָגט: "איך האָב זשאַמשענע (זאַמשענע) שטעקשיך", אָדער קליין־שטעטלדיק־רומעניש (נישט ליטעראַריש) אָדער פֿאַרצויגן ווי אין וואַרשע, צי טשעכאַנאָווצער אויסדרוקן ווי קיטשע (טיפֿע עפֿענונג אונטערן קוימען צו האַלטן טעפּ).
וואָזשע האָב איך זיך אין מיצקע דרינען אָנגעכאַפּט אין דיאַלעקטן? איז דער תּירוץ יאַנקל יאַקיר. נישט נאָר געפֿעלן מיר זײַנע בעסאַראַבישע שריפֿטן, נאָר מיט זײַן רײַכער און זאַפֿטיקער שפּראַך האָט ער מיך באַלד צוגעצויגן. ער איז עכט. ער קיצלט נישט. בײַ אים לאַכט מען און מען וויינט אַמאָל אין דער זעלביקער צײַט, און דער עיקר "פֿושעט" ער נישט. דאָס הייסט ער איז ערלעך. ווען איך האָב געלערנט אין מײַנע קלאַסן יאַנקל יאַקירס ווערק, האָב איך זיך געמאַכט אַ רשימה נישט נאָר פֿון בעסאַראַבער ווערטער, ווי למשל: שמוכען (קיצלען אָדער ציטערן), לאַפּעטוך, לאַכטעבורניקעס (לאַפּעטוטן), פּאָרפּלען זיך (פּאָרען זיך), איבערגעטרעפּטשעטע (אָפּגעטראָגענע) פֿעלעכלעך, פֿאַרלעגערטע ברינדזע (איבערגשטאַנענע אָדער געסטויעטע, אָדער קאַלע געוואָרענע — קאָזע־קעז), אָנגעגליטע הרובע (הייסער אויוון). סטויפּ איז אַ סטעפּ און אַן אָפּגעקרעלט הינטל איז אַ הינטל מיט אַ הייזעריק קול. עס קען געמאָלט זײַן אַז יאַקיר אַליין, ווי אַ מאָלער פֿון אויסדרוקן, האָט אַזוי גערעדט, אָבער איך מיין, אַז דאָס איז בײַ אים געווען אַ טייל פֿון בעסאַראַבער לשון.
יאַנקל יאַקיר אַליין שילדערט ייִדיש אויף אזאַ אופֿן:
"ייִדיש איז איינע פֿון די שפּראַכלעכע זיבן וווּנדער אונדזערע. ס'איז דען גלאַט אַ לשון? ס'איז דאָך אַ מאַמע. אַ שאָד וואָס איך בין נישט קיין פֿילאָלאָג, ווײַל וועגן דעם געבורט פֿון יעטוועדן ייִדישן וואָרט וואָלט מען געקענט פֿאַרפֿאַסן אַ ספֿר".
און וועגן זיך שילדערט יאַנקל יאַקיר ווי די מאַמע האָט צו אים גערעדט:
"גיי וואַש דיך אַרום און כאַפּ זיך אַרײַן אין שול און שווענק דיר אויס דײַן אַפּיקורסיש מויל מיט אַ פֿרומען פּסוק. כ'לעבן ס'וועט דיר נאָך צו נוץ קומען".
ס'געפֿעלט מיר אָן אַ שיעור וואָס ער הייסט יאַנקל און נישט עפּעס אַ פֿאַרגוייִשטן נאָמען. איציק מאַנגער האָט זיך גאָרנישט געשעמט מיט זײַן איציק, און נישט געשריבן אונטער איזידאָר. בכלל האָבן אונדזערע ייִדישע שרײַבער זיך נישט געשעמט מיט זייערע ייִדישע נעמען. כ'האָב געלאָזט מײַן געדאַנקען־גאַנג לויפֿן, איז ער אַריבער אויף פֿרעמדע רעלסן. און איצט לייענט ווײַטער.
אין איינעם פֿון יאַנקל יאַקירס דערציילונגען "מרים בת־צבֿי", ווענדט זיך צו אים אַ ייִד און מאַכט:
"דײַן ווײַבל זעצט דיך אַרײַן אין קאַלאָש". און ער טײַטשט עס פּראָסט און פּשוט, אַז עס מיינט: "האָסט אַ קליינעם אומגליק. האַלט זיך בײַ אים, ווײַל צו יעדער צײַט קען אָנקומען אַ גרעסערער". יאַקיר, וועלכער האָט אָפּגעשמאַכט יאָרן־לאַנג אין די סיבירער שקלאַפֿן־לאַגערן, האָט טאַקע באַשריבן זײַנע ליידן. נישט נאָר האָט ער שפּעטער געשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען, נאָר ער האָט אַרײַנגעוואָרפֿן דערין אַ שטאָך צו אַלע יענע וואָס האָבן זיך אויסגעטראַכט אַ ביאָגראַפֿיע פֿון נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן, וווּ ער שרײַבט:
"נו, מ'טראַכט זיך אויס אַ ביאָגראַפֿיע פֿון באָזשע־דוך". (קריסטלעך: גאָט און גײַסט), וואָס געמיינט האָט ער דערמיט — שקר־וכּזבֿ.
בײַ אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן ווידער, דעם דורך און דורכיקן ליטוואַק, איז מיר אויך נישט אָנגעקומען אַזוי גרינג דאָס לעבן. ער באַנוצט זיך מיט ליטוויש־לשון "אויף ווילנער וועגן". בײַ אים אַ קנײַפּע איז אַ קרעטשמע, און אַ סעטשקע איז אַ טאָרבע מיט היי אָדער האָבער. קאַלופּען איז שטעכן עמעצן און כודאָבע איז אַ הײַזל. אַ לאַמאָגע אָדער אַ קאָבילע איז אַ פֿערד און אַ רעמיזע איז אַ שטאַל. צאָך־מאָך מיינט הפֿקר, ווי למשל ער דריקט זיך אויס: "אין דער נאַטור איז נישטאָ קיין צאָך־מאָך". אורקע איז אַ גוי, און אַרשעניק איז סם. עסן מיר די אידיאָמאַטישע אויסדרוקן זײַנע, ווי: אַ מילכיקע לבֿנה און געהייכט און געקריינט. דערהויבן און געקרוינט. גענוג צו לופֿטערן די וואָנצעס מיינט אויפֿהערן ליידיק גיין. ס'וועט זיך ענדיקן אויף נאַס מיינט בלוט וועט זיך גיסן. דערווײַל האָב איך געפֿונען ווערטלעך פֿון סמילע. כ'ווייס נישט וויפֿל ייִדן זײַנען הײַנט נאָך פֿאַרבליבן פֿונעם שטעטעלע סמילע. נאָר יעקבֿ אַפּטייקער האָט אַמאָל באַשריבן נישט נאָר וועגן זײַן שטעטעלע, נאָר איר באַזונדערע שפּראַך און אירע באַזונדערע ווערטלעך און אידיאָמען. אָט דערציילט ער, אַז ווען מען האָט געזאָגט אין סמילע "ער ליגט אונטערן גלאָק", האָט מען דערמיט געמיינט צו זאָגן, אַז דעם משומד האָט מען באַגראָבן אויפֿן גוייִשן צווינטער. און אָט האָט איר גאָר אַזאַ צוקערקע, ווי: "ער שפּילט מיט איר אַ ליבע", און ווען אַ סוחר האָט אויפֿגעהאָנגען זײַן ווײַב, האָט עס נישט געמיינט, חלילה־וחס, אַז אַ ייִד איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, ס'הייסט, אַז דער ייִד האָט זי טאַקע גענומען און אויפֿגעהאָנגען. דאָס האָט גאָר געמיינט, אַז ער האָט אַרויסגענומען אַ פּאַטענט אויף זײַן ווײַבס נאָמען, און עס אויפֿגעהאָנגען אויף אַן אָנגעזעענעם אָרט אין שטעטל, אַלע זאָלן לייענען צווישן די שורות און זיך דערוויסן אַז דער ייִד האַלט בײַם באַנקראָטירן.
מיר דערוויסן זיך, אַז סמילע איז אַ שטעטעלע, גרויס ווי אַ בעבל, ברייט ווי אַ גבאיטע און הויך ווי אַ בויך. ס'איז געווען אַ מין ייִדישע וועלט. אָט דערציילט דער ייִד ווײַטער: "דער סמילער רבֿ, ר' עלינקע, איז כּל־ימיו געווען דאַר און קוואַר און דערצו נידעריק געוואַקסן. און פֿאַרקערט. ס'איז אין סמילע געווען אַ ייִד, וואָס האָט געפּאַשעט אַ טשערעדע קי, נישט סתּם געפּאַשעט. ער האָט געדונגען אַ כאָפּטע שקצים וואָס האָבן אַרויסגעטריבן די ייִדישע קי אין פֿעלד און זיי געלאָזט אָנעסן זיך צו דער זעט. אָט דער פּאַרשוין איז דווקא געווען זייער אַ הויכער ייִד. יחיאל דער פּאַסטעך האָט מען אים גערופֿן. דערציילט מען:
"ווען אַ פֿרעמדער פֿלעגט דערזען אונדזער סמילער רבֿ, פֿלעגט ער זאָגן: 'עס ווײַזט אויס אַז בײַ אײַך געפֿינט זיך אַ קליינע קהילה.' ווען ער פֿלעגט אָבער דערזען יחיאלן דעם פּאַסטעך, פֿלעגט ער שוין מוסיף זײַן: 'ווי עס זעט אויס, זײַנען בײַ אײַך אין סמילע פֿאַראַן אויך גרויסע בהמות'."
ייִדן האָבן געהאַט איין כעלעם, אָבער אַ סך ייִדישע שטעטלעך האָט מען מזכּה געווען מיט צונעמענישן וואָס וועלן בלײַבן ווי אַ שײַנדל אין אונדזער קולטור־געשיכטע. די שטעטלעך זײַנען אַרונטערגעפֿאַלן אונטערן רובריק פֿון חכמים־בלילה, האָט סמילע געשמט מיט אירע חכמות. אָבער מיט האַרץ. דער זעלביקער יעקבֿ אַפּטייקער דערציילט, אַז אין סמילע איז געווען אַ בית־עולם גאָר אין עק שטאָט. אויף יענער זײַט טײַך, און ווען די שטאָט איז זיך צעוואַקסן, האָבן זיך ייִדן גענומען באַזעצן אויף יענער זײַט טײַך, וווּ זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אַ באַזונדערע שיל אויפֿן הייליקן אָרט, הייסט עס. ווען מ'פֿלעגט אַזאַ איינעם אַ פֿרעג טאָן: "וווּ וווינט איר, ר' ייִד?", פֿלעגט יענער אײַך ענטפֿערן:
"אויף יענער וועלט". ס'ווײַזט זיך אַרויס אַז אַ סך חשובֿע ייִדן דווקא האָבן געוווינט אויף יענער וועלט.
און אַזוי ווי יעדעס שטעטל האָט פֿאַרמאָגט אַ שטאָט־משוגענעם, פֿלעגט סמילע אויך האָבן איינעם אַזאַ, אַ ראָזעטשקע. און אַז מ'האָט זי געפֿרעגט וווּ זי וווינט, פֿלעגט זי ענטפֿערן: "אין קליין־אַמעריקע". אין סמילע איז געווען אַ וואַסער־טרעגער וואָס האָט געהייסן חיים גראַף, האָט מען אים גערופֿן פּראָסט און פּשוט — גראַף. ער פֿלעגט זיצן אויף זײַן פֿעסל וואַסער און אָנפּויען די פֿערד. צווישן די לעבעדיקע באַשעפֿענישן האָט דער וואַלד־סוחר גערופֿן זײַן פֿערדל "דער בעל־תּנ"ך", ווײַל דאָס פֿערדל האָט געקענט דעם גאַנצן וועג צום וואַלד. ער פֿלעגט זאָגן:
"איך לאָז מיר אָפּ די ווישקעס (לייצעס) און מײַן בעל־תּנ"ך ווייסט שוין וווּ צו גייט".
פּונקט ווי אין רובֿ שטעטלעך, פֿלעגט די יוגנט זיך אָנשליסן אין פֿאַרשיידענע רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען, יעדערע פֿון זיי האָט צוגעזאָגט אויסצוגלײַכן די וועלט און די ייִדישע יוגנט פֿלעגט אַרײַנלייגן לײַב און לעבן אין די נײַע געטשקעס. איז אין סמילע אויך געווען אַזאַ גערעטעניש אויף פּאַרטייען. אַ מזל וואָס בײַ ייִדן איז געווען אַזאַ ווערטל ווי "גאָלע גאָרנישט", וואָס האָט אָפּגעשפּעט פֿון עמעצן וואָס איז נישט ווערט געווען קיין צעבראָכענעם דרײַער. האָט מען די אויפֿגעקומענע פּאַרטייען טאַקע גערופֿן "גע־גע" — די גאָלע גאָרנישטן. מסתּמא זײַנען דאָס געווען עלטערע ייִדן וואָס האָבן גוט פֿאַרשטאַנען וווּ די יוגנט ציט. אָבער זינט די וועלט שטייט, ווייס די יוגנט אַלץ בעסער — האָבן די "גע־גע" רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען גענאָסן און די יוגנט האָט בלוט פֿאַרגאָסן. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז איך טרעף זיך נאָך אָן אין עלטערע ייִדן און ייִדענעס, וואָס זײַנען נאָך נישט אַרויסגעוואַקסן פֿון יענער "גע־גע" רעוואָלוציאָנערער אָנגעהעריקייט. אָדער זיי ווילן בלײַבן אייביק יונג אָדער זיי זײַנען סתּם כעלעמער.
איך קען נישט זײַן גלײַכגילטיק, קלאַסצימעריש און פֿאַרגליווערט ווען עס קומט צו לשון ייִדיש, ווײַל איך ווייס וואָס יעדעס ווערטעלע שטעלט מיט זיך פֿאָר. ס'איז ממש אַ סימפֿאָניע פֿון מוזיקאַלישע אינסטרומענטן וווּ יעדערער פֿון זיי לאָזט אַרויס אַ באַזונדערן קלאַנג און אַלע אין איינעם שפּילן אויס אַ מוזיקאַליש ווערק וואָס איז איינס אין דער וועלט. זײַנען פֿאַר מיר אַלע ייִדישע דיאַלעקטן אַ נחת־רוח. איך געדענק ווען ייִדן פֿלעגן אָפּלאַכן פֿון פּוילישן אָדער גאַליציאַנישן לשון. אַנדערע האָבן געלאַכט פֿון די ליטוואַקעס. וווּ נעמט מען זיי הײַנט, די אַלע אָפּלאַכער, די אַלע חוזק־מאַכער, די אַלע וויצלער. זיי זײַנען שוין אויך נעלם געוואָרן, און מיטגענומען מיט זיך אונדזער לשון. מיט דער צײַט וועט מען שוין נישט וויסן דעם אונטערשייד צווישן אונדזערע ייִדישע מוזיקאַלישע דיאַלעקטן. וואָס רעד איך פֿון דיאַלעקטן. מען וועט דרעפּטשען דאָס ייִדישע לשון און ס'וועט קלינגען ווי אַ פּויק. אַ פּוסטער, ליידיקער פּויק. אָבער לאָמיר נישט אַראָפּלאָזן די לייצעס. כּל־זמן מיר, ייִדיש־רעדער, לעבן, לעבט דאָס ייִדישע לשון מיט אונדז. און אַזוי ווי מיר ווייסן נישט וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען; ווער ווייסט, ס'קען אַמאָל געמאָלט זײַן, אַז דאָס לשון זאָל זיך פֿאַרעקשענען און מאַכן פֿון אונדז אַלעמען פֿאַלשע נבֿיאים.