- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויף די רחבֿותן פֿון רוסלאַנד קאָן מען לעצטנס זען נישט איין שילד, וואָס רופֿט די בירגער פֿונעם לאַנד צו גיין דעם 2טן מערץ און אָפּגעבן זייער שטים "פֿאַרן פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו!" ניין, ס‘איז גאָר נישט קיין וויץ — אַזוי שטייט בפֿירוש אָנגעוויזן: "פֿאַרן פּרעזידענט", נישט "פּרעזידענט־קאַנדידאַט". וועראַ סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט, שטודירט דײַטש און ענגליש אין דעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט, דערנאָך באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט געלערט ייִדיש אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איצט איז זי אַ לערערין פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען אין ען־אַרבאָר. די דאָזיקע לידער, וויצן און אַנעקדאָטן האָב איך געזאַמלט אין אַ ריי אינטערוויוען מיט טובֿיה (טאָביאַס) בירנבוים, מיט וועמען איך האָב זיך געטראָפֿן על־פּי־צופֿאַל אויף אַ גאַס אין דער ניו־יאָרקער געגנט ברײַטאָן־ביטש אין פֿעברואַר 1994. ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה" דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט". נישט לאַנג צוריק האָט די אויסטראַלישע רעגירונג געבעטן מחילה בײַ די אײַנגעוואָרצלטע תּושבֿים פֿונעם לאַנד — די אַבאָריגענען — וועלכע האָבן געוווינט אין אויסטראַליע מיט אַ סך טויזנטער יאָר פֿריִער, איידער די ערשטע אייראָפּעער האָבן אָנגעהויבן קאָלאָניזירן דעם קאָנטינענט. ווען די ערשטע אייראָפּעער האָבן זיך באַזעצט אין אויסטראַליע, אינעם יאָר 1788, יאַשע אַ רגע פֿאַרן אויפֿמאַכן די אויגן האָט ער דערפֿילט דעם צוריר פֿון איר בליק אויף זײַנע וויִעס. אַזוי האָט זיך אים געדאַכט. די אַלטיטשקע איז געזעסן אין איר רעדערשטול אומבאַוועגלעך, אָנגעשטעלט די אויגן אויף יאַשען, וואָס איז געלעגן אויף דער סאָפֿע. די פֿרימאָרגנדיקע שײַן איז איר געפֿאַלן אויפֿן פּנים און באַטאָנט יעדן קנייטש און קנייטשעלע אויף דער דין־בלאַסער הויט, אונטער וועלכער עס האָבן זיך בולט אָנגעזען די אַרויסשטאַרצנדיקע ביינער אַרום די אײַנגעפֿאַלענע שלייפֿן, באַקן, דער שפּיציקער קין. משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי אָנגעזאָגט, זיי זאָלן אַרבעטן בלויז אין די וואָכן־טעג, און טאָרן נישט טאָן קיין מלאָכה שבת; ווײַטער ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערציילט, ווי אַלע ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אינעם בויען דעם משכּן; ווען מ׳האָט געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן, האָט משה געהייסן דעם פֿאָלק אָפּשטעלן די אַרבעט. פֿון אירע ערשטע טעג איז ישׂראל, ווי אַ מדינה, געבליבן איזאָלירט אין איר געגנט. ישׂראל איז פֿון די איינצעלנע מדינות וואָס — אַ חוץ איר מיטגלידערשאַפֿט אין דער "יו־ען" און אין אירע ספּעציעלע סטרוקטורן — געהערט זי נישט צו קיין שום פֿילזײַטיקן לענדער־בונד, פֿאַרטיידיקונג־בונד אָדער אַ געאָגראַפֿישער גרופּע. (נאָך אַ וואָך פֿון אָפּרו און פֿאַרגעניגן בײַם ים־המלח) בלויז אַ שעה און אַ האַלב דויערט אָנצוקומען מיט דעם "אגד"־אויטאָבוס פֿון דעם קאַלטן, טריבן ירושלים ביז דעם זון־שײַנענדיקן, וואַרעמען ים־המלח ("דער געזאַלצענער ים"), וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער ים־המוות ("דער טויטער ים"). עס דויערט ניט לאַנג. נאָך דעם ווי דו פֿאַרלאָזסט די אויטאָבוס־סטאַנציע אין צענטער פֿון ירושלים, און דו באַווײַזסט נאָך ניט זיך מאַכן באַקוועם אין דײַן זיצפּלאַץ, ביסטו שוין אין מידבר־יהודה. אין 1984 איז אין מאָסקווע, אין דעם פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" (סאָוועטישער שרײַבער) אַרויס אויף רוסיש אַ גרויס בוך, פֿון זכרונות פֿון יחידים (דער עיקר, ליטעראַטן), וועלכע האָבן געקענט דעם שרײַבער עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש. איך האָב ניט קיין קאָפּיע פֿון דער אויסגאַבע, וואָס הייסט Воспоминания о Эм. Казакевиче (זכרונות וועגן עמ. קאַזאַקעוויטש), אָבער עמעצער האָט עס אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, און כ׳האָב עס דורכגעלייענט אויפֿן עקראַן פֿון מײַן קאָמפּיוטער. צום 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם "פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840—1908) איז כּמעט אַלעמען באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, אין 1876. ער איז אויך געווען אַ ייִדישער פֿאָלקסדיכטער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכלעך פֿון לידער (אַ צען יאָר פֿריִער) אַחוץ וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ שלל לידער פֿאַר זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס, ווי "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", "דער פּאַסטעכל", "געקומען איז די צײַט", "דאָס מילעכל", "צו דײַן געבורטסטאָג", און אַנדערע. דאָס בוך "מײַן זון... מײַן זון..." אַ כראָניקע, האָט אָנגעשריבן מײַנע אַ גוטע קאָלעגין, חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג. זי האָט געשריבן דאָס בוך אויף ענגליש, און עס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ גרויסער טראַגעדיע. איז לאָמיך צוגיין דערצו בהדרגהדיק. חנה אײַלענבערג איז אַ פֿרומע, איידעלע, שעפֿערישע און טאַלאַנטירטע שרײַבערין. אַ גאַסט אויף מיטאָג האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "די מאכלים זענען זייער געשמאַק, אָבער פֿאַר וואָס האָבן זיי אַלע דעם זעלבן קאָליר?" זי איז געווען גערעכט. דער לאָקשן־קוגל, דער קאַליפֿיאָר און דאָס הינדל האָבן אַלע אויסגעזען בעזש אָדער ליכטיק־ברוין. טאַקע נישט אינטערעסאַנט! זינט דעמאָלט, ווען איך גרייט צו אַ מאָלצײַט פֿאַר געסט, באַמי איך זיך צוצוגרייטן נישט בלויז אַ פּאָפּורי פֿון טעמען, נאָר אויך — פֿון קאָלירן. |