קהילה־לעבן, קולטור
וועראַ סאַבאָ

וועראַ סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט, שטודירט דײַטש און ענגליש אין דעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט, דערנאָך באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט געלערט ייִדיש אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איצט איז זי אַ לערערין פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען אין ען־אַרבאָר.


די דאָזיקע לידער, וויצן און אַנעקדאָטן האָב איך געזאַמלט אין אַ ריי אינטערוויוען מיט טובֿיה (טאָביאַס) בירנבוים, מיט וועמען איך האָב זיך געטראָפֿן על־פּי־צופֿאַל אויף אַ גאַס אין דער ניו־יאָרקער געגנט ברײַטאָן־ביטש אין פֿעברואַר 1994.