‫פֿון רעדאַקציע

נאָך 60 יאָר פֿון איר אומאָפּהענגיקייט, האָט מדינת־ישׂראל מסוכּן־שאַרף דערפֿילט ווי גרויס איז איר אָפּהענגיקייט. דאָס לאַנד געפֿינט זיך אין קלעם פֿון אַ דרײַעק, וואָס גיט איר נישט קיין מעגלעכקייט זיך אַרויסצורײַסן פֿון דעם פֿאַראורטיילטן מצבֿ צו זײַן אַ כּפּרה־הינדל פֿאַר אַלע צרות אין מיטעלן מיזרח.

במשך פֿון די 60 יאָר האָט דער ייִדישער מדינה זיך, ליידער, נישט אײַנגעגעבן צו ווערן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון יענעם ראַיאָן. זי איז געבליבן, אין די אויגן פֿון אירע שכנים, אַן אומנאַטירלעכע אויסבילדונג, אַ מין "אָנוווּקס אויפֿן אַראַבישן לײַב", וואָס מע קאָן פֿון דעם פּטור ווערן נאָר דורכן פֿאַרניכטן אים. ישׂראל, מיט אירע מאָדערנע דעמאָקראַטישע רעגיר־אינסטיטוטן, אַנטוויקלטע עקאָנאָמישע, טעכ­נאָלאָגישע, סאָציאַלע, קולטורעלע און אַנ­דערע סטרוקטורן "נעמען אַרויס די אויגן" און רופֿן אַרויס קינאה־שׂינאה אַפֿילו בײַ די אַרומיקע לענדער, מיט וועלכע ישׂראל האַלט אָן די אַזוי גערופֿענע פֿרידלעכע באַציִונגען, ווי יאָרדאַניע און עגיפּטן.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער מלוכה זיך נישט נאָר ניט אײַנגעגעבן אַרײַנ­צוציִען אירע אַראַבישע בירגער אינעם אַלגעמיינעם לעבן פֿונעם לאַנד; דער ישׂראלדיקער עסטאַבלישמענט און די פּאַרטיייִשע עליטע פֿון דער אָרטיקער אַראַבישער באַפֿעלקערונג האָבן געטאָן אַלץ, כּדי די צוויי נאַציאָנאַלע הויפּט־שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט צונויפֿבוצקען — יעדער צד אויף זײַן אייגענעם אופֿן. די רעגירונג־טשינאָווניקעס — צוליב זייער קורצזיכטיקייט און גלײַכגילטיקער הפֿקרות; און די אַראַבישע פּאַרטיי־פֿירער — צוליב זייער פֿאַרקויפֿטקייט, צבֿועקישע אויפֿפֿירונגען און צו מאָל פֿאַררעטערישע מעשׂים.

די דריטע זײַט — די אַלגעמיינע באַציִונגען מיט דער וועלט. יעדעס מאָל, ווען אין מיטעלן מיזרח ברעכט אויס אַ נײַער קריזיס, געפֿינט באַלד אייראָפּע (שוין אָפּגערעדט פֿון די אַזיאַטיש־אַראַבישע וועלטן), אַז שולדיק אין דעם איז קודם־כּל ישׂראל. אַפֿילו איצט, נאָך דעם קורצן אַרײַנמאַרשיר אין עזה־שטרײַף, אײַנצושטילן די ראַקעט־אַטאַקן, וואָס די "כאַמאַסניקעס" שיסן אַרויס אויף די ציווילע דרומדיקע שטעט אָן אויפֿהער שוין אַ היפּשע צײַט, האָט באַלד אַרויסגערופֿן אַ בייזע אַנטי־ישׂראלדיקע רעאַקציע.

ס‘איז דאָ אָבער נאָך איין זײַט, וואָס קומט אַרויס פֿון דער מלוכישקייט גופֿא, וואָס איז געוואַקסן און האָט זיך געשטאַרקט יעדן טאָג פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ. מע קאָן הײַנט הערן, באַזונדערס פֿון די ישׂראל־תּושבֿים, אַז אין די ערשטע צענדליק יאָרן פֿון מדינת־ישׂראל, בעת דער מלחמה פֿאַר איר אומאָפּהענגיקייט און שפּעטער, האָבן די רעגירונגען ווייניק זיך אומגעקוקט אויף דעם, וואָס די וועלט וועט זאָגן אויף זייערע מעשׂים. וויכטיקער איז געווען די פֿראַגע: צי ס‘איז גוט פֿאַר ישׂראל, צי נישט?!

הײַנט, איידער די רעגירונג באַשליסט עפּעס, פֿרעגט זי זיך: וואָס וועט זײַן די רעאַקציע פֿון דער וועלט? הגם מע ווייסט שוין פֿון פֿריִער, אַז די רעאַקציע וועט זײַן "ווי תּמיד"! פֿאַר וואָס זשע קומט עס אַזוי פֿאָר? אין משך פֿון די זעקס צענדליק יאָרן האָבן זיך געביטן סײַ ישׂראל און סײַ די פּאַלעסטינער. ישׂראל איז הײַנט אַ לאַנד, וואָס איז געקניפּט און געבונדן מיט אַנדערע לענדער דורך טויזנטער פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, פֿינאַנציעלע, קולטורעלע, וכּדומה אָפּמאַכן; ישׂראל איז שטאַרק מיליטעריש און איר מיליטערישע שטאַרקייט פֿאַרפּענטעט איר די הענט און פֿיס.

ווי "שוואַך" ישׂראל זאָל נישט געווען רעאַגירן, איז עס תּמיד פֿאַרטײַטשט געוואָרן, ווי אַ רעאַקציע פֿון אַ רעגולערער אַרמיי קעגן דער באַוואָפֿנטער, אָבער דאָך, ציווילער באַפֿעלקערונג. אַפֿילו די מיליטאַנטן פֿון "כעזבאָלאַ" אין דער צווייטער לבֿנונער מלחמה זײַנען לסוף באַטראַכט געוואָרן ווי קרבנות פֿון "אַן איבערגעטריבענער מיליטערישער קראַפֿט". אין די אויגן פֿון דער וועלט זעט, אַ פּנים, דער יושר אויס גאָר אַנדערש: אָדער די ישׂראלים וואָלטן געדאַרפֿט ענטפֿערן אויף די "קאַסאַם"־ראַקעטן מיט זייערער אייגענע "קאַסאַם"־ראַקעטן; אָדער, כּדי "אויסצוגלײַכן" די כּוחות פֿון ביידע צדדים, וואָלט מען געדאַרפֿט באַוואָפֿענען די פּאַלעסטינער טעראָריסטן מיט סאָפֿיסטיקירטע עראָפּלאַנען און טאַנקען...

וויל זיך טאַקע פֿרעגן: פֿאַר וואָס האָט מען נישט גערעדט וועגן אַן "איבערגעטריבענער מיליטערישער קראַפֿט" מיט 60 יאָר צוריק, ווען אויף דער ערשט־געבוירענער ייִדישער מדינה, פֿאַקטיש אָן געווער און אָן מיליטערישע רעזערוון, זײַנען אָנגעפֿאַלן די חיילות פֿון שכנישע אַראַבישע לענדער, באַוואָפֿנט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס? זייער איינציקער צוועק איז געווען צו פֿאַרניכטן ישׂראל, און דער דאָזיקער צוועק האָט זיך זינט דעמאָלט נישט נאָר ניט געביטן, ער האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט.