אויף די רחבֿותן פֿון רוסלאַנד קאָן מען לעצטנס זען נישט איין שילד, וואָס רופֿט די בירגער פֿונעם לאַנד צו גיין דעם 2טן מערץ און אָפּגעבן זייער שטים "פֿאַרן פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו!" ניין, ס‘איז גאָר נישט קיין וויץ — אַזוי שטייט בפֿירוש אָנגעוויזן: "פֿאַרן פּרעזידענט", נישט "פּרעזידענט־קאַנדידאַט".
אין רוסלאַנד גופֿא, חוץ דער מלוכישער מעדיאַ, רעדט מען כּמעט נישט וועגן די וואַלן, מחמת דער רעזולטאַט איז פֿאַר יעדן קלאָר. צי אַנטוישט אָט דער פֿאַקט די רוסלענדישע באַפֿעלקערונג? דאָ קען מען אויף זיכער זאָגן, אַז ס‘רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג איז דווקא צופֿרידן דערמיט. פֿאַר וואָס? ווײַל דאָס וויסן פֿון פֿריִער, ווער וועט זײַן דער קייסער אינעם לאַנד, באַרויִקט דאָס פֿאָלק, ברענגט אים נישט אַרײַן אין אַ צווייפֿל, צעשטערט נישט זײַן טאָג־טעגלעכן מצבֿ און געמיט. פֿאַרקערט, פֿאַרפֿעסטיקט די "סטאַבילקייט", וואָס ס‘האָט אײַנגעשטעלט וולאַדימיר פּוטין.
פֿראַגעס קומען אַרויס אין מערבֿ. נישט, חלילה, וועגן דעם אופֿן, וועגן די פּרינציפּן ווי אַזוי עס ווערן דורכגעפֿירט די, נישט־פֿאַר־אונדז־געזאָגט־געוואָרן, "דעמאָקראַטישע וואַלן"; דער מערבֿ איז באַזאָרגט מיט דער פּערזענלעכקייט פֿון דמיטרי מעדוועדיעוו, וואָס פּוטין האָט אים באַשטימט אויף זײַן אָרט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע וואָלטן געוואָלט, אַז חוץ דער "סטאַבילקייט", וואָס דער נײַער פּרעזידענט מעדוועדיעוו וועט אָנהאַלטן אין זײַן לאַנד, זאָל ער דווקא זײַן בייגעוודיקער אין זײַן פּאָליטיק מיטן מערבֿ. די פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און אַנאַליטיקער אין אַמעריקע און אייראָפּע קוקן זייער אַרויס אויף דעם "ליכטיקן שטריכעלע" אין זײַן, מעדוועדיעווס, ביאָגראַפֿיע, וואָס ווערט כאַראַקטעריזירט ווי — ליבעראַל. ווער האָט עס אים צוגעטשעפּעט, דאָס דאָזיקע "שטריכעלע"? מעגלעך, די מענטשן פֿון די "קאַ־גע־בע"־געדערעם, וואָס פֿירן אָפֿן און בשתּיקה אָן מיטן לאַנד.
כּדי נישט אויסזען אויבער־פֿאַרדעכטיקט, לאָמיר זען, ווי אַזוי ס‘האָט מעדוועדיעוון כאַראַקטעריזירט דער געוועזענער יוצה־געבער בײַם פּרעזידענט פּוטין, אַנדריי אילאַריאָנאָוו. אויף דער פֿראַגע פֿונעם BBC־קאָרעספּאָנדענט, אַז מעדוועדיעוון האַלט מען פֿאַר אַ פֿאָרשטייער פֿונעם ליבעראַלן פֿליגל אין קרעמל און צי וועט עס דערמעגלעכן דאָס דערנענטערן די פּאָזיציעס פֿון רוסלאַנד און דעם מערבֿ, האָט אילאַריאָנאַוו געענטפֿערט בזה־הלשון:
"קודם־כּל, איז ער נישט קיין ליבעראַל, און אַלע זײַנע אָנשויונגען זײַנען נישט ליבעראַלע... ווי אַ פּאָליטישער טוער, וואָס געפֿינט זיך אַ לענגערע צײַט אין די פֿירנדיקע מאַכט־אָרגאַנען, האָט ער נאָך קיין איין מאָל נישט אַרויסגעוויזן קיין צייכן מיט זײַנע מעשׂים, אַז ער איז טאַקע אַ ליבעראַל. גראָד דעמאָלט, ווען ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער פּרעזידענט־אַדמיניסטראַציע, איז פֿאָרגעקומען דער פּאָגראָם איבער דער נאַפֿט־קאָרפּאָראַציע ׳יוקאָס׳, וואָס האָט דערמעגלעכט אײַנצוזעצן אין תּפֿיסה אירע פֿירער — כאָדאָרקאָווסקי און לעבעדיעוו. נאָך מער, מעדוועדיעוו איז דעמאָלט אויך געווען דער הויפּט־ספּעציאַליסט בײַם פּרעזידענט פּוטין, מכּוח יורידישע פֿראַגעס. מ‘האָט נישט געהערט פֿון אים קיין איין דערקלערונג וועגן די אומגעזעצלעכע טועכצן פֿון דער מאַכט, וואָס האָט אויסגעניצט אין דעם פֿאַל איר גאַנצע קראַפֿט. צי קאָן מען נאָך דעם זאָגן, אַז מעדוועדיעוו איז אַ ליבעראַל אין עקאָנאָמישן אָדער אין יורידישן זין?!"
לעצטנס, אין דער סיבירער שטאָט קראַסנאָיאַרסק, האָט מעדוועדיעוו געהאַלטן אַ דרשה, וווּ זײַנע ערשטע דעקלאַראַציעס האָט ער געמאַכט וועגן "פֿרײַהייט" און איר וויכטיקייט אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט — אין אַלע אַספּעקטן. אין אַ צײַט, ווען אין רוסלאַנד ווערן דערדריקט כּמעט אַלע אינסטיטוטן פֿון בירגערלעכער פֿרײַהייט", האָבן די ווערטער סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין אויסלאַנד פּלוצעם אַרויסגערופֿן אַ האָפֿענונג, אַז אפֿשר קומט טאַקע מיט מעדוועדיעוון, אויב נישט די אמתע גאולה, איז כאָטש אַ נײַע דערוואַרעמונג, ווי אין כרושטשאָווס צײַטן?..
הלוואַי. מע דאַרף אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז כרושטשאָווס "אָדליגע", ווי מ‘האָט אָט די קורצע צײַט כאַראַקטעריזירט, האָט געקאָנט צו שטאַנד קומען נאָר נאָך סטאַלינס טויט. דמיטרי מעדוועדיעוו קומט אָבער צו דער מאַכט, ווען זײַן "קוראַטאָר", וולאַדימיר פּוטין, בלײַבט נישט נאָר בײַם לעבן, נאָר אויך לעבן אים, ווי פּרעמיער־מיניסטער. אויב נישט נאָך העכער...