אַ גאַסט אויף מיטאָג האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "די מאכלים זענען זייער געשמאַק, אָבער פֿאַר וואָס האָבן זיי אַלע דעם זעלבן קאָליר?"
זי איז געווען גערעכט. דער לאָקשן־קוגל, דער קאַליפֿיאָר און דאָס הינדל האָבן אַלע אויסגעזען בעזש אָדער ליכטיק־ברוין. טאַקע נישט אינטערעסאַנט! זינט דעמאָלט, ווען איך גרייט צו אַ מאָלצײַט פֿאַר געסט, באַמי איך זיך צוצוגרייטן נישט בלויז אַ פּאָפּורי פֿון טעמען, נאָר אויך — פֿון קאָלירן.
דער רעצעפּט דאָ אונטן איז גרין און אָראַנזש, און זעט גוט אויס מיט יעדן מאכל. אויב איר ווילט, קענט איר פֿאַרבײַטן די סטרוטשקעס אויף בראָקאָלי, אַרבעס, אָדער עפּעס אַנדערש גרינס:
20 סטרוטשקעס
3—4 מערן
1 ציבעלע
1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל
1/2 לעפֿעלע באַלזאַמישער עסיק
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 לעפֿל צעהאַקטער קריפּ
האַקט אָפּ די עקן פֿון די סטרוטשקעס, און צעשנײַדט יעדע סטרוטשקע אין דרײַען. צעשנײַדט די מערן אין דינע שטעקלעך, מיט אַ לענג פֿון צוויי אינטשעס (5 צענטימעטער). צעשנײַדט די ציבעלע אויף דינע רעפֿטלעך.
קאָכט אָדער פֿאַרפּאַרעט די סטרוטשקעס, מערן און ציבעלע ביז זיי ווערן ווייך, בערך 10 מינוט. גיסט אויס דאָס וואַסער.
מישט צונויף אין אַ שיסעלע דעם איילבערט־בוימל, עסיק, זאַלץ, פֿעפֿער און קריפּ און מישט דעם סאָוס צונויף מיט די גרינסן.