(נאָך אַ וואָך פֿון אָפּרו און פֿאַרגעניגן בײַם ים־המלח)
בלויז אַ שעה און אַ האַלב דויערט אָנצוקומען מיט דעם "אגד"־אויטאָבוס פֿון דעם קאַלטן, טריבן ירושלים ביז דעם זון־שײַנענדיקן, וואַרעמען ים־המלח ("דער געזאַלצענער ים"), וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער ים־המוות ("דער טויטער ים").
עס דויערט ניט לאַנג. נאָך דעם ווי דו פֿאַרלאָזסט די אויטאָבוס־סטאַנציע אין צענטער פֿון ירושלים, און דו באַווײַזסט נאָך ניט זיך מאַכן באַקוועם אין דײַן זיצפּלאַץ, ביסטו שוין אין מידבר־יהודה. דער אויטאָבוס לויפֿט שנעל פֿאַרבײַ עטלעכע אַראַבישע דערפֿער, עטלעכע מיליטערישע צה"ל־פּאָסטן, וואָס ליגן צעשפּרייט אויף ביידע זײַטן פֿון דעם ברייטן, מאָדערנעם, אויסגעפֿלאַסטערטן שאָסיי. דורך דעם פֿענצטער פֿון דעם אויטאָבוס אַנטפּלעקן זיך פֿאַר דײַנע אויגן די הויכע, טורעמדיקע בערג און טיפֿע טאָלן, מיט די קאָלירפֿולע פּלאַסטן זאַמד און די שטוינענדיקע, פֿון די ווינטן אויסגעפֿורעמטע פֿיגורן, געשאַפֿן ניט דורך מענטשלעכע הענט, נאָר דורך דער נאַטור אַליין.
קוים אַ קאַרגע שעה רײַזע און דער אויטאָבוס נידערט אַראָפּ צו דעם "נידעריקסטן פּלאַץ אויף דער וועלט", אַרום 400 מעטער אונטער דער ים־פֿלאַך. דעם דאָזיקן געאָגראַפֿיש־געאָלאָגישן פּונקט אויף דעם גלאָבוס פֿון אונדזער ערד, צייכנט אָפּ אַ ספּעציעלע וועגשילד. פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע טוריסטן, וועלכע זענען גרייט זיך אָפּצושטעלן אויף אַ ווײַל, כּדי אַרויפֿקלעטערן אויף דעם קעמלס רוקן צו פֿאָטאָגראַפֿירן זיך און פֿאַראייביקן זייער באַזוך אין דעם דאָזיקן אוניקאַלן פּלאַץ אין דעם הייליקן לאַנד.
און אָט פֿאָרט מען פֿאַרבײַ די הויכע קומראַן־בערג מיט זייערע פֿילצאָליקע היילן. אין איינער פֿון זיי האָט מיט העכער 60 יאָר צוריק אַן אַראַבישער פּאַסטעך צופֿעליק אַנטדעקט די היסטאָרישע אוראַלטע פּאַרמעט־מאַנוסקריפּטן (מגילות), וואָס זענען דאָרטן געלעגן באַהאַלטן אין אַ ליימענעם קרוג פֿון די צײַטן פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש.
15 מינוט שפּעטער קומען מיר אָן צו דעם היסטאָרישן באַרג מסדה, מיט זײַנע באַרימטע אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען. אויף דעם דאָזיקן באַרג האָט דער קעניג הורדוס אויסגעבויט אין די יאָרן פֿון דער חשמונאָים־דינאַסטיע אַ פֿעסטונג, פֿון וועלכער די ייִדישע קעמפֿער, אַנטלאָפֿענע פֿון דעם חרובֿן ירושלים, האָבן זיך העלדיש פֿאַרטיידיקט קעגן דער שטאַרקער רוימישער אַרמיי ביז דעם טראַגישן העראָיִשן סוף פֿון יעדן מאַן, פֿרוי און קינד.
אַ גרויסע גרופּע טוריסטן פֿון אויסלאַנד שטײַגט אויס פֿון אויטאָבוס, כּדי צו באַזוכן די רעסטאַוורירטע איבערבלײַבענישן פֿון דער אַמאָליקער פֿעסטונג, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איינעם פֿון די אַטראַקציעס פֿאַר די מיליאָנען טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט, וועלכע קומען צו באַזוכן ישׂראל.
ניט ווײַט פֿון מסדה געפֿינט זיך דער קיבוץ "עין־גדי" מיט זײַנע גאַסטצימערן, די בעדער פֿון ים־המלח און אַנדערע אײַנריריכטונגען. האַרט בײַם שאָסיי געפֿינט זיך די אויטאָבוס־סטאַנציע, וווּ עס שטעלן זיך אָפּ די מערסטע, וועלכע פֿאָרן צו די האָטעלן און ווײַטער אַזש ביז אילת. אין דעם געשעפֿט פֿון דער סטאַנציע קענען שוין די טוריסטן אײַנקויפֿן די פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן, וואָס שטאַמען פֿון די געזאַלצענע וואַסערן פֿון ים־המלח, ווי די קרעמען, זאַלבן און כּלערליי שמירעכצן, וואָס זענען באַרימט איבער דער וועלט אונטערן נאָמען "אַהבֿה" — ליבע.
אַ סך פֿון די טוריסטן אײַלן זיך צו די ברעגן פֿונעם ים צו באַוווּנדערן די לאַנדשאַפֿט אַרום. אייניקע פֿון זיי פֿוילן זיך ניט אויסצוטאָן שנעל זייערע שיך און זאָקן און שטעקן אַרײַן זייערע פֿיס אין דעם קאַלטן געזאַלצענעם וואַסער. זייערע פֿריידיקע אויסגעשרייען פֿון פֿאַרגעניגן און דערקוויקונג קען מען הערן פֿון דערווײַטנס...
דרך־אַגבֿ: עס איז כּדאַי צו באַמערקן מיט סאַטיספֿאַקציע, אַז מע הערט אַ סך די רוסישע שפּראַך אַרום און אין די האָטעלן בײַם ים־המלח און אין אילת, אַ דאַנק דער לעצטנס־פֿאַרשטאַרקטער טוריסטיק פֿון רוסלאַנד. מע קען טרעפֿן די דאָזיקע טוריסטן אין די דאָרטיקע געשעפֿטן, וווּ זיי זשאַלעווען ניט און קאַרגן ניט, אויסצוגעבן זייערע דאָלאַרן בײַם אײַנקויפֿן די פֿאַרשיידענע קאָסמעטיקס, קרעמען און זאַלבן.
די היילונג־אייגנשאַפֿטן פֿון די דאָזיקע מינעראַלע וואַסערן זענען געווען באַקאַנט איבער גאָר דער וועלט שוין טויזנטער יאָרן פֿריִער. נאָך אין אַלטערטום האָבן גלייביקע פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס געגלייבט אין די סגולות, אין די נסים און נפֿלאָות, וואָס די דאָזיקע וואַסערן קענען אויפֿטאָן פֿאַר זיי.
פֿאָרשער און מעדיצינישע מומחים אין דער וועלט האָבן דערקלערט, אַז אַפֿילו די באַוווּסטע בעדער פֿון באַדען־באַדען אין דײַטשלאַנד, קאַרלסבאַד (קאַרלאָווי וואַרי) אין טשעכיע, פּישטשאַני אין סלאָוואַקיע א"אַ קענען ניט קאָנקורירן מיט די פּאָטענציעלע היילונג־סגולות פֿון די וואַסערן אין ים־המלח.
איז עס טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס אייניקע פֿון די האָטעלן בײַם ים־המלח, האָבן, און מיט רעכט, זיך געגעבן נעמען, ווי עס פּאַסט פֿאַר זיי, וואָס שייך זייערע מעלות און אייגנקייטן: איינער הייסט "הוד" — (פּראַכט), אַ צווייטער הייסט "Royal-Crown" (קעניגלעכע קרוין), אַ דריטער — "Oasis" און איינער הייסט גאָר "Nirvana". איז עס טאַקע אַ האָטעל, אין וועלכן מע קען געניסן, ווי דער נאָמען מיינט טאַקע, פֿון אַלע פֿאַרגעניגנס, און פֿאַרגעסן פֿון אַלע צרות און דאגות?..
יעדן פֿרימאָרגן, און אַפֿילו אין מיטן פֿון אַ קילן טאָג קען מען זען ווי הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, שפּאַצירן און מאַרשירן שנעל און האַסטיק, אויף דער לאַנגער פּראָמענאַדע פּאַזע דעם ים, וואָס ציט זיך עטלעכע לאַנגע קילאָמעטערס, און ווען זיי קומען אַרײַן אין דעם עס־זאַל פֿון האָטעל, זעט מען טאַקע אויף זייערע פּנימער, אַז דער דאָזיקער שפּאַציר האָט בײַ זיי געשאַפֿן אַ גוטן אַפּעטיט, צו קענען געניסן פֿון דעם אַלעם, וואָס איז אויסגעשטעלט אויף די טישן פֿאַר דעם פֿרישטיק...
די אַלע, וועלכע קומען צום ים־המלח, געפֿינען אַ רפֿואה פֿאַר זייערע קראַנקייטן און ווייטיקן, אָדער רוען זיך גלאַט אַ ביסל אָפּ און פֿאַרשטאַרקן זייערע כּוחות. אָבער דער ים־המלח אַליין איז אויך אַ חולה־מסוכּן, נעבעך.
ער איז שוין ניט דער זעלבער ים, ווי ער איז געווען מיט יאָרן צוריק. אַמאָל איז ער געווען לענגער, ברייטער און טיפֿער. איצט, אין די לעצטע יאָרן, איז ער געוואָרן אײַנגעשרומפּן, קירצער, שמאָלער און פֿלאַכער. גרויסע טיילן פֿון אים, באַזונדערס די דרומדיקע, זענען געוואָרן אויסגעטריקנט, און שטיקער פֿון די דאָזיקע טיילן זענען אײַנגעזונקען געוואָרן טיף, טיף אין דער ערד. עס האָבן זיך געשאַפֿן טיפֿע גריבער, וועלכע מען רופֿט אין עבֿרית "בולעים" (בולאַיִם). אין די דאָזיקע גריבער פֿליסן אַרײַן זיסע וואַסערן וואָס צעשמעלצן די אונטערגרונט־בלאָקן פֿון דעם זאַלץ און גאַנצע שטרעקעס פֿון דער ערד פֿאַלן אַרונטער. אַזעלכע גריבער און אומזיכערע ערד־שטרעקעס געפֿינען זיך שוין ניט ווײַט פֿון אַ צאָל האָטעלן און אין דער צוקונפֿט קענען זיי אויך באַדראָען דער זיכערקייט פֿון די פֿונדאַמענטן, אויף וועלכע די דאָזיקע האָטעלן זענען געבויט.
די סיבה פֿאַר דער דאָזיקער אַנטוויקלונג איז אַ פּשוטע: די וואַסערן וואָס פֿלעגן אַרײַנפֿליסן אין דעם ים־המלח פֿון צפֿון, ווערן אַלץ מער אויסגעשעפּט. ערשטנס, צוליב דעם באַנוץ פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס איז גרעסער געוואָרן אין לויף פֿון די יאָרן און צוגלײַך מיט דעם איז אויך פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די אַנטוויקלונג פֿון די פֿילצאָליקע אינדוסטריעס, אונטערנעמונגען און אויך פֿון די אַגריקולטור־ווירטשאַפֿטן, וואָס נייטיקן זיך אין קאָלאָסאַלע וואַסער־רעסורסן. ועל־כּולם, דער גרויסער קאָמפּלעקס פֿון די "מפֿעלי־ים־המלח" — וואָס פּראָדוצירט און עקספּאָרטירט די אומגעהײַערע טאָנען פֿון פֿאָספֿאַטן, פּאָטאַש, בראָם און אַנדערע כעמיקאַלן קיין אויסלאַנד, וואָס מען באַקומט אַרויס פֿון די וואַסערן פֿון דעם ים און זײַנע צופֿלוסן.
אין אַלגעמיין איז ישׂראל אָרעם אין רעגנס, און אָפֿט האָבן מיר אויך עטלעכע יאָרן פֿון טריקעניש איינס נאָך אַן אַנדערן, איז דאָך ניט קיין וווּנדער, וואָס סײַ דער ים־כּנרת אין צפֿון, און סײַ דער ים־המלח אין דרום, קענען ניט באַפֿרידיקן די געהעריקע נויטן אין וואַסער, וואָס עס פֿאָדערט אונדזער פּראָגרעסיווע, מאָדערנע און וואַקסנדיקע אינדוסטריע אויף אַלע געביטן.