|
רבֿ מאיר אַזרי |
|
ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה"
דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט".
"אויב איר ווילט זײַן מאָדערן", האָבן זיי געזאָגט, "וועלן מיר לײַכטער מאַכן די רעליגיע" און אַזוי אַרום איז אויפֿגעקומען די רעפֿאָרעם־ אָדער פּראָגרעסיווע באַוועגונג, וועלכע האָט פֿון איין זײַט, אָפּגעשאַפֿט אַ גאַנצע ריי מיצוות, און פֿון דער צווייטער זײַט, אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די נאַציאָנאַלע געטרײַשאַפֿט צו ארץ־ישׂראל, גלייבנדיק, אַז דאָס וועט באַשרענקען דעם אַנטיסעמיטיזם. זיי האָבן זיך פּראָקלאַמירט ווי "דײַטשן פֿון משהס גלויבן" און געוואָלט ווײַזן דער וועלט, אַז זיי זענען גרעסערע פּאַטריאָטן ווי די דײַטשן גופֿאַ. נאָר דאָס האָט נישט געהאָלפֿן און דער אַנטיסעמיטיזם איז נישט אָפּגעשוואַכט געוואָרן.
אַזוי האָט אונדז דערקלערט הרבֿ מאיר אַזרי (אַזאַרי), גײַסטיקער מנהיג פֿון "בית־דניאל", אַ רעפֿאָרם־קאָנגרעגאַציע, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ, בעת אַ ספּעציעלן אינטערוויו פֿאַרן "פֿאָרווערטס".
הרבֿ אַזרי זאָגט אונדז, אַז זײַן באַוועגונג האָט מאַסן אָנהענגער אין ישׂראל און איבער דער וועלט. מען רעכנט, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גרייכט זייער צאָל צו 1.5 מיליאָן. "און אין ישׂראל?" — פֿרעגן מיר.
"אין ישׂראל זענען פֿאַראַן 30 קהילות און צענדליקער טויזנטער מיטגלידער און די רעפֿאָרעם־באַוועגונג וואַקסט ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן".
ווען מיר האָבן אים געזאָגט, אַז מיר זענען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿונעם "פֿאָרווערטס" און געפֿרעגט, צי ער קאָן אונדזער צײַטונג, האָט ער געענטפֿערט — יאָ! אין זײַן קהילה זענען פֿאַראַן ייִדן וואָס קענען ייִדיש און זעצן איבער די אַרטיקלען, אין וועלכע ער איז פֿאַראינטערעסירט.
דער שמועס איז נאַטירלעך געפֿירט געוואָרן אויף העברעיִש און הרבֿ אַזרי זאָגט אונדז, אַז פֿאַר אים איז אַ כּבֿוד, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל אים אינטערוויויִרן.
קודם־כּל, האָט ער אונדז אויפֿגעקלערט, אַז אַ היפּשע צאָל רעפֿאָרמער באַשטייט פֿון די אַ"ג "חילונים" — סעקולערע ייִדן, וועלכע זענען פֿאַראינטערעסירט זיך אָנצושליסן אין אַ קהילה. דאָס זענען טראַדיציאָנעל־געשטימטע ייִדן וואָס היטן נישט אָפּ דעם גאַנצן שולחן־ערוך, נאָר פֿײַערן יום־טובֿים, קומען אין בית־כּנסת אין די שבתים, זענען מלע זייערע קינדער און עסן כּשר. דאָס זענען ייִדן וואָס שיקן זייערע קינדער אין די חינוך־אַנשטאַלטן פֿון דער רעפֿאָרעם־באַוועגונג, וווּ מען לערנט זיי וואָס עס איז אַזעלכס "מאָדערנע ייִדישקייט". דער רבֿ באַקלאָגט זיך, אַז די דאָזיקע אַרבעט שטויסט זיך אָן אויף שוועריקייטן, בעיקר, פֿון פֿינאַנציעלן כאַראַקטער, ווײַל ווען די רעגירונג שטיצט אונטער דעם אויפֿבוי פֿון בתּי־כּנסת, גייט דאָס געלט פֿאַר אָרטאָדאָקסישע שילן. די רעפֿאָרמער קריגן נישט קיין פּרוטה פֿונעם מדינה־בודזשעט. די מאָדערנע, רחבֿותדיקע קהילה "בית־דניאל" וואָס ער פֿירט אָן, איז אויפֿגעבויט געוואָרן אויף געלטער פֿון אַמעריקאַנער און ישׂראל־ייִדן און בײַ דעם אַלעם האַלט די באַוועגונג אין בליִען, הגם זי ווערט נישט אָנערקענט פֿונעם "עסטאַבלישמענט", דאָס הייסט, פֿון אָפֿיציעלע אינסטאַנצן. "דער דאָזיקער פֿאַקט צווינגט פּאָרלעך וואָס ווילן חתונה האָבן בײַ אונדז", זאָגט ער, "צו פֿאָרן קיין ציפּערן, הייראַטן דאָרט און דערנאָך פֿירט מען דורך בײַ אונדז די רעליגיעזע צערעמאָניע. איז דאָס נישט קיין אַבסורד?" — פֿרעגט ער. "דאָס זעלבע געשעט בײַ קבֿורה. ווען עס שטאַרבט אַ רעפֿאָרמער, דאַרף מען ברענגען עדות און באַשטעטיקן דורך אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ, אַז דער ניפֿטר איז געווען אַ ייִד. אַנדערש קאָן ער נישט געבראַכט ווערן צו קבֿר־ישׂראל. ביז ווי לאַנג קאָן אָנהאַלטן אַזאַ אומלאָגישער מצבֿ?" — פֿרעגט ער.
הרבֿ אַזרי באַמערקט, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן קאָן אַזעלכס נישט געשען, הגם דאָרטן מוז מען אויך פֿירן אַ פֿאַרצווײַגטן קאַמף קעגן אַסימילאַציע און אין ישׂראל, באַמערקט ער, זענען פֿאַראַן אַסימילירטע ייִדן און שילדערט זײַנע באַגעגענישן מיט סעקולערע מיט וועלכע ער האָט געזאָגט "שמע ישׂראל" און פֿאַרלאַנגט זיי זאָלן ענדיקן דעם פּסוק. אָבער זיי האָבן נישט געוווּסט. "פֿאַרוואָס טוט די מדינה אַזוי ווייניק אויפֿן געביט פֿון קאַמף קעגן דער אַסימילאַציע?" — פֿרעגט ער.
"פֿאַראַן אין דער מדינה הונדערטער טויזנטער בירגער וואָס זענען נישט אײַנגעגלידערט אין קיין שום קהילה. מיר ווענדן זיך צו זיי און לאַדן זיי אײַן, זיך אָנצושליסן אין אונדזערע רייען און דערנעענטערן זיך צו ייִדישע טראַדיציעס.
"די קהילה 'בית־דניאל' איז אַקטיוו אין דעם זין. זי פֿירט דורך יעדן שבת בר־מיצוות, חתונות און אין די וואָכנטעג קומען פֿאָר סעמינאַרן, לעקציעס און כּלערליי פֿאַראַנשטאַלטונגען, וואָס רופֿן אַרויס פֿאַראינטערעסירונג בײַם ברייטן עולם, בעיקר — בײַ דערווײַטערטע.
"די פּראָגרעסיווע באַוועגונג האָט פֿאַרענדיקט מיט איר קאַפּיטל אין דײַטשלאַנד און אַמעריקע און איצט ווילן מיר שאַפֿן אַ שטאַרקע באַוועגונג אין ישׂראל, וווּ עס איז פֿאַראַן אַ ברייט פֿעלד פֿון אַרבעט. מען זאָל אונדז נאָר דערלויבן און נישט שטערן, וועלן מיר ווײַזן, וואָס מען קאָן אַלץ טאָן אין מדינת־ישׂראל".
די רעפֿאָרמער האָבן אָנגעהויבן אין ארץ־ישׂראל זייערע אַקטיוויטעטן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן אין די 1930ער יאָרן. קהילות זענען אויפֿגעקומען אין די גרעסערע שטעט ווי ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה, נהריה און אַנדערע. בעיקר, אין שטעט, וווּ רעפֿאָרעם־ראַבײַס האָבן זיך באַזעצט. איצט איז זייער צאָל היפּש געשטיגן. "בײַ אונדז", זאָגט ער, "זענען פֿאַראַן קהילות אין ברייטן זין פֿון וואָרט. בײַ די אָרטאָדאָקסן איז דער בית־כּנסת אַן אָרט, וווּ מען קומט זיך צונויף צו דאַווענען, בײַ אונדז איז דער בית־כּנסת אַן אָרט, וווּ ייִדן קומען זיך צונויף און אַ חוץ תּפֿילה ווערן אויך דורכגעפֿירט געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן, ווי לעקציעס איבער יודאַיִסטיק, אַ געביט וואָס פֿאַראינטערעסירט זייער שטאַרק יונגע סטודענטן, וועלכע זענען דערווײַטערט פֿון ייִדישקייט, אויך פֿאַר עלטערע ייִדן, פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם 'גאָלדענעם עלטער.'
"פֿאַראַן אויך אַ בית־מדרש, וווּ מען לערנט ייִדישע קעגנשטאַנדן אויף אַן אָרגאַניזירטן, סיסטעמאַטישן אופֿן, מיט מאַטעריאַלן אויף פֿאַרשיידענע לשונות. די קהילה פֿירט דורך אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענע אַרבעט אויך אויפֿן סאָציאַלן געביט. מיר פֿאַרטיילן שפּײַז־פּראָדוקטן און וועש פֿאַר נויט־לײַדנדיקע משפּחות", זאָגט ער. בלויז אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן די רעפֿאָרמער 15 קינדער־גערטנער, מיט קנאַפּע טויזנט תּלמידים.
"די פּראָגרעסיווע זענען שטאָלץ מיט דעם וואָס צען טויזנט קינדער לערנען אין די חינוך־אַנשטאַלטן פֿון זייער באַוועגונג. די עיקר־קעגנשטאַנדן האָבן צו טאָן מיט ייִדישקייט; צווישן זיי זענען פֿאַראַן בר־מיצווה־בחורים, וואָס גרייטן זיך צו פֿײַערן זייער רעליגיעזע יוגנט־עלטער.
"ובנוגע די באַציִונגען מיט דער אָרטאָדאָקסיע", זאָגט הרבֿ אַזרי, אַז זיי זענען בכלל נישטאָ. "מען האָט אונדז פֿײַנט צוליב אונדזער הצלחה און מען וויל נישט אָנערקענען, אַז די רעפֿאָרעם־באַוועגונג האָט ממש געראַטעוועט טויזנטער דײַטשישע ייִדן וואָס האָבן זיך געגרייט אַריבערצוגיין צום קריסטנטום. ווער ווייסט וועגן דעם?", פֿרעגט ער. "ווען נישט רעפֿאָרעם, וואָלט הײַנט נישט געווען קיין קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג. אויך דער רעקאָנסטרוקציאָניזם פֿון ראַבײַ מרדכי קאַפּלאַן, און דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום וואָלטן הײַנט געציילט מיט פֿיל ווייניקער ייִדן וואָס רעפֿאָרעם האָט געראַטעוועט פֿון שמד".
הרבֿ אַזרי באַקלאָגט זיך אויף די דיסקרימינאַציעס און עוולות וואָס מען באַגייט קעגן דער רעפֿאָרעם־באַוועגונג, וועלכע געניסט נישט פֿון דעם זעלבן רעכט ווי די אָרטאָדאָקסן. "דרך־אַגבֿ, ווערן אָפּגעריכט אין ישׂראל דורך די רעפֿאָרמער 400 חתונות אַ יאָר. דאָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז דער אָרטאָדאָקסישער ראַבינאַט זאָל זײַן פּאָליטיש אונטערגעוואָרפֿן דעם שאַנטאַזש פֿון פֿאַראינטערעסירטע אינסטאַנצן".
הרבֿ אַזרי באַשטעטיקט, אַז אויף איינער פֿון די לעצטע וועלט־קאָנפֿערענצן פֿון די רעפֿאָרמער, זענען געווען אַזעלכע וואָס האָבן געפֿאָדערט מען זאָל זיך אויף ס'נײַ דערנעענטערן צו די טראַדיציעס וואָס מען האָט פֿאַרלאָזט. "דאָס געשעט", זאָגט ער, "בײַ רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען, וואָס דערווײַטערן זיך און דערנאָך קערן זיי זיך אום צו די פֿריִערדיקע מקורות, דאָס הייסט, אַז מען וויל איצט אײַנפֿירן רעפֿאָרמען אין דער רעפֿאָרעם־באַוועגונג און אַז די פּראָיעקטירטע ענדערונגען זאָלן זײַן מער באַוווּסטזיניקע. בײַ אונדז געניסן פֿרויען פֿון גלײַכבאַרעכטיקונג. וואָס אַ מאָל איז גרעסער די פֿאָדערונג צו דאַווענען אין סידורים און מחזורים אויף לשון־קודש. פֿרויען זיצן צוזאַמען מיט זייערע מענער און קינדער. נישטאָ קיין מחיצות און פּירוד־הלבֿבֿות. מיכל, די טאָכטער פֿון שאָול המלך, און ברוריה, די פֿרוי פֿון רבי מאיר, האָבן געלייגט תּפֿילין. דאָס גלײַכן מיט 150 יאָר צוריק האָט געטאָן די לודמירער רביצין."
הרבֿ אַזרי נוצט אויס די געלעגנהייט, כּדי אָנצוּווײַזן, אַז די הצלחה פֿון רעפֿאָרעם שפּיגלט זיך אויך אָפּ איצט אין דײַטשלאַנד, וווּ עס זענען פֿאַראַן צענדליקער טויזנטער רוסישע ייִדן וואָס קאָנען זיך נישט צופּאַסן צו די שטרענגע פֿאָדערונגען פֿון דער אָרטאָדאָקסיע.
"מיר לעבן איצט אין אַ מערקווערדיקער תּקופֿה", זאָגט ער, "ווען דאָס בשותּפֿותדיקע מיט דער אָרטאָדאָקסיע איז גרעסער פֿון דעם וואָס דערווײַטערט אונדז און דאָס געשעט נאָכן נצחון וואָס מיר האָבן אָפּגעהאַלטן אין אַמעריקע, וווּ עס איז פֿאַראַן אַ בולטע קאָנקורענץ און דער דערפֿאָלג פֿון רעפֿאָרעם איז אַ פֿאַקט".
די גרויסע איבערראַשונג פֿונעם שמועס איז געווען דער פֿאַקט, וואָס די רעפֿאָרעם־באַוועגונג האָט אויפֿגעשטעלט צוויי קיבוצים "יהל" און "דותן", אין דער ערבֿה־זאָנע. קיבוצים, וווּ מען היט אָפּ דעם לעבנס־שטייגער פֿון רעפֿאָרעם און האָבן גרויס הצלחה.
בײַם שליסן זײַנע ווערטער זאָגט הרבֿ אַזרי. "פֿאַרשטייט זיך", זאָגט ער, "אַז אויב מיר וועלן מצליח זײַן אין ישׂראל ווי מיר האָבן עס געטאָן אין אַמעריקע, וועט מען עס זען ערשט אין אַ צײַט אַרום..."