ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג מיט איר מאַן
חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג מיט איר מאַן

דאָס בוך "מײַן זון... מײַן זון..." אַ כראָניקע, האָט אָנגעשריבן מײַנע אַ גוטע קאָלעגין, חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג. זי האָט געשריבן דאָס בוך אויף ענגליש, און עס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ גרויסער טראַגעדיע. איז לאָמיך צוגיין דערצו בהדרגהדיק. חנה אײַלענבערג איז אַ פֿרומע, איידעלע, שעפֿערישע און טאַלאַנטירטע שרײַבערין. זי האָט שוין הינטער זיך אַ צאָל ביכער, ס'רובֿ פֿון זיי האָבן צו טאָן מיטן חורבן. זי איז אַ געבוירענע אין לאָדזש און איז אַדורכגעגאַנגען די שיבֿעה־מדורי־גיהנום. מיר האָבן זיך באַקענט בעת איך און זי האָבן שטודירט אין אוניווערסיטעט פֿון מיאַמי. איך האָב זיך דאָרט געפֿילט אַ ביסל פֿאַרלוירן. איין קלייניקייט, אומצוקערן זיך צו די שטודיעס נאָך צוויי צענדליק יאָר איז נישט געווען איינע פֿון די לײַכטע זאַכן. זיץ איך אַזוי אינעם גרויסן זאַל וווּ עס דאַרפֿן פֿאָרקומען לעקציעס און איך הער הינטער זיך ווי מאַן און פֿרוי רעדן אויף ייִדיש. האָב איך גלײַך זיך אויסגעדרייט און דערזען אַ בלאָנדע פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן, וואָס געזעגנט זיך מיטן מאַן און הייסט אים וואַרטן אויף איר אין דרויסן, גיב איך אַ שפּרונג צו צו ביידן און זאָג ווי גליקלעך איך בין צו הערן אַ ייִדיש וואָרט און נאָך דערצו אַ לאָדזשער ייִדיש.

ווען מיר האָבן זיך נעענטער באַקענט האָט זי געוואָלט וויסן וואָס איך וויל זײַן ווען איך וועל אויסוואַקסן און זײַן אַ גרויסע... כאָטש איך בין שוין דעמאָלט געווען 43, און איך האָב איר געענטפֿערט, נישט אַנדערש ווי איך וועל לערנען ייִדיש און שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער בינע. האָט זי מיך אָנגעקוט זײַטיק:

"וואָזשע דאַרפֿסטו דעם קאַלעדזשז?"

האָב איך איר אויפֿגעקלערט אַז איך דאַרף די אַלע דיפּלאָמעס מיט די באַשטעטיקונגען וואָס וועלן באַשטעטיקן אַז איך בין אַקאַדעמיש קוואַליפֿיצירט צו לערנעם אין אַ קאַלעדזש אָדער אוניווערסיטעט. חנה האָט געוווּסט אַז זי וועט מיט דער צײַט זיך נעמען צו דער פּען, ווײַל זי האָט צו פֿיל מיטגעמאַכט צו לאָזן עס גיין אין ניוועץ. חנהס פֿאַרשטאָרבענער מאַן, אַבֿיגדור ע"ה, איז געווען דער היימישער, דער צוגעלאָזענער, דער טײַערער ייִד וואָס האָט הנאה געהאַט וואָס זײַן פֿרוי פֿאַרנעמט זיך מיט אַקאַדעמיע. ביידע האָבן דעמאָלט געוווינט לעבן אונדז אין מיאַמי־ביטש, אַזוי אַז איך בין אָפֿט אַרײַנגעקומען צו זיי גרייטן זיך מיט חנהן צו די עקזאַמענס. אַבֿיגדור פֿרעגט מיך אַ מאָל:

"ביסט הונגעריק? כ'האָב צוגעגרייט קאַרטאָפֿל־קלויסקעס."

אוי געוואַלד, האָב איך זיך אָנגעכאַפּט פֿאַרן קאָפּ. איך האָב שוין נישט געגעסן קיין קאַרטאָפֿל־קלויסקעס מיט יויך זינט מײַן מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן. חנהס ביידע זין זײַנען אויסגעוואַקסן דאָקטוירים, פֿרומע ייִדן און אַליין טאַטעס פֿון קינדער. און דאָ האָט זיך געטראָפֿן אַזאַ אומגליק. איר זון יוסי איז אַוועק אין דער אייביקייט, יונג, פֿריש און אין מיטן בלי פֿון לעבן. אין ערשטן קאַפּיטל שרײַבט איר זון אלי:

"אימא! אַ שרעקלעכע זאַך האָט פּאַסירט מיט יוסין..."

חנה איז געבליבן אָן לשון. זי שרײַבט:

"איך האָב ערשט גערעדט מיט אים איידער איך האָב זיך געלייגט שלאָפֿן... און אַנשטאָט פֿרעגן אים וואָס האָט פּאַסירט, האָב איך געזאָגט — איך קום! איך קום שוין! כ'האָב אויפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל, געציטערט ווי אַ בלאַט אין ווינט און באַלד זיך גענומען אָנטאָן. נאָך איידער איך האָב באַוויזן אָנצוטאָן די שיך האָט דער טעלעפֿאָן געקלונגען. דאָס האָט אלי נאָך אַ מאָל געקלונגען."

"מיר האָבן אַלץ געטאָן אים דערהאַלטן בײַם לעבן, און אים נישט געקענט ראַטעווען... וואָס זאָל מען טאָן?.. זאָלן מיר פֿירן יוסין מקבר זײַן אין ישׂראל אָדער זאָל ער ליגן צוזאַמען מיטן אַבא..?" חנהס געדאַנקען זײַנען אַרײַן אין געווירבל:

"אויף אַ רגע האָב איך זיך פֿאַרלוירן. איך האָב קוים באַנומען וואָס ער זאָגט. דער צימער האָט זיך געדרייט מיט מיר צוזאַמען... איך האָב דאָך ערשט גערעדט מיט יוסין מיט אַ פּאָר שעה צוריק. דאָס טעלעפֿרן־טרײַבל איז מיר אַרויסגעפֿאַלן פֿון די הענט און איך בין געלאָפֿן צום ‘עלעווייטאָר’. מיט אַ מאָל בין איך געקומען צו זיך. וואָס טו איך דאָ? וווּ לויף איך? איך בין צוריק אַרײַן אין שטוב און באַשטעלט אַ טעקסי. אין אַ האַלבער שעה אַרום בין איך שוין געווען אויפֿן לופֿטפֿעלד."

דאָס אומגליק האָט חנהן געטראָפֿן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט זי זיך אַרומגעדרייט און נישט געוווּסט ווי אַזוי זיך אַן עצה צו געבן מיט דער טראַגעדיע. איז איר אײַנגעפֿאַלן אַראָפּצורעדן זיך פֿון האַרצן פֿאַר יוסין, שריפֿטלעך. זי וועט זיך טיילן מיט אירע זכרונות, זאָלן אַלע אירע אייניקלעך און קרובֿים זיך באַקענען מיט חנהס וועלט און אירע שיבֿעה־מדורי־גיהנום. חנה איז אַרויסגעקומען פֿון אַ פֿרומער משפּחה, פֿון גערער חסידים. זי דערציילט אַז מען האָט איר טאַטן פֿאַרקנסט צו זיבעצן יאָר און דאָס פּאָרל האָט געהאַט דרײַ קינדער. דאָס לעבן איז אין יענע פֿאַר־מלחמהדיקע יאָרן געפֿלאָסן רויִק און רעלאַטיוו צופֿרידן. צו אירע זעקס יאָר איז די משפּחה אַריבער וווינען אויף פּילסודסקיעגאָ־גאַס נומער 54, ראָג קאַמיעננאַ, אין לאָדזש. זי, מיט איר שוועסטער סאַליושאַ, זײַנען געגאַנגען אין דער פֿאָלקשול, וווּ עס האָבן זיך געלערנט אַ סך ייִדישע מיידלעך. איינע פֿון זיי, סורקע כּהן, האָט זי אײַנגעלאַדן צו באַטייליקן זיך אין אַ יוגנט־באַוועגונג וואָס האָט געהייסן "בנות", וואָס האָט געציילט 600 מיידלעך. "בנות" האָט פֿאַרמאָגט איר אייגענע צײַטונג געשריבן אויף ייִדיש און פּויליש. יעדער איינער האָט געקענט באַשטײַערן אַן אַרטיקעלע, אויסדריקן מיינונגען און שרײַבן בוך־באַריכטן. אַ ספּעציעלע רובריק האָט מען אָפּעגעבן פֿאַר "אָפֿענע בריוו". (...) אמת, שרײַבט זי, אַז די עלטערן זײַנען געווען דער מאָדעל פֿאַר אַ ייִדיש מיידל, און ווען אַזאַ מיידל האָט חתונה געהאַט, איז דער מאַן געוואָרן איר וועגווײַזער אין רעליגיעזע ענינים און טראַדיציעס. בלויז רײַכע עלטערן האָבן זיך געקענט פֿאַרגינען אַרײַנצונעמען אַ לערער פֿאַר די טעכטער.

איר בוך נעמט אַרײַן קאַפּיטלען פֿון איר פֿרומער משפּחה, איר קינדהייט, איר יוגנט, די לאָדזשער געטאָ, די קינדער אין געטאָ, די ציגײַנער, און די כּסדרדיקע דעפּאָרטאַציעס. אין געטאָ האָט זי אָנגעוווירן איר זיידן, איר מאַמען, איר יונגן ברודער. מיט איין וואָרט, זי אַנטפּלעקט דעם קץ־כּל־בשׂר אין געטאָ און אוישוויץ פֿאַר איר יונג־פֿאַרשטאָרבענעם זון. איך כאַפּ אַרויס קאַפּיטלען דאָ און דאָרט, וואָס שילדערן וואָס חנה איז אַדורכגעגאַנגען. זי שרײַבט:

"יאָ יוסי. די האַנט פֿון גורל האָט געוואָלט אַנדערש. סעפּטעמבער 1. 1939 איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה און דער גרעסטער קאַטאַקליזם אין דער ייִדישער געשיכטע, ווי אַן אויסבראָך פֿון אַ פֿײַערדיקן וווּלקאַן וואָס האָט פֿאַרשלונגען אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק. דאָס איז געווען דער זומער ווען אַלע מײַנע חלומות און פּלענער האָבן געפּלאַצט ווי אַ זייפֿנבלאָז. איך בין אַלט געווען פֿופֿצן ווען דאָס אומגליק האָט פּאַסירט. יענעם טאָג האָבן די דײַטשן אַרײַנמאַרשירט קיין לאָדזש. יענער טראַגישער טאָג האָט פֿאַרזיגלט דעם גורל פֿון די פּוילישע ייִדן. (...) די דײַטשן זײַנען געקומען ווי די היישעריקן, אַ סטאַדע בעסטיעס אין מענטשלעכן געשטאַלט. (...) די נאַציס זײַנען געווען גאַנץ גוט באַקאַנט מיט דער אַלט־אײַנגעבאַקענער שׂינאה מיט וועלכער די פּאָליאַקן האָבן זיך אַרומגעטראָגן אַ לעבן־לאַנג קעגן ייִדן. דאָס האָט געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אינעם סיסטעמאַטישן און מעטאָדישן ציל אויסצוקוילען די ייִדן. די דײַטשן האָבן זיך גענייטיקט אין דער קאָלאַבאָראַציע פֿון די פּאָליאַקן, דאָס פּאַסיקע אָרט אויפֿצושטעלן די קרעמאַטאָריעס."

חנה איז מיט אירע טאַטע־מאַמע, שוועסטער און ברודער, אײַנגעשפּאַרט געוואָרן אין דער לאָדזשער געטאָ. ס'איז ממש אוממעגלעך צו שילדערן פֿאַר אײַך אירע ליידן. איך וועל זיך בלויז אָפּשטעלן אויף אייניקע מאָמענטן. אָט איז איינס פֿון זיי:

"אין געטאָ האָב איך געאַרבעט אין איינער פֿון די וועשערײַען אונטער דער השגחה פֿון צבֿי־הערש פּראַשקער. ער איז געווען דער איידעם פֿון איינעם פֿון די גרעסטע מאַנופֿאַקטור־אייגנטימער אין לאָדזש. אַ פֿרומער און געטרײַער חסיד, האָט ער זיך גוט באַצויגן צו די אַרבעטער. נאָר דער עיקר איז ער גוט געווען צו די קינדער. איך בין געווען איינע פֿון די ייִנגסטע. איין ווינטערדיקן טאָג אין 1944, האָב איך באַמערקט ווי ער קוקט אויף מיר מיט גרויס אָנשטרענגונג. כ'האָב זיך דערשראָקן פֿאַר דער דעפּאָרטאַציע, און איידער וואָס־ווען איז ער צוגעקומען צו מיר און געפֿרעגט צי איך קען האַלטן אַ סוד, ווײַל ער וויל מיך אויסנוצן מיט אַ גרויסער שליחות וואָס איז פֿול מיט געפֿאַר. ער האָט מיך אויסגעקליבן ווײַל ער האָט געקענט מײַנע עלטערן. ער האָט מיר צו וויסן געגעבן אַז איך מוז גיין און אָפּזוכן אַ צעבראָכענע כאַטע לעבן דער 'קריפּאָ.' דאָרט האָב איך געדאַרפֿט געפֿינען אַ באַהאַלטענע טיר, אָנקלאַפּן דרײַ מאָל און זאָגן: 'הערשל האָט מיך געשיקט.' ער האָט מיר אָנגעזאָגט, ווען די טיר וועט זיך עפֿענען, זאָל איך אים איבערגעבן אַ קאָנווערט. די לעבנס פֿון אַ סך מענטשן זײַנען אָפּהענגיק אין מיר."

חנה דערציילט אַז זי האָט געפֿונען דאָס צעבראָכענע שטיבל און ווען די טיר האָט זיך געעפֿנט, האָט זי דערזען פֿאַר זיך אַ ייִד מיט אַ באָרד און פּאות. אינעווייניק זײַנען געזעסן אַרום אַ טיש אַ דרײַ צענדליק חסידים און געלערנט. דאָס שליחות האָט זי אויסגעפֿירט אַ פּאָר מאָל. אין דריטן טייל פֿון בוך, שוין נאָך דער באַפֿרײַונג, שרײַבט חנה:

"טײַערער יוסי. מיר זײַנען צוגעקומען צו אַ מצבֿ וווּ מיר האָבן ווידער אַ מאָל נישט געוווּסט וווּ דער גורל וועט אונדז פֿאַרשלעפּן. דער פֿאַקט וואָס מיר זײַנען געווען אָנגעגורט מיט פֿאַלשע פּאַספּאָרטן און אַרויסגעלאָזט זיך אויף אַן אומלעגאַלער רײַזע, האָט נישט פֿאַרטונקלט אונדזער פֿרייד. מיר זײַנען געווען גליקלעך צו פֿאַרלאָזן פּוילן, דאָס לאַנד וואָס האָט צוגעראַבעוועט אונדזערע היימען, אונדזערע משפּחות, אונדזער יוגנט, אונדזער גליק און אונדזערע חלומות."

זי באַשרײַבט איר רײַזע אויף דער באַן, ווי זי איז אַראָפּ מיט איר רוקזאַק אויף אַ רגע פֿון דער באַן, ווען זי האָט דערהערט ווי מען רופֿט אויס איר נאָמען. דאָס איז געווען איר חבֿרטע מלכּה. זי האָט זיך אָנגעלענט אין ווענטל פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע ווען מיט אַ מאָל האָט זי דערהערט אַ פֿײַפֿן און די באַן האָט זיך גענומען רירן. זי האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם אײַזערנעם שטאַנג פֿון דער באַן און נישט געקענט עפֿענען די טיר. איר זײַנען געקומען שרעקלעכע בילדער אין זינען, בילדער פֿון מענטשן אויפֿן וועג קיין אוישוויץ וואָס זײַנען געשפּרונגען פֿון דער באַן צום זיכערן טויט. זי האָט אָנגעהויבן אײַנבעטן זיך בײַ גאָט ער זאָל זי לאָזן לעבן. און דאָ איז דאָס בילד:

"מיט אַ מאָל האָט עמעצער פֿון אָפֿענעם פֿענצטער פֿון דער באַן, אָנגעכאַפּט מײַן אָרעם. ס'איז געווען אַ יאַט. ער האָט זיך אַרויסגעלענט פֿון פֿענצטער און פּרובירט מיך אַרײַנשלעפּן צוריק אין דער באַן. אָבער איך האָב מורא געהאַט אָפּצולאָזן דעם אײַזערנעם שטאַנג און דער ווינט האָט מיך געהאַלטן אין איין אַראָפּשלעפּן... 'לאָז מיך אָפּ!' האָב איך געשריגן, 'לאָז מיך אָפּ!' מײַנע פֿינגער האָבן זיך אַרײַנגעפּרעסט אינעם אײַזערנעם אָנשפּאַר. ער האָט מיך אָנגעכאַפּט בײַ די האָר און גענומען אַרײַנשלעפּן דורכן פֿענצטער בשעת די באַן איז געלאָפֿן. איך האָב געוווּסט אַז לענגער קען איך נישט אָנהאַלטן זיך, האָב איך פֿאַרזשמורעט די אויגן און אָפּגעלאָזט די הענט. אַ שטאַרקע האַנט האָט מיך אַרויפֿגעשלעפּט דורכן פֿענצטער."

איך וועל ענדיקן מיט אַ פּאָר ווערטער צו יוסין. דײַן מאַמע חנה איז נישט סתּם אַ מאַמע. זי שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס ייִדישע פֿאָלק, דאָס געליטענע, דאָס אויסגעפּײַניקטע, די פּורעניות, די עקדות, דעם קידוש־השם, דעם ייִאוש. איר דור האָט געלעבט בימי ימח־שמם־וזכרם. אַ דור וואָס האָט נישט דערלעבט צום סדר־העולם פֿון שטאַרבן אין אייגענע בעטן, אַרומגערינגלט פֿון משפּחה און תּהילים, מיט דעפּעשעס צום רבין, מיט יללות פֿון ווײַבער בײַם אָרון־קודש, מיט רײַסן קבֿרים, מיט ווידוי און מיט קדיש. פֿון וואַנען עס איז געקומען צו דײַן מאַמען די גבֿורה און דער כּוח־נפֿשי איז אַ סוד וואָס וועט פֿאַרבלײַבן מיט איר אויף אייביק.