רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ גאַסט אויף מיטאָג האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "די מאכלים זענען זייער געשמאַק, אָבער פֿאַר וואָס האָבן זיי אַלע דעם זעלבן קאָליר?"

זי איז געווען גערעכט. דער לאָקשן־קוגל, דער קאַליפֿיאָר און דאָס הינדל האָבן אַלע אויסגעזען בעזש אָדער ליכטיק־ברוין. טאַקע נישט אינטערעסאַנט! זינט דעמאָלט, ווען איך גרייט צו אַ מאָלצײַט פֿאַר געסט, באַמי איך זיך צוצוגרייטן נישט בלויז אַ פּאָפּורי פֿון טעמען, נאָר אויך — פֿון קאָלירן.

דער רעצעפּט דאָ אונטן איז גרין און אָראַנזש, און זעט גוט אויס מיט יעדן מאכל. אויב איר ווילט, קענט איר פֿאַרבײַטן די סטרוטשקעס אויף בראָקאָלי, אַרבעס, אָדער עפּעס אַנדערש גרינס:

20 סטרוטשקעס
3—4 מערן
1 ציבעלע
1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל
1/2 לעפֿעלע באַלזאַמישער עסיק
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 לעפֿל צעהאַקטער קריפּ

האַקט אָפּ די עקן פֿון די סטרוטשקעס, און צעשנײַדט יעדע סטרוטשקע אין דרײַען. צעשנײַדט די מערן אין דינע שטעקלעך, מיט אַ לענג פֿון צוויי אינטשעס (5 צענטימעטער). צעשנײַדט די ציבעלע אויף דינע רעפֿטלעך.

קאָכט אָדער פֿאַרפּאַרעט די סטרוטשקעס, מערן און ציבעלע ביז זיי ווערן ווייך, בערך 10 מינוט. גיסט אויס דאָס וואַסער.

מישט צונויף אין אַ שיסעלע דעם איילבערט־בוימל, עסיק, זאַלץ, פֿעפֿער און קריפּ און מישט דעם סאָוס צונויף מיט די גרינסן.

בעבלעך מיט קאָטשערקעס

אַנומלט איז אונדז אויסגעקומען ווידער אַ מאָל צו זיין צו־גאַסט אויף אַ וואָכעדיקן מיטאָג פֿון אומגעבעטענע געסט ביי דער זייער גאַסטפֿריינדלעכער משפּחה ליכטענברויט אויף דער 25טער גאַס, איסט. עס האָט זיך דאָרט ווי פון דער העלער הויט אָנגעזאַמלט אַ גאַנצע כאָפּטע געסט און שכנים, וואָס די ליכטענברויטס זיינען תמיד גרייט אויפֿצונעמען מיטן גרעסטן כבוד און מיט כּלערליי כּיבודים, פֿאַרשיידענע פּאָטראַוועס און היימישע מאכלים.

דאָס מאָל האָט מען ביי זיי דערלאַנגט אויפֿן טיש גילקענע יויך מיט ראַבע פֿאַסאָליעס, געזאַלצענע הערינג־אוגערקעס מיט פּיסמענהאָלץ סאָוס, געבראָטענע קאַנאַריקלעך מיט געהאַקטע פּופּיקעס פֿאַרפּראַוועט מיט ווייניקן וואַנשל־קאָמפּאָט און האַנט־געפֿלאָכטענע חלות אײַנגעטונקענע אין אתרוג איינגעמאַכטס. אָבער מער פון אַלץ איז אַלעמען געווען שטאַרק געפֿעלן דער זעלטן געשמאַקער גאַרניר פון בעבלעך מיט קאָטשערקעס.

נאָכן אָפּעסן ווען מען האָט שוין געהאַלטן ביים טרינקען טיי מיט לימענע סערווירטע מיט פֿאַראַיאָריק־געפֿעפֿערטע היימישע צוקער־סוכאַריקלעך האָט זיך אונדז איינגעגעבן אויסצופרעגן די באַלעבאָסטע דעם רעצעפּט פון אירע בעבלעך מיט קאָטשערקעס.

צוואָנציק זשמענקעלעך צעווייקטע בעבלעך
עלעף פֿרישע קאָטשערקעס (בעסער די ווייסע, אָבער בלית־ברירה מעג מען זיך אויך באַגיין מיט די (טונקעלע
(א פינעף--זיבן קניאָבל־ציינדלעך (בעסער מילכיקע איידער פֿליישיקע
איין לעפֿל איבערגעדרייטן ציקאָריע־פּראָשעק
זיבן לעפֿעלעך קימל־קרייטלעך
אַ האַלב טעפּל האָניק־פֿעפֿער זאַפט
(אַ ½ טוץ קיטאַיאָווע קינדרע (קאָריאַנדער בלע"ז

צעשמעלצט אַ העלפֿט פון די בעבלעך אין סקאָוורעדע אָפּפּרעגלענדיק זיי אין 2 לעפֿל בוימל, אויפן קליינעם פֿײַערל. שיט אַרײַן די 7 לעפֿלעך קימל, און צעשנײַדט די איבעריקע בעבלעך אויף ניט צו קליינע פּיץ־פּיצלעך און טינקט זיי אַרײַן אין דעם טעפּל מיט האָניק־פֿעפֿער זאַפֿט. שטשאָבעט אָפּ די פֿרישע קאָטשערקעס און באַשיט זיי מיטן לעפֿל איבערגעדרייטן ציקאָריע־פּראָשעק. אַז די צעשמעלצטע בעבלעך הייבן אָן צו פאַרלירן זייער קרענקלעך־שאַרלעכן קאָליר וואַרפט אַהין אַריין די קאָטשערקעס (טאָמער עס פֿעלן אייך אויס אַ פּאָר קאָטשערקעס מעגט איר זיי פאַרבײַטן מיט אַ צוויי־דריי לאָפּעטקעס).

בעת־מעשה קראָשעט אַרײַן דעם האַלבן טוץ קיטאַיאָווע קינדרע אין די איבעריקע בעבלעך וואָס איז צעריבן אין דעם טעפּל מיט האָניק־פֿעפֿער זאַפֿט. צערײַבט עס און מישט עס אַלץ צונויף איבער אַ נייס צוזאַמען מיט דין־דין צעריבענע 5-6 קנאָבל־ציינדלעך.

ווי נאָר די צעשמאָלצענע בעבלעך אין דער סקאָוורעדע מיט קאָטשערקעס הייבן אָן צו בורטשען און וואָרטשען מיט באַנומענע ריחות נעמט די סקאַוורעדע אַראָפּ פֿונעם פּריפּעטשיק און ליידיקט דאָס אַלץ אויס אינעם טעפּל מיט די איבעריקע בעבלעך. צעמישט דאָס אַלץ אינעם טעפּל פאַמעלעך ווי ביים דוכענען און שטעלט עס גלייך דערנאָך אין אויוון אַרײַן אויף 36 מינוט אַן ערך אויף 613 גראַד צעלזיוס. מאַכט אַ ברכה "שהכּל נתבבל בקָאטשֵרקָאתָא" און נעמט עס אַרויס פונעם אויוון.