פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון אירע ערשטע טעג איז ישׂראל, ווי אַ מדינה, געבליבן איזאָלירט אין איר געגנט. ישׂראל איז פֿון די איינצעלנע מדינות וואָס — אַ חוץ איר מיטגלידערשאַפֿט אין דער "יו־ען" און אין אירע ספּעציעלע סטרוקטורן — געהערט זי נישט צו קיין שום פֿילזײַטיקן לענדער־בונד, פֿאַרטיידיקונג־בונד אָדער אַ געאָגראַפֿישער גרופּע. צו דער פּאָליטיש־פּסיכאָלאָגישער איינזאַמקייט האָט זיך אָנגעשלאָסן דער עקאָנאָמישער אַספּעקט, וואָס איינער פֿון זײַנע וועזנטלעכע קאָמפּאָנענטן איז געווען דער אַראַבישער בויקאָט, וועלכער האָט געשטערט צו אַנטוויקלען אויף רעגולערן אופֿן דעם אויסלאַנדס־האַנדל — צו איר און פֿון איר — און דערמיט צוגעגעבן נאָך אַ שטריך צום טאָג־טעגלעכן געפֿיל פֿון זײַן אָפּגעריסן.

דעריבער טאַקע האָט דער פּראָזאַיִשער האַנדל־פֿאַקטאָר פֿון אָנהייב אָן געריכטעט ישׂראל קיין אייראָפּע, אַ נאָענטער־ווײַטער שכן, וואָס האָט זיך פֿון איר אין פּרינציפּ נישט אָפּגעקערט, כאָטש דער אַראַבישער בויקאָט איז געווען דאָרט זייער טעטיק.

זיך דערנענטערן און מצליח צו זײַן זיך אײַנצופֿלעכטן אינעם פּראָצעס פֿונעם אויפֿגייענדיקן אייראָפּעיִשן מאַרק איז פֿון די מיטן 1950ער יאָרן געוואָרן דער ערשטראַנגיקער ציל פֿון ישׂראלס אויסערן־פּאָליטיק און אַ צענטראַלע אויפֿגאַבע פֿאַר איר דיפּלאָמאַטיע.

הײַנט איז ישׂראל אַ מיטגליד (געוויינטלעכער, צוגעהעריקער אָדער באַגלייטער) אין צענדליקער אָרגאַניזאַציעס און קערפּערשאַפֿטן — עקאָנאָמישע, סאָציאַלע, קולטורעלע, יורידישע און אַנדערע. אַ וויכטיקן און פּראַקטישן ווערט האָט פֿאַר ישׂראל איר סטאַטוס אינעם אייראָפּעיִשן ראַט, וואָס צו זײַנע פּאַרלאַמענטאַרישע סעסיעס זענען אײַנגעלאַדן פֿאָרשטייער פֿון דער כּנסת, ווי אָבסערוואַטאָרן. עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז אויף די באַציִונגען פֿון ישׂראל מיט אייראָפּע האָבן געהאַט אַ ווירקונג אירע באַציִונגען מיט אַמעריקע.

פֿון די מיט־1950ער יאָרן איז פּאַריז געוואָרן פֿאַר ישׁראל אַן אָנשפּאַר אין דער ראַם פֿון די זאָרגן און פֿאַרדאַכטן וואָס ס׳האָט געשאַפֿן די פּאַן־אַראַבישע אַגרעסיווקייט פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַבדול נאַסער, וועלכע האָט אויפֿגעקאָכט דעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, ספּעציעל אַלזשיר. ערשט דאַן האָט פֿראַנקרײַך אָנגעהויבן צו באַטראַכטן איר היסטאָריש־טראַדיציאָנעלן פֿײַנט, דײַטשלאַנד, ווי איר הויפּט־אַליִיִרטן אין אייראָפּע אין דער צוקונפֿט.

ישׂראל האָט דאַן נאָך באַטראַכט דײַטשלאַנד ווי "מוקצה מחמת מיאוס", וואָס הייסט — "נישט צום באַנוצן צוליב עקל". אָבער די ענגע באַציִונגען פֿון דײַטשלאַנד מיט פּאַריז און אירע מיליטערישע באַציִונגען מיט אַמעריקע האָבן זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ לעבנס־וויכטיקן ציל פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט־סיסטעם, נישט ווי אַ צוגאָב צו פֿראַנקרײַך, נאָר אין זכות פֿון איר אַליין.

אין דער מאָזאַיִק פֿון ישׂראל־פּאָליטיק אין משך פֿון די זעכציק יאָר, זענען פֿאַראַן פֿיל געשעענישן און אַנטוויקלונגען, וואָס מען קלעפּט זיי צו דעם עטיקעט פֿון "היסטאָרישע" אָדער "גורלדיקע". אָפֿט איז עס אומבאַרעכטיקט, אָבער אין איין פֿאַל איז עס געווען וויכטיק און ריכטיק — דער באַשלוס אָנצוקניפּן באַציִונגען צווישן ישׂראל, ווי אַ סוּווערענע מדינה, און די פֿאָרשטייער פֿון ייִדישן פֿאָלק אין די תּפֿוצות, און דײַטשלאַנד.

ס׳זענען פֿאַראַן סײַ דײַטשן און סײַ ייִדן, וואָס רופֿן אָן דעם פּראָצעס פֿון די דײַטשיש־ישׂראלדיקע באַציִונגען ווי אַן איבערבעטונג־פּראָצעס, וואָס איז אַבסאָלוט פֿאַלש. דאָס איבערבעטן דאַרף פֿאַרריכטן אַ לאַגע, וווּ דאָס אַחריות ליגט אויף ביידע צדדים. אין דעם פֿאַל עקזיסטירט דאָס אַבסאָלוט נישט: וואָס פֿאַר אַ טייל האָבן די ייִדן אין די נאַציסטישע פֿאַרברעכנס?

בן־גוריון און שרת, וועלכע האָבן געזוכט די פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד, האָבן נישט געמיינט קיין איבערבעטונג; זיי האָבן געזוכט די פֿאַרבינדונג, וואָס האָט געזאָלט צונויפֿלעכטן אַ טיפֿע באַוווּסטזיניקייט אין דער געשיכטע פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט — אַ פֿאַרפֿליכטונג אין באַציִוג צו ישׂראלס עקזיסטענץ־באַדערפֿענישן אין קעגנוואַרט און אין דער צוקונפֿט. דרײַ וויכטיקע מאָטיוואַציעס זענען געלעגן אינעם יסוד פֿון בן־גוריונס פּאָזיציע אין די באַציִונגען מיט דײַטשלאַנד. ערשטנס, האָט ער באַטראַכט ווי ראַסיסטיש צו באַשולדיקן דאָס גאַנצע דײַטשישע פֿאָלק אין די קרימינעלע אַקטן פֿון נאַציזם. צווייטנס, האָט ער נעגירט די מעגלעכקייט פֿון "רצחת וגם ירשת" — "דו האָסט דערמאָרדעט און אויך געירשנט" — און מיט דעם האָט ער געשאַפֿן דעם פֿונדאַמענט פֿון דער דײַטשישער פֿאַרגיטיקונג־צאָלונג. דריטנס, ער האָט פֿאָרויסגעזען דײַטשלאַנדס רעהאַביליטאַציע און איר פּלאַץ און ראָלע אינעם אויפֿבוי פֿון אַ צוקונפֿטיקער נײַער און פֿרײַער דעמאָקראַטישער אייראָפּע, אין וועלכער ישׂראל וועט קענען זיך אַרײַנפֿלעכטן. אויך אין די באַציִונגען מיט עסטרײַך, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל אין יאָר 1949, זענען געווען פּראָבלעמאַטישע פּעריאָדן, סײַ צוליב דעם אופֿן אויף וועלכן עסטרײַך האָט זיך פֿאַרמאָסטן נאָך דער מלחמה מיט דער פּראָבלעם פֿון איר "אַנשלוס" מיט דײַטשלאַנד אין יאָר 1938; סײַ צוליב דער פּאָזיציע פֿון איר ייִדישן קאַנצלער, ברונאָ קרײַסקי, אַנטקעגן דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט; סײַ אין די יאָרן 1986—1992 ווען קורט וואָלדהיים, אַ געוועזענער נאַציסטישער אָפֿיציר, איז געווען פּרעזידענט פֿון עסטרײַך. אַגבֿ, דײַטשלאַנד איז געווען איינע פֿון די דרײַ מדינות אין אייראָפּע, מיט וועמען ישׂראל האָט נישט געוואָלט אָנקניפּן קיין באַציִונגען אין די ערשטע יאָרן פֿון איר עקזיסטענץ. און ווען נאָך יאָרן האָט שוין ישׂראל דאָס געוואָלט, האָבן עס נישט געוואָלט די דײַטשן. דאָס זעלבע האָט פּאַסירט מיט שפּאַניע און מיטן וואַטיקאַן.

פֿאַר וואָס האָט עס גענומען דעם וואַטיקאַן 45 יאָר אַנצוקניפּן די באַציִונגען מיט ישׂראל, האָב איך באַשריבן אין מײַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 22סטן דעצעמבער 2006. ישׂראל האָט זייער פֿרײַנדלעכע באַציִונגען אויך מיטן צווייטן צענטראַלן לאַנד פֿון אייראָפּע — מיט פֿראַנקרײַך. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע באַציִונגען איז געווען אַ היסטאָרישע דימענסיע — דער "חשבון" פֿון פּאַריז מיט לאָנדאָן, צוליב דער שאַפֿונג פֿון דער אַראַבישער ליגע בעת דער מלחמה, אַ טאַט וואָס איז אויסגעטײַטשט געוואָרן ווי אַ מיטל צו באַשעדיקן די השפּעה פֿון פֿראַנקרײַך אין מיטעלן מיזרח.

דער דאָזיקער "חשבון" האָט געשאַפֿן אַ סימפּאַטיע אין פֿראַנקרײַך פֿאַרן קאַמף פֿון די ייִדן אין ארץ־ישׂראל קעגן די ענגלענדער. פֿראַנקרײַך האָט געשטימט פֿאַר דעם חלוקה־פּלאַן אין דער "יו־ען" דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 און מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה, האָט פֿראַנקרײַך אָנגעהאַלטן איבער 15 יאָר אַ פּראָ־ישׂראלדיקע פּאָליטיק. אַ סך אין ישׂראל האָבן געלעבט מיט דער אילוזיע פֿון אַן "אייביקן בונד" צווישן ישׂראל און פֿראַנקרײַך. ערבֿ דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז קלאָר געוואָרן די אילוזיע און גאָלדע מאיר האָט גערעדט וועגן שאַרל דע־גאָלס פֿאַרראַט, נאָכדעם ווי דע־גאָל האָט אין אַן עפֿנטלעכער רעדע אָנגערופֿן דאָס ייִדישע פֿאָלק — "אַ פֿאָלק — אַן עליט, וואָס האַלט זיך זיכער אין זיך און איז גיריק צו דער מאַכט".

אין יאָר 1968 האָט זיך דער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטער, קוב דע־מיאָוויל, אויסגעדריקט, אַז "פֿראַנקרײַך האָט נישט קיין מיטל־לענדישע פּאָליטיק, זי האָט נאָר אַן אַראַבישע פּאָליטיק". אויף דער פּאַנאָראַמע פֿון דער אויסערן־פּאָליטיק פֿון ישׂראל געפֿינט זיך ענגלאַנד שוין יאָרן לאַנג. אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און ענגלאַנד זענען פֿאָרגעקומען פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע מאָמענטן, סענטימענטן פֿון שעצונג און אָפּשטויס, צוזאַמענרעדן און קאָנפֿראָנטאַציע. וואָס שייך דעם פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט, באַמיט זיך ענגלאַנד אויסצומײַדן אַ וועלכע נישט איז קאָנפֿראָנטאַציע מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און זינט דער מלחמה אין איראַק, איז זי אין אַלגעמיין סאָלידאַריש מיט אַמעריקע. איר געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער, טאָני בלער, איז לעצטנס באַשטימט געוואָרן ווי דער פֿאָרשטייער פֿונעם "קוואַרטעט" בײַצוטראָגן צו דער לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט.

אין דער "קליינער" אייראָפּע פֿון די זעקס לענדער, וואָס האָבן דעם 1טן נאָוועמבער 1993 געגרינדעט דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד — פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, איטאַליע און בענעלוקס: בעלגיע, האָלאַנד, לוקסעמבורג — האָט זיך איטאַליע גערעכנט ווי איינע פֿון די דרײַ "גרויסע", אָבער איר ראָלע האָט נישט דערגרייכט די מדרגה פֿון פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד, ווײַל עס האָט איר די אַלע יאָרן געפֿעלט שטאַנדהאַפֿטיקייט. אירע באַציִונגען מיט ישׂראל זענען אין אַלגעמיין שטילע און אַנגענעמע; אָן וועלכע נישט איז קריזיסן, אָבער אויך אָן אַ מערקווערדיקער השפּעה אָדער בולטער אויסשליסלעכקייט אויפֿן פּאָליטישן געביט. אַזוי איז אויך די לאַגע מיט בעלגיע, האָלאַנד, לוקסעמבורג, שוועדן, נאָרוועגיע און דענמאַרק. אויך מיט אַלע אַנדערע מדינות פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד — וועמענס צאָל עס איז דערגאַנגען צו 27 — האַלט ישׂראל אָן גוטע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, און זיי באַוועגן זיך — וואָס שייך דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט — לויט די שטעלונגען פֿונעם "קוואַרטעט".

פֿון די אַנדערע לענדער אין אייראָפּע איז כּדאַי צו דערמאָנען טערקײַ, וועלכע איז נאָך נישט קיין מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אָבער האָט אַ שטאַרקן ווילן זיך אין אים אָנצושליסן און וועט דאָס, סוף־כּל־סוף, דערגרייכן. פֿון ישׂראלס שטאַנדפּונקט, האָט טערקײַ דעם זכות צו זײַן די ערשטע מוסולמענישע מלוכה וואָס האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אונדז. טערקײַ איז געווען צווישן די 13 לענדער, וואָס האָבן געשטימט אין דער "יו־ען" קעגן דער שאַפֿונג פֿון דער ייִדישער מדינה. אָבער דעם 29סטן מערץ 1949 האָט טערקײַ אָנערקענט ישׂראל "דע־פֿאַקטאָ" און דעם 30סטן נאָוועמבער 1949 האָבן ביידע לענדער אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָס אַנטוויקלען זיך אויף אַ צופֿרידנשטעלנדיקן אופֿן. אויך גריכנלאַנד איז געווען צווישן די 13 לענדער, וואָס האָבן אין דער "יו־ען" געשטימט קעגן דער ייִדישער מדינה און עס האָט איר גענומען 42 יאָר ביז זי האָט אָנגעקניפּט פֿולע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. און דאָ מוז מען אויך דערמאָנען ציפּערן, וואָס איז צעטיילט געוואָרן צווישן די טערקן און גריכן. ציפּערן האָט אָנערקענט ישׂראל גלײַך נאָכדעם ווי זי האָט דערגרייכט איר אומאָפּהענגיקייט אין יאָר 1960.

וואָס שייך ישׂראל און אייראָפּע, איז כּדאַי צו דערמאָנען די פּרוּוון פֿון ישׂראל זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער "נאַטאָ"־אָרגאַניזאַציע — דער מיליטערישער בונד פֿון די דעמאָקראַטישע אייראָפּעיִשע לענדער און צפֿון־אַמעריקע — NATO. אין די 1950ער יאָרן איז דער מיטעלער מיזרח פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איינעם פֿון די פֿאָקוסן פֿון דער "קאַלטער מלחמה". דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געהאָלפֿן צו באַזאָרגן מיט געווער עגיפּטן (דורך דער טשעכיש־עגיפּטישער אונטערנעמונג אין סעפּטעמבער 1955) און סיריע (דורך דער רוסיש־סירישער אונטערנעמונג אין אָקטאָבער 1957). דאָס האָט געשאַפֿן פֿיל זאָרג אין ישׂראל.

אמת, אין מערץ 1957 האָט אַמעריקע פּובליקירט די "אײַזענהאַוער דאָקטרין", וואָס האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַטראַכט די אומאָפּהענגיקייט און גאַנצקייט פֿון די לענדער אין מיטעלן מיזרח ווי אַ לעבנסוויכטיקן נאַציאָנאַלן אינטערעס פֿאַר איר און פֿאַרן וועלט־שלום. אין דער דאָקטרין ווערט אויך געזאָגט, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז באַפֿולמעכטיקט זיך צו באַנוצן מיט מיליטערישע קרעפֿטן קעגן אַן אַגרעסיע, פֿון וועלכער נישט איז קאָמוניסטישער מדינה. די כּנסת האָט טאַקע באַשטעטיקט די מעלדונג פֿון דער רעגירונג, אַז ישׂראל שליסט זיך אָן אין דער "אײַזענהאַוער דאָקטרין", אָבער ישׂראל האָט נישט געזען אין איר קיין גענוגנדיקע גאַראַנטיע פֿאַר איר זיכערהייט, און כּדי צו שטאַרקן איר זיכערהייט, איז אַרויפֿגעקומען דער געדאַנק פֿון אַ פֿאַרבינדונג מיט דער "נאַטאָ".

"נאַטאָ" איז געשאַפֿן געוואָרן דעם 17טן מערץ 1948 דורך בעלגיע, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און לוקסעמבורג. דעם 4טן אַפּריל 1949, האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין "נאַטאָ" די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, איטאַליע, פּאָרטוגאַל, נאָרוועגיע, דענמאַרק און איסלאַנד. דעם 18טן פֿעברואַר 1952, האָבן זיך אויך אין איר אָנגעשלאָסן גריכנלאַנד און טערקײַ, און עס איז אָנגענומען געוואָרן אַ באַשלוס, אַז אַ מיליטערישער אַטאַק, אויף אַ באַזונדערן מיטגליד פֿון "נאַטאָ" וועט זײַן באַטראַכט ווי אַן אַטאַק אויף זיי אַלעמען. דעם 29סטן מערץ 2004, האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין "נאַטאָ" נאָך 7 מדינות: ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד, סלאָוועניע, סלאָוואַקיע, בולגאַריע און רומעניע. נאָך לענדער, וואָס זײַנען פֿריִער געווען אונטערן "מיליטערישן דאַך" פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אויסגעדריקט זייער פֿאַרלאַנג זיך אָנצושליסן אין "נאַטאָ". דעם 31סטן אָקטאָבער 1957, האָט ישׂראלס אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן, אַבא אבֿן, איבערגעגעבן דעם אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, פֿאָסטער דאַלעס, אַ "נאָטע" פֿון ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, דוד בן־גוריון, אין וועלכער עס איז געזאָגט געוואָרן, אַז כּדי אויפֿצוהערן די ווײַטערדיקע פֿונאַנדערשפּרייטונג פֿון די סאָוועטן, איז וויכטיק, עס זאָל פּראָקלאַמירט ווערן, אַז אַמעריקע וועט נישט טאָלערירן קיין אַטאַק קעגן ישׂראל, אַזוי ווי זי האָט עס פּראָקלאַמירט אין שײַכות מיט טערקײַ.

(סוף אין קומענדיקן נומער)