אַ גרופּע קינדער פֿונעם פֿאָלק וואָד, אָנגעטאָן אין נאַציאָנאַלע קאָסטיומען בעת אַ קולטור-אונטערנעמונג אינעם דאָרף לוזשיצי, רוסלאַנד |
נישט לאַנג צוריק האָט די אויסטראַלישע רעגירונג געבעטן מחילה בײַ די אײַנגעוואָרצלטע תּושבֿים פֿונעם לאַנד — די אַבאָריגענען — וועלכע האָבן געוווינט אין אויסטראַליע מיט אַ סך טויזנטער יאָר פֿריִער, איידער די ערשטע אייראָפּעער האָבן אָנגעהויבן קאָלאָניזירן דעם קאָנטינענט. ווען די ערשטע אייראָפּעער האָבן זיך באַזעצט אין אויסטראַליע, אינעם יאָר 1788, האָבן זיי מיט זיך געבראַכט אַ צאָל קראַנקייטן, צו וועלכע די אַלטגעזעסענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד האָבן נישט געהאַט קיין אימוניטעט; אַן עפּידעמיע פֿון פּאָקן האָט אומגעבראַכט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער אַבאָריגענישער באַפֿעלקערונג פֿון דער ערשטער אייראָפּעיִשער קאָלאָניע, סידני.
במשך פֿון דער קאָלאָניזאַציע, פֿלעגן די אייראָפּעער כּסדר אָפּנעמען דאָס לאַנד בײַ די אַבאָריגענען. זײַענדיק פֿאַרטריבן פֿון זייער היים, האָבן אַ סך אַבאָריגענען נישט געקענט אויסקומען און געשטאָרבן פֿון הונגער. אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די קאָלאָניסטן אָפּגענומען בײַ די אַלטגעזעסענע אויסטראַליער די בעסטע שטחים, אַחוץ די אָרעמסטע ראַיאָנען, וווּ די אייראָפּעער האָבן נישט געקאָנט וווינען.
די אַבאָריגענען האָבן כּסדר געפּרוּווט צו באַשיצן זייערע לענדער; ווען זיי האָט זיך עס נישט אײַנגעגעבן, האָבן זיי אָנגעהויבן זיך נוקם צו זײַן אין די קאָלאָניסטן. אינעם פּעריאָד פֿון אָנהייב 19טן יאָרהונדערט ביז די 1920ער יאָרן, האָבן די אייראָפּעער כּסדר אויסגעהרגעט די אַבאָריגענען, כּדי "אָנצולערנען אַ לימוד" די אויפֿשטענדלער. אין די 1820־1830ער יאָרן, בעת דער אַזוי־גערופֿענער "שוואַרצער מלחמה", האָבן די קאָלאָניסטן פֿאַרניכטעט טויזנטער אַבאָריגענען אין טאַסמאַניע, און פֿאַרטריבן די לעבן־געבליבענע אין אַ ייִשובֿ אויפֿן אינדזל פֿלינדערס, וווּ אַ סך פֿון זיי זענען געשטאָרבן פֿון אוממענטשלעכע לעבנס־באַדינגונגען.
ערשט אינעם יאָר 1962 האָט די אויסטראַלישע רעגירונג דערלויבט די אַבאָריגענען צו שטימען; בלויז מיט 16 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1992, האָט זי, סוף־כּל־סוף, אָנערקענט די טעריטאָריעלע רעכט פֿון די אַלטגעזעסענע פֿעלקער. די דעבאַטן וועגן דער טרויעריקער געשיכטע פֿון די אַבאָריגענען האָבן אַרויסגערופֿן אַ גאַנצן "קריג" מצד די רעכט־געשטימטע אויסטראַלישע היסטאָריקער און זשורנאַליסטן. אַ טייל פֿון זיי נוצן אויס אַזעלכע אַרגומענטן, וואָס דערמאָנען, אין אַ געוויסער מאָס, די קרומע לאָגיק פֿון די חורבן־אָפּלייקענער. אַ צאָל אַנדערע רעכטע היסטאָריקער לייקענען נישט אָפּ אינגאַנצן דעם אומיושר קעגן די אַבאָריגענישע פֿעלקער, אָבער טענהן, אַז דאָס וואָרט "גענאָציד" איז אין דעם פֿאַל נישט באַרעכטיקט.
להיפּוך צום ייִדישן חורבן, האָט די אייראָפּעיִשע מלוכה נישט פּלאַנירט אויסצוהרגענען אַלע אַבאָריגענען; זי האָט זיך אָבער אָפֿט אומברחמנותדיק באַצויגן צו זיי. אַ טייל קריטיקער פֿון דער אויסטראַלישער פּאָליטיק טענהן, אַז אַחוץ די דירעקטע רדיפֿות, פֿלעגט די רעגירונג איגנאָרירן די עלעמענטאַרע באַדערפֿענישן פֿון די אַלטע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, מיינענדיק, אַז זיי וועלן, הײַנט צי מאָרגן, סײַ־ווי־סײַ אויסשטאַרבן אָדער אַסימילירט ווערן.
אַזאַ ווערטער־שפּילערײַ קלינגט צומאָל גאַנץ עקלדיק. די פּאַטריאָטן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער שטרעבן אָפֿטמאָל אויסצוקלײַבן דווקא אַ שמאָלע דעפֿיניציע פֿונעם וואָרט "גענאָציד", צו דערווײַזן, אַז זייער נאַציאָנאַלע טראַגעדיע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלן פֿאַל, וואָס טאָר נישט צוגעגליכן ווערן צו די אַנדערע, אָדער אַז די שחיטות און דער אומיושר, וואָס זענען געשען אין זייער לאַנד, איז אַ "קלייניקייט", אין פֿאַרגלײַך מיט די ערגערע מינים רציחה. די אַנדערע פּאַטריאָטן, אַרײַנגערעכנט אַ טייל אַנטיסעמיטן, מאַכן ברייטער די דעפֿיניציע פֿונעם דאָזיקן וואָרט ביזן מאַקסימום, טענהנדיק, אַז די טראַגעדיע פֿון די ייִדן און אַנדערע פֿאַרפֿאָלגטע פֿעלקער, איז "נישט קיין אוניקאַלע". מיט אַזעלכע אַרגומענטן באַנוצן זיך אָפֿטמאָל די אַנטיסעמיטישע קריטיקער פֿון די חורבן־מאָנומענטן, וועלכע טענהן, אַז בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די צאָל דערהרגעטע רוסן, און אַנדערע פֿעלקער, איבערגעשטיגן די צאָל דערהרגעטע ייִדן; דערפֿאַר, לויט זייער לאָגיק, "פֿאַרדינט נישט" דער ייִדישער חורבן קיין באַזונדערע דענקמעלער.
אין דער אמתן, דאַרף יעדע מענטשלעכע טראַגעדיע, בפֿרט אַ טראַגעדיע פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק, באַטראַכט ווערן ווי אַן אוניקאַלע און באַזונדערע. צום באַדויערן, איז די גאַנצע מענטשלעכע געשיכטע פֿול מיט בלוטיקע עטנישע קאָנפֿליקטן; ס׳רובֿ מלוכות אין דער וועלט זענען באַגאַנגען אומיושרדיקע אַקציעס, וואָס קאָנען פֿאַררעכנט ווערן ווי אַקטן פֿון גענאָציד, אין אַ גרעסערן אָדער קלענערן פֿאַרנעם.
נישט תּמיד, אָבער, זענען די חורבנות פֿון פֿעלקער פֿאַרבונדן מיט ראַסיזם. די רעגירונג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט, אין סטאַלינס צײַטן, גערודפֿט אַ סך פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט די ייִדן, דווקא אונטער די לאָזונגען פֿון גלײַכקייט און "קאַמף קעגן נאַציאָנאַליזם". אין אייניקע פֿאַלן האָט אַזאַ פּאָליטיק געבראַכט צום ערגערן גענאָציד, ווי דער דײַטשישער נאַציזם — לכל־הפּחות, לויטן פּראָצענט פֿון די געליטענע, וועלכע זענען אומגעקומען אין די תּפֿיסות און פֿאַרשיקענישן.
די דיסקרימינאַציע-פּאָליטיק איז אויך דורכגעפֿירט אין אַ סך אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט ישׂראל — הגם, אין אַ ווייניק-אַגרעסיווער פֿאָרמע. די רעגירונג פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער מלוכה האָט געפּרוּווט צו פֿאַרוואַנדלען אַלע ייִדן אין אַ "פֿאַראייניקטער נאַציע", האָט זי — צומאָל, מיט גוואַלד — כּסדר גערודפֿט אין די 1950־1960 יאָרן די ייִדישע ענטישע קולטורן און שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. צוליב דעם, וואָס די "פֿאַראייניקטע" העברעיִשע קולטור אין ישׂראל איז געשאַפֿן געוואָרן אויף אַ קינסטלעכן אופֿן, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געבראַכט אַ היזק צו אַלע טראַדיציאָנעלע ייִדישע עטנישע גרופּעס, וואָס אַ טייל פֿון זיי — למשל, די קרימטשאַקעס און די קענער פֿון אוניקאַלע ייִדיש-אַראַבישע דיאַלעקטן — דראָט הײַנט די סכּנה נעלם צו ווערן.
ווען די נאַציאָנאַלע טראַגעדיעס האָבן צו טאָן מיט שחיטות און רדיפֿות, רופֿן זיי געוויינטלעך אַרויס אַ שטאַרקע רעאַקציע אין דער וועלט, און ווערן אָפֿט אויסגענוצט אין פּאָליטיק — למשל, דורך די ביידע צדדים פֿונעם אָנגייענדיקן מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט. אין דער וועלט זענען אָבער דאָ אויך אַ סך עטנישע גרופּעס, וועלכע ווערן אַסימילירט שטילערהייט, צוליב דעם עקאָנאָמישן אָדער סאָציאַלן דרוק. צום באַדויערן, ווערן אַזעלכע פֿאַלן אָפֿט איגנאָרירט, צוליב דעם "נישט־בלוטיקן" כאַראַקטער פֿון זייערע נאַציאָנאַלע טראַגעדיעס.
אין דער פּעטערבורגער געגנט, אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל רוסלאַנד, ווערט שוין אַ לאַנגע צײַט געבויט דער אוסט־לוגער פּאָרט, וועלכער וועט ווערן, לויטן פּלאַן, דער גרעסטער ים־פּאָרט אינעם לאַנד. נישט לאַנג צוריק האָט עמעצער באַמערקט, אַז אויפֿן שטח פֿונעם בוי־פּראָיעקט געפֿינען זיך די לעצטע צוויי דערפֿער פֿונעם אוראַלטן פֿאָלק וואָד (Votians, Водь) — קראַקאָליע און לוזשיצי; די דערפֿער זעען אויס אויסערגעוויינטלעך אָרעם און פֿאַרוואָרפֿן. זינט די אוראַלטע צײַטן, לכל־הפּחות מיט צוויי טויזנט יאָר פֿריִער, איידער דער רוסישער צאַר פּיאָטר דער גרויסער האָט אויסגעבויט די שטאָט סאַנקט־פּעטערבורג, האָבן אַרום דעם דרומדיקן ברעג פֿונעם טײַך ניעוואַ, צווישן דעם פֿינישן אײַנגוס און דעם לאַדאָגער אָזערע, געוווינט פֿינאָ־אוגרישע פֿעלקער — וואָד און איזשאַראַ; די וואָדיער זענען דאָס עלטסטע פֿאָלק אין דער הײַנטיקער לענינגראַדער (פּעטערבורגער) געגנט.
לויט דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער פֿאָלקס־ציילונג פֿונעם יאָר 1926, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון וואָד באַטראָפֿן אַרום 700 נפֿשות, און די צאָל איזשאָרער — איבער 26 טויזנט. נאָך דער געצוווּנגענערן דעפּאָרטאַציע און אַרעסטן אין די 1930ער יאָרן, ווי אַ טייל פֿונעם סטאַליניסטישן גענאָציד, זענען ביידע פֿעלקער כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. לויטן חשבון פֿונעם יאָר 2002, וווינען הײַנט אין רוסלאַנד בלויז אַרום 300 איזשאָרער; בלויז אַ פּאָר צענדליק פֿון זיי, על־פּי־רובֿ עלטערע מענטשן, קענען זייער שפּראַך. דער מצבֿ פֿון די וואָדיער, וועלכע זענען טיילווײַז אַסימילירט געוואָרן נאָך אין דער רוסישער אימפּעריע, ווען זייער צאָל איז געפֿאַלן פֿון אַרום 5,100 נפֿשות, אינעם יאָר 1848, ביז אַרום 1,000 אינעם יאָר 1917, איז נאָך שווערער: לויט דער פֿאָלקס־ציילונג, זענען אינעם יאָר 1989 געבליבן 65 וואָדיער, כּלומרשט בלויז זקנים איבער 70 יאָר אַלט, וואָס נאָר אַ העלפֿט פֿון זיי האָבן געקענט זייער שפּראַך.
אין די לעצטע יאָרן האָבן די וואָדיער אַקטיוויסטן פֿון די דערפֿער קראַקאָליע און לוזשיצי אָפּגעפֿונען אַ צאָל יונגע וואָדיער משפּחות, וועלכע האָבן פֿריִער אויסבאַהאַלטן זייער אָפּשטאַם, און אָרגאַניזירט אין דער אָרטיקער שול אַ קלאַס פֿון זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך און קולטור, ווי אויך דורכגעפֿירט אַ צאָל קולטור־פֿעסטיוואַלן; בסך־הכּל, רעדן הײַנט אויף דער וואָד־שפּראַך אַרום 20 מענטשן. אַ ריי ענטוזיאַסטן — לאַוו-דווקא וואָדיער — האָבן געשאַפֿן אַ צאָל וועבזײַטן, געווידמעט דער קולטור פֿונעם דאָזיקן פֿאָלק, למשל — "vod.org.ua". לויט די רוסלענדישע געזעצן, האָבן די וואָדיער דאָס רעכט אָנצוהאַלטן זייער טראַדיציאָנעלן צענטער; דער פּראָיעקט פֿונעם ריזיקן פּאָרט, וועלכער וועט, ווי מע האָפֿט, ברענגען אַ גרויסן רווח, האָט מען שוין אַרײַנגעלייגט מיליאַרד רובל (בערך 40 מיליאָן דאָלאַר), דערפֿאַר האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער געגנט, ס׳זעט אויס, פּשוט איגנאָרירט די רעכט פֿונעם קליינעם פֿאָלק. מע פּלאַנירט צו צעשטערן די דערפֿער, און פֿאָרצולייגן די אײַנוווינער נײַע דירות אין אַנדערע ערטער. דאָס מיינט, אָבער, אַז די פּרוּוון פֿון די וואָדיער אַקטיוויסטן אויפֿצולעבן זייער נאַציאָנאַלע קולטור, וועלן זיכער בטל ווערן; אויב מע וועט נישט ענדערן דעם פּאָרט־פּראָיעקט, וועט וואָד, אַפּנים, אינגאַנצן פֿאַרשוווּנדן אין די קומענדיקע פּאָר צענדליקער יאָר.
אַ צאָל שטיצער פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין רוסלאַנד האָט געפּרוּווט צו אָרגאַניזירן אַ פּראָטעסט, צו פֿאָדערן בײַ דער פּאָרט־אַדמיניסטראַציע איבערצולאָזן די דאָזיקע צוויי דערפֿער, און צו דערקלערן זיי אַ מין "רעזערוואַציע". אַפֿילו ווען די וואָדיער וואָלט נישט געדראָט די סכּנה פֿון אַסימילאַציע, פֿאַרוואָס זאָלן זיי פּלוצעם פֿאַרלאָזן זייער אוראַלטע היים, וווּ זיי האָבן, לויט די אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען, געוווינט זינט אוראַלטע צײַטן?
דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך באַטייליקט אין אַן אינטערנעץ־פּראָטעסט קעגן דעם אומיושרדיקן פּראָיעקט, און איבערגעזעצט די דאָזיקע טרויעריקע מעשׂה אויף ענגליש. דערווײַל, אָבער, האָבן ווייניק מענטשן רעאַגירט. ווען מע הערט וועגן דער רציחה אין סודאַן און אַנדערע צענטערס פֿון עטנישע קאָנפֿליקטן, הייבט זיך אויף אין דער גאַנצער וועלט אַ ריזיקע כוואַליע פּראָטעסטן; אָבער, ווען מע צעשטערט שטילערהייט אַ גאַנץ פֿאָלק, צוליב דעם רווח פֿון גלאָבאַלע קאָרפּאָראַציעס, ווערט עס אָפֿט פֿאַרשוויגן.
ס׳איז קלאָר, אַז דאָס איז נישט דער איינציקער פֿאַל פֿון אַזאַ "שטילן חורבן". צום בײַשפּיל, דזשאָן פּערקינס, דער מחבר פֿונעם בוך "ווידוּיים פֿון אַן עקאָנאָמישן געדונגענעם מערדער" ("Confessions of an Economic Hit Man"), האָט דערציילט, ווי די אַמעריקאַנער נאַפֿט-קאָרפּאָראַציעס האָבן מיט עטלעכע יאָר צוריק שטילערהייט פֿאַרטריבן עטלעכע אינדיאַנער שבֿטים פֿון זייער היימלאַנד אַרום דער שטאָט שעל, עקוואַדאָר, צעשטערנדיק דערמיט זייער קולטור און לעבנס-שטייגער. להיפּוך מיט די וואָדיער, באַטרעפֿן די צאָל געליטענע אינדיאַנער עטלעכע צענדליקער טויזנטער; דעריבער האָבן זיי נישט דערלאָזט צו פֿאַרטרײַבן זיי אַזוי גרינג פֿון זייער לאַנד. אין מײַ 2003, האָט אַ גרופּע אַמעריקאַנער אַדוואָקאַטן אָנגעהויבן אַ מישפּט קעגן דער נאַפֿט-פֿירמע "שעווראָן-טעקסאַקאָ", פֿאָדערנדיק אַ קאָמפּענסאַציע פֿון איין מיליאַרד דאָלאַר, לטובֿת די 30,000 געליטענע אינדיאַנער פֿון די שבֿטים שואַרס, קיטשוואַס און אַנדערע. און דאָס איז בלויז איין פֿאַל פֿון אַ גאַנצער ריי חורבנות, וואָס די אַמעריקאַנער קאָרפּאָראַציעס ברענגען, לויט פּערקינסן און אַנדערע פֿאָרשער, צו די אוראַלטע עטנישע קולטורן אַרום דער וועלט.
ווער ווייסט, וויפֿל אַנדערע פֿעלקער און שבֿטים אַרום דער וועלט זענען צעשטערט געוואָרן, אָדער ווערן שטילערהייט צעשטערט אינעם הײַנטיקן גלאָבאַליזאַציע־פּראָצעס, נישט אַרויסרופֿנדיק קיין גרויסן רעזאָנאַנס צווישן די פּאָליטיקער און זשורנאַליסטן? הגם ס׳איז טאַקע שווער צו פֿאַרגלײַכן די טראַגעדיע פֿון ייִדן, ציגײַנער און אַנדערע פֿעלקער, וועלכע האָבן געליטן פֿון אַ פֿיזישן גענאָציד, מיט די צרות, וואָס די הײַנטיקע קאָרפּאָראַציעס ברענגען צו דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג, איז עס זייער טרויעריק און עקלדיק, אַז די "שטילע חורבנות" פֿון גאַנצע פֿעלקער גייען נאָך אַלץ אָן, נישט אַרויסרופֿנדיק קיין מערקווירדיקע רעאַקציע אין דער וועלט.