צום 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם "פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער"
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840—1908) איז כּמעט אַלעמען באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, אין 1876. ער איז אויך געווען אַ ייִדישער פֿאָלקסדיכטער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכלעך פֿון לידער (אַ צען יאָר פֿריִער) אַחוץ וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ שלל לידער פֿאַר זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס, ווי "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", "דער פּאַסטעכל", "געקומען איז די צײַט", "דאָס מילעכל", "צו דײַן געבורטסטאָג", און אַנדערע.
נאָך ווי אַ קינד פֿון 6—7 יאָר האָט ער אָנגעהויבן צו שאַפֿן גראַמען, און זײַן פֿאָטער פֿלעגט אים דערפֿאר רופֿן "אַבֿרהמלע בדחן". ווען גאָלדפֿאַדען האָט נאָך געאַרבעט בײַ זײַן פֿאָטער, אין אַלט־קאָנסטאַנטין, האָט בײַ זיי געאַרבעט אַ בחור, נחמן פֿון בראָדי, וואָס איז אין דער היים געווען אַ משורר און האָט אויך אין אַלט־קאָנסטאַנטין געזונגען שבת בײַם חזן. גאָלדפֿאַדען האָט פֿאַר אים פֿאָרגעזונגען זײַנע אייגענע לידלעך, וועלכע דער בחור פֿלעגט נאָכזינגען. דאָס האָט דערוועקט בײַ גאָלדפֿאַדענען דעם חשק צו שאַפֿן נײַע לידער מיט נײַע ניגונים, וועלכע זײַנען באַלד געזונגען געוואָרן אויך פֿון אַנדערע משוררים און שפּעטער — פֿון מיידלעך און ווײַבלעך פֿון שטעטל און אַפֿילו פֿון די אַרומיקע שטעטלעך.
ווען גאָלדפֿאַדען האָט זיך שפּעטער געלערנט אין דער ראַבינער־שול אין זשיטאָמיר, זײַנען זײַנע לידער איבערגעגאַנגען פֿון די ראַבינער־שילער אין גאַס, "פֿון זשיטאָמיר אין דער פּראָווינץ, און אַזוי איז גאָלדפֿאַדען, נאָך זיצנדיק אויף דער שול־באַנק, געוואָרן אַ פּאָפּולערער און באַליבטער פֿאָלקס־דיכטער". אין 1866 האָט ער אַרויסגעגעבן אין זשיטאָמיר אַ ביכעלע פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "דאָס ייִדעלע" — "ייִדישע לידער אויף פּראָסט ייִדישער שפּראַך". דאָס ביכעלע איז איבערגעדרוקט געוואָרן עטלעכע מאָל: צוויי מאָל אין לעמבערג און צוויי מאָל אין וואַרשע. אַ יאָר פֿריִער, אין 1865, האָט ער געהאַט אַרויסגעגעבן אַ ביכעלע מיט העברעיִשע לידער.
גאָלדפֿאַדען דערציילט: "אַ פֿריילעך שטיקל צײַט איז דעמאָלט געווען פֿאַר מײַנע מיטשילער; די הויכגעוועלבטע זאַלן פֿון אַלע קלאַסן האָבן געהילכט יעדן טאָג מיט די טענער פֿון מײַנע לידער, וואָס מײַנע קאָלעגן פֿלעגן אויסזינגען אין דער העברעיִשער שפּראַך, ווי אויך אין זשאַרגאָן. שפּעטער — שרײַבט יואל לינעצקי — פֿלעגן מיר — גאָלדפֿאַדען און איך — אויפֿטרעטן אין ווײַן־קעלערן פֿון אַדעס". זײַנע לידער האָט אויך געזונגען און פֿאָרגעטראָגן די גרופּע וואַנדערנדיקע בראָדער־זינגער, וואָס פֿלעגן אַרומפֿאָרן און אַרויסטרעטן אין גאַליציע, רומעניע און דרום־רוסלאַנד. אַ דאַנק זײַן ערשט ביכעלע "דאָס ייִדעלע", שרײַבן נ. אויסלענדער און או. פֿינקל, האָט מען "זײַנע לידער גלײַך גענומען זינגען אין די פֿאַרשיידנסטע עקן פֿון לאַנד, אין די פֿאַרשיידנסטע שיכטן פֿון שטאָט און קליין שטעטל". שפּעטער האָט גאָלדפֿאַדען אַרויסגעגעבן נאָך ביכלעך און אַרײַנגענומען אַ טייל פֿון די לידער אין זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס.
גאָלדפֿאַדענס פֿאָלקלאָריזירטע לידער ווײַזן אָן ווי זײַנע לידער זײַנען אַרײַנגעדרונגען אינעם פֿאָלק און זײַן השפּעה אויף דעם ייִדישן פֿאָלקסליד. די לידער נעמען אַרום פֿאַרשיידענע טיפּן און טעמעס, ווי וויגלידער, פּאָגראָם־לידער, נאַציאָנאַלע, יום־טובֿ־ און סאָציאַלע לידער, מלאָכה־לידער — אַזוי פֿאַרשיידנמיניק, ווי ס׳איז די גאַמע פֿון פֿאָלקסלידער בכלל.
אין דער ערשטער גרויסער קאָמפּילאַציע פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער צוזאַמענגעשטעלט אין 1901 אין פּעטערבורג פֿון שאָול גינזבורג און פּסח מאַרעק, געפֿינט זיך, ווי אַן אַנאָנים ליד אין צוויי וואַריאַנטן גאָלדפֿאַדענס אַ וויגליד. עס איז אויך געדרוקט ווי אַ פֿאָלקסליד בײַ לעאָ ליאָוו און אַנדערע. גאָלדפֿאַדענס אָריגינעל ליד איז, לכתּחילה, געווען געדרוקט אין זײַן ביכעלע "די ייִדענע" אין 1869. עס איז אַ וויגליד צו אַ מיידעלע, וואָס דאָס איז א ביסל זעלטענער ווי צו אַ ייִנגעלע. עס איז געווידמעט צום געבורט פֿון מאיר וואַרשאַווסקיס טעכטערל גיטעלע. דאָס איז וואַרשײַנדלעך מאַרק וואַרשאַווסקיס שוועסטער. גאָלדפֿאַדען פֿלעגט זײַן אַן אָפֿטער אַרײַנגייער צו וואַרשאַווסקיס פֿאָטער בעת ער האָט געלעבט אין זשיטאָמיר. דאָס ליד וויגט אײַן דאָס מיידעלע צום שלאָפֿן, דערציילט איר ווי זי וועט געפֿעלן ווערן אויף אַ באַל, וווּ מע וועט שידוכים מאַכן פֿאַר איר, ווי זי וועט זײַן פֿאַרנומען מיט שטריקן טיכעלעך און לייענען ביכעלעך.
דאָס פֿאָלקלאָריזירטע ליד נומער 71 בײַ גינזבורג און מאַרעק לייענט זיך:
שלאָף אין פֿריידן,
דו ווייסט ניט קיין ליידן,
שלאָף, מײַן טײַער קינד,
שלאָף, מײַן פֿייגעלע,
מאַך צו דײַן אייגעלע,
שלאָף מײַן טײַער קינד.
וועסט זײַן געלאַדן אויף די באַלן,
וועסט טאַנצן אין די זאַלן,
וועסט זיך דרייען אַהער און אַהין,
וועסט געפֿעלן ווערן,
צווישן אַלע הערן,
דערווײַל שלאָף זיך אויס, מײַן קינד!
וועסט שטריקן טיכעלעך,
און לעזן פֿון די ביכעלעך,
דערווײַל שלאָף זיך אויס, מײַן קינד!
די ערשטע סטראָפֿע האַלט זיך נאָענט צום אָריגינאַל. כאָטש אין מערסטע פֿאַלן הייבט זיך דאָס פֿאָלקלאָריזירטע ליד אָן מיט די ווערטער "שלאָף מײַן פֿייגעלע, מאַך צו דײַן אײַגעלע" און ניט "שלאָף אין פֿריידן".
ד סטראָפֿע, וואָס הייבט זיך אָן "וועסט געלאַדן ווערן אויף אַ באַל" איז וואַריִיִרט. אין אָריגינאַל לייענט זיך עס:
און אויפֿן גרויסן באַל,
מיט דעם טאַנצן אין זאַל
אַז מ׳וועט אָנמאַכן אַ ווינט,
דענסטמאָל וועסטו, מאַמעלע
ווערן אַ דאַמעלע,
שלאָף זשע, שלאָף געזינט.
די ווערטער "וועסט שטריקן טיכעלעך" זײַנען אין אָריגינאַל:
וועסט אַרויס פֿון דער וויג
האָט מען אַרבעט געניג
פֿאַר דיר אָנגעגרייט אַצינד,
צו לייענען ביכעלעך,
צו שטריקן טיכעלעך,
דערווײַל, שלאָף זיך אויס, מײַן קינד.
אין אַ וואַריאַנט לייענט זיך, אַז דער מלאך, דער גוטער, וועט זײַן דער היטער, אָנשטאָט ווי אין אָריגינאַל — דער שלאָף דער גוטער וועט זײַן דײַן היטער.
די וווּנטשן, אַז דאָס מיידעלע וועט גיין אויף באַלן און וועט לייענען ביכעלעך, באַשטעטיקן דעם אויסקוק פֿונעם משׂכּיל גאָלדפֿאַדען. אַנדערע וויגלידער אַדרעסירט צו אַ מיידעלע אַשטייגער, האָבן דעם טראַדיציאָנעלן וווּנטש, אַז שׂרהלעס חתן וועט לערנען תּורה. גאָלדפֿאַדענס אויסקוק איז געווענדט צו דער מאָדערנער מיידעלע.
דאָס צווייטע ליד פֿון גאָלדפֿאַדענען געפֿינט זיך בײַ בינה ווײַנרײַך אין די "ייִוואָ־בלעטער" ב׳ 33, וואָס ווערט באַצייכנט ווי אַ ליד פֿון פּאָגראָם־געליטענע. איין סטראָפֿע איז אַרײַנגעקומען פֿון אַ דרויסנדיקן מקור. דאָס ליד הייבט זיך אָן מיט די ווערטער:
דאָרט אין דער שטאָט ירושלים
אין מערבֿ־זײַט שטייט אַ וואַנט,
דאָרט שטייען ייִדעלעך און וויינען און שרײַען
זייער בקשה איז דיר לאַנג באַקאַנט
אַז ציונס ליכט זאָל אונדז ווײַטער שײַנען
בעטן זיי בײַ דיר, גאָט,
זיי וויינען און קלאָגן און דאַוונען און שרײַען
ביז וואַנען וועלן מיר זײַן נע־ונד?
דערנאָך קומט אַזאַ סטראָפֿע:
ווי אַ מלכּה אין בריליאַנטן
אַזוי איז די שטאָט ירושלים געווען,
אין אַלע מדינות, אין אַלע קאַנטן,
האָט זי געהאַט אַ גרויסן שם,
אַזוי ווי די שטערן אַרום דער לבֿנה,
זײַנען מיר געווען אַרום איר,
הײַנט איז זי נעבעך די אַלמנה,
און די יתומים זײַנען מיר.
די דאָזיקע סטראָפֿע שטאַמט פֿון אַ ליד אין גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע "בר־כּוכבא". זי געפֿינט זיך אין צוויי פֿון די וואַריאַנטן פֿונעם פּאָגראָם־ליד וואָס בינה ציטירט. דאָס אָריגינעלע ליד אין "בר־כּוכבא", וואָס ווערט געזונגען פֿון אַ כאָר פֿון פֿרויען, הייבט זיך אָן מיט אַ קינה וועגן חורבן ירושלים:
וויינט זשע אַלע, ציונס טעכטער,
קלאָגט זשע, קינדער אַלע בײַנאַנד,
אויף דער נויט, דער צײַט, דער שלעכטער,
וואָס האָט געטראָפֿן אונדזער לאַנד.
אַראָפּגעפֿאַלן איז אונדזער שטערן,
אין דער ערד פֿאַרשמירט,
צעבראָכן די קרוין פֿון אונדזער שטערן,
וואָס האָט אונדז אַזוי געצירט.
דערנאָך קומט דער פֿערז:
רײַך ווי אַ מלכּה מיט בריליאַנטן
איז די הייליקע שטאָט געווען,
בײַ די שררות, גרעסטע פֿראָנטן,
האָט זי כּבֿוד געהאַט, אַזוי פֿיל חן.
אַזוי ווי די שטערן אַרום דער לבֿנה,
האָבן מיר זיך געשפּיגלט אין איר,
אוי! הײַנט הייסט זי די אַלמנה,
און אירע יתומים זײַנען מיר.
[אין בינהס ווערסיע געפֿינט זיך נאָך אַ סטראָפֿע וואָס דערציילט:
זע נאָר, גאָט, וואָס דאָס באַטײַט,
אַז אַלטע ייִדעלעך מיט אַ מאָל,
אַפֿילו דער גרעסטער אַריסטאָקראַט,
ער גיסט אויך טרערן אָן אַ צאָל!
דאָקטוירים, סטודענטן, די גרעסטע מענער,
וואָס האָבן זיך קריסטלעך געפֿירט,
פֿאַרגיסן אויך שוין קוואַלן מיט טרערן,
עס האָט זיי גאַנץ טיף באַרירט.]
די סטראָפֿע דערמאָנט אָן צונזערס ליד "דער אַריסטאָקראַט".
(מיר וועלן ציטירן אַנדערע פֿאָלקלאָריזירטע לידער פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענען אין די קומענדיקע "פּערל").