ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

— וואָס זשע שווײַגסטו, רייטשעל? — האָט די מאַמע ווידער געפֿרעגט, שוין ווי אַ פֿאָרוואָרף.

רייטשעל האָט אויפֿגעציטערט, אָבער נישט פֿון דער מאַמעס שטאָכיקן פֿרעג; זי האָט דערזען איר האַנט ליגן אויפֿן טאַטנס און האָט זי גיך אַ שלעפּ געטאָן צוריק, ווי איר הויט וואָלט אָנגעטראָפֿן עפּעס אויף אַ שטעכלקע. זי האָט שטיל געזאָגט, קוקנדיק דער מאַמען גלײַך אין די אויגן אַרײַן:

— מאַמע, וואָס הייסן די שילדלעך אין די גרינע קוואַדראַטן פֿון גראָז?..

אין אַ וואָך אַרום האָט די מאַמע גע­בראַכט דעם טאַטן אַהיים, און מיט פֿינף חדשים שפּעטער איז דער טאַטע געשטאָרבן. ווען זיי זײַנען נאָר אָנגעקומען אַהיים גלײַך פֿונעם בית־עולם אין סטעטן־אײַלענד, איז רייטשעל אַוועק צום אָקעאַן. ס’איז געווען סוף סעפּטעמבער, אָבער אין פּנים האָט נאָך געאָטעמט אַ לײַכט וואַרעם ווינטל, צי ווי אַ דערמאָנונג פֿון די הייס־אויסמאַטערנדיקע, דושנע יולי־טעג, צי ווי אַן אָפּנאַרעריש שפּיצל, אַרײַנגעשיקט פֿון די בייזע, קאַלטע ווינטן, וועלכע זײַנען שוין אויפֿן וועג אַהער און וועלן דאָ הײַנט־מאָרגן באַלעבאַטעווען לענג־אויס דעם גאַנצן ברעג. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט רייטשעל זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן פֿון דעם מחיהדיקן ווינטל און פֿאַרזשמורעט די אויגן, שלינגענדיק גיריק שטיקער לופֿט. און מיט אַ מאָל איז אַזאַ שטיק געבליבן איר שטעקן אין האַלדז; ער האָט זיך גיך צעשמאָלצן און זיך צעגאָסן איבערן גומען, אָנפֿילנדיק דאָס מויל מיט אַ פּריקרע־זיסן, געדיכטן זאַפֿט. זי האָט באַלד פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס איז, און זיך אומגעקוקט, זוכנדיק מיט די אויגן דאָס אָרט, פֿון וואַנען דער געווירצלטער וואַניל־גערוך וואָלט געקאָנט צו איר דערגיין. קיין סימן פֿון דער בודע, וווּ רייטשעלס טאַטע פֿלעגט איר אַ מאָל, בעת זייערע "פּראָמענאַדעס" איבערן שפּאַצירוועג, קויפֿן אַ שקאָרמיצל מיט געפּרעגלטע ניסלעך, באַגאָסן מיט צוקער־סיראָפּ, איז נישט געבליבן. רייטשעל האָט עס גוט געוווּסט, ווײַל די דאָזיקע בודע, צוזאַמען מיט דעם נוס־הענדלער, מיט דעם "ציגײַנער", איז שוין לאַנג געהאַט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון ברײַטאָן־ביטש. ס’איז אַוועק די צײַט פֿון איר קינדשאַפֿט. דאָס קליינע מיידעלע אינעם בלוי קליידעלע, מיט רויטע און געלע בלימעלעך, רויטע שיכעלעך און אַ געל בערעטל אויפֿן קאָפּ, האָט זיך ווי צעשווענקט אין דער פֿרישער, דורכזיכטיקער ים־לופֿט; און דווקא הײַנט האָט איר די בשׂורה צוגעטראָגן דאָס שטיפֿערישע ווינטל.

די פּריקרע זיסקייט אין מויל האָט זיך איר אײַנגעגעסן אין גאָרגל, צעדראַפּעט די ווייכע הויט ביז ווייטיק. עס איז איר שווער געוואָרן צו אָטעמען, ווײַל אין דער זעלבער ווײַלע, האָט זיך איר פֿון "אונטערן לעפֿעלע" — אַרויף צום גאָרגל — צעוויקלט אַ ביטער קנויל טרערן; זיי האָבן זיך אַרויסגעריסן אין דרויסן מיט אַ געכליפּ, פֿאַרגיסנדיק דאָס גאַנצע פּנים. אין Funeral Home און דערנאָך אויפֿן בעת־עולם האָט זי קיין טרער נישט פֿאַרלוירן. רייטשעל האָט אַפֿילו געהערט, ווי זייער שכנה האָט זיך געשושקעט: "אַ קינד זאָל נישט וויינען נאָכן פֿאַרשטאָרבענעם טאַטן?!" ווי קיין מאָל פֿריִער בײַ זײַן לעבן, האָט רייטשעל געוואָלט איצט פֿרעגן אים עפּעס זייער אַ וויכטיקע זאַך; זי האָט אָבער דערפֿילט, קוקנדיק ווי מע לאָזט אַראָפּ דעם הילצערנעם קאַסטן מיט זײַן גוף אין גרוב אַרײַן, אַז דער שטח, וואָס איר מאַמע האָט אַזוי שטאָלץ גערופֿן — משפּחה, איז געוואָרן שמעלער. און ווידער האָט אַ גרילץ געטאָן בײַם אויער: "ער איז ווי אַרײַנגעוואַקסן אין דער ערד..." — אָבער איצט זײַנען די ווערטער געפֿאַלן אויף דער טרונע־דעק.

אַ היפּשע צײַט נאָכן טאַטנס טויט האָט רייטשעל זיך נישט געפֿונען קיין אָרט. אייגנט­לעך האָט זיך עס אָנגעהויבן נאָך פֿריִער, באַלד נאָך דעם ווי די מאַמע האָט איר דער­ציילט וועגן דעם אומקום פֿונעם טאַטנס ערש­טער משפּחה. איצט איז איר, רייטשעל, נאָכ­גע­גאַנגען דאָס בילד ווי ראָכטשע, נאָך וועמען זי טראָגט דעם נאָמען, רוקט זיך שטיל אַרויס פֿונעם בונקער, צוזאַמען מיטן וויינענדיקן טעכטערל. נאָך מער: זי האָט זיך קלאָר פֿאָר­געשטעלט, ווי איר אייגענע מאַמע טוט עס מיט איר... דאָס מוראדיקע בילד האָט נאָך שרעקלעכער געמאַכט איר פֿראַגע, וועלכע זי האָט נישט באַוויזן צו שטעלן דעם טאַטן: פֿאַר וואָס האָט ער זיי געלאָזט גיין אַליין?!

אין אַ מאָמענט האָט רייטשעל דערפֿילט ווי יענער נשמהדיקער בונד, וואָס האָט אַזוי ענג און פֿעסט צונויפֿגעקניפּט דעם טאַטנס און דער טאָכטערס קיום, האָט זיך אָנגע­הויבן נאָכגעבן און זיך צעפֿלעכטן; זי האָט זיך דערזען אַ פֿאַלנדיקע פֿון עפּעס אַ מסוכּנער הייך, מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט אַרויף צו אַן אַנדער האַנט, וואָס זייערע ביידנס פֿינגער האָבן זיך נאָך אַ רגע צוריק צונויפֿ­גע­פֿלאָכטן און צונויפֿגעשלאָסן; אָבער דער וואָס ס’האָט זי געהאַלטן, האָט עס מער נישט געקאָנט טאָן און זי אָפּגעלאָזט אויף הפֿקר. זי האָט איבערגעפֿירט דעם בליק אַראָפּ און דערזען אונטער אירע פֿיס אין רויטע שיכעלעך אַן אויפֿגעברויזטע כוואַליע, וואָס אָט־אָט שלינגט זי אײַן רייטשעל גאַנצערהייט. אין דער לעצטער סעקונדע, איידער עס האָט געקאָנט געשען דער אומגליק, האָט רייטשעל אויפֿגעריסן די אויגן..

זי האָט זיך דערזען ליגן אין איר געלעגער אויפֿגעדעקט און פֿאַרשוויצט. לײַכט אָפּ­געאָטעמט פֿון די אומזיסטיקע שרעקן, איז זי שוין גרייט געווען אַראָפּצושפּרינגען פֿון דער בעט, אָבער ווידער האָט זי אַ פֿאַר­צווייפֿלטע פֿאַרהאַלטן דעם בליק אויף די עטלעכע רויטע פֿלעקן אויף איר נאַכטהעמד און צעשמירטע אויך אויפֿן לײַלעך. זי האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿון וואַנען דאָס קומט צו איר אַהער און אויסגעשריִען: “מאַמע..."

די מאַמע איז נאָך געהאַט געווען אין דער היים און איז אַרײַנגעלאָפֿן אין רייטשעלס צימער. זיך אָנגעשטויסן אינעם טאָכ­טערס פֿאַר­לוירענעם בליק, האָט זי אויך איר אייגענעם בליק איבערגעפֿירט אויפֿן געלעגער. זי האָט באַלד אַלץ פֿאַרשטאַנען און שוין רויִק, צו­גייענדיק צו רייטשעל, זי אַרומגענומען און אַ קוש געטאָן אין קאָפּ.

— דאַרפֿסט זיך נישט שרעקן, מיידעלע, — האָט זי זי באַרויִקט, — ס’איז אַ נאָרמאַלע זאַך פֿאַר דײַן עלטער. גיי אין וואַשצימער און מאַך זיך אַ לײַכטן דוש...

רייטשעלס מאַמע איז איצט גאַנצע טעג געווען פֿאַרטאָן בײַ דער אַרבעט. כּמעט אַ האַלבן יאָר נאָכן טאַטנס טויט איז גע­שטאָרבן דער אָנקל מאַקס. אין דער צוואה האָט ער אַ היפּש ביסל געלט געלאָזט פֿאַר זײַן פּלימעניצע. דעמאָלט האָט די מאַמע באַשלאָסן אָפּצוקויפֿן דאָס דעלי־געשעפֿט אויף קוני־אײַלענד און Z־עוועניו, און מאַכן דאָרט סײַ אַ שפּײַזקראָם, סײַ אַ קולינאַריע מיט עטלעכע טישלעך, וווּ מע קאָן אויך זיצן און טרינקען אַ קאַווע מיט אַ סענדוויטש אָדער אַ געשמאַק שטיקל געבעקס. חוץ באָ­לעקן האָט זי גענומען אויף אַרבעט נאָך אַ פֿרוי, אַ קעכערין. אָבער באָלעק האָט זיך אַרויס­געוויזן ווי אַ מענטש, וואָס מע קאָן אויף אים זיך פֿאַרלאָזן. ער איז תּמיד געווען דאָרט, וווּ ער האָט אויסגעפֿעלט; מ’האָט אים געקאָנט זען אין קיך, בײַ דער פּליטע, וווּ ער האָט געמאַכט זײַנע פֿירמענע "פּוילישע פּיראָגיס", בײַ די טישלעך מיט אַ טאַץ אין די הענט און בײַ דער קאַסע. רייטשעלס מוטער האָט דער קעכין אַפֿילו געזאָגט איין מאָל האַלב ערנסט, אַז זי וואָלט געקאָנט לאָזן אויף באָלעקן דאָס גאַנצע געשעפֿט און פֿאָרן אויפֿן ווינטער קיין פֿלאָרידע. אין איר זאָג האָט געשטעקט עפּעס מער ווי אַ גוט וואָרט פֿון אַ באַלעבאָסטע וועגן איר אַרבעטער, אָבער וועגן דעם האָט די טאָכטער זיך דער­מאָנט אין אַ שטיקל צײַט אַרום.

רייטשעל האָט אויך אַרויסגעהאָלפֿן דער מאַמען, הגם די מאַמע האָט פֿון דעם קיין נחת נישט געשעפּט. זי האָט געהאַלטן, אַז רייטשעל דאַרף זיצן אין דער היים און קנעלן, כּדי נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול, זיך גיין לערנען אויף אַ דאָקטער, אָדער אַן אַדוואָקאַט.

— פֿאַר וואָס נישט? האָסט אַ גוט קעפּל, קיין עין־הרע. אַנדערש, צוליב וואָס ווער איך דאָ אַזוי אויסגעריסן?!

רייטשעל פֿלעגט עס שטיל אויסהערן, נישט דערווידערן דער מאַמען. אירע געדאַנ­קען און חלומות וועגן איר צוקונפֿט האָבן זיך געטראָגן אין גאָר אַדערע הימלען. זי האָט נישט געוואַגט זיי אַפֿילו אַרויסצוברענגען אויף די ליפּן, אַזוי ווײַט און פֿאַנטאַסטיש האָבן זיי אויסגעזען אין אירע אייגענע אויגן, שוין אָפּגערעדט — פֿאַר דער מאַמעס אויערן. און אפֿשר האָט רייטשעל זיי אין זיך אויס­געהיט, ווײַל זי האָט פּשוט מורא גע­האַט זיי אָפּצושרעקן, די שיינע טרוימען אירע, ווי עס האָבן געהאַלטן אַ סך מיידלעך פֿון איר עלטער.

אין די פֿאַרנאַכטן, איידער זי שלאָפֿט אײַן, פֿלעגט רייטשעל, שוין ליגנדיק אין בעט, אַרויס­שלעפּן פֿון איר טישל איינעם פֿון די דיקע פֿאָטאָ־אַלבאָמען (אין גאַנצן האָט זי גע­האַט קנאַפּע פֿינף) און בלעטערן אַ זײַטל נאָך אַ זײַטל. אַזוי האָט זי אַ מאָל זיך אײַנגעקוקט מיט נײַגער אין די אָפּגעבליאַקע­וועטע אויסשניט־בילדער, אויפֿגעקלעפּט אויף די ווענט אין דעם האַלב־פֿינצטערן אַלקערל. מעגלעך, אַז פֿון יענער קינדערישער פֿאַר­חלומטקייט איז אַרויס דער מיידלשער חלום צו ווערן אַ קינאָ־שטערן. איצט האָט רייטשעל, אײַנקוקנדיק זיך אין די פּנימער פֿון אירע באַליבטע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, געקענט אָנרופֿן אַלע זייערע נעמען און אַלע פֿילמען, אין וועלכע זיי האָבן געשפּילט.

נישט זעלטן פֿלעגט זי בלײַבן שטיין בײַם שפּיגל אינעם מאַמעס שלאָפֿצימער — אַן אויס­געצויגענער אין דער לענג, אַז מ’האָט געקאָנט זיך זען פֿון קאָפּ ביז די פֿיס — און זיך אײַנקוקן אין דעם פֿופֿצן־יאָריקן מיידל, וואָס האָט אויף איר געוואָרפֿן אָפּשאַ­צערישע בליקן... לאַנגע און דאַרע פֿיס, מיט שפּיציקע קני; שמאָלע, ביינערדיקע לענדן און גאָר מאָגערע בריסטלעך; דערפֿאַר האָט זי אַ לאַנגן האַלדז און צוויי גרויסע שוואַר­צע אויגן, וואָס דער טאַטע האָט אויף זיי אַ מאָל אַ זאָג געטאָן, אַז מע קאָן אין אירע אויגן זען דעם דנאָ פֿון אַ ברונעם בײַ נאַכט. וואָס האָט ער דערמיט געמיינט האָט רייטשעל נישט פֿאַרשטאַנען, ס’איז איר אָבער געפֿעלן געוואָרן, ווי אַזוי ער האָט עס געזאָגט. מיידעלעך פֿון איר קלאַס האַלטן, אַז זי כאַפּט אַן אָנבליק אין דער באַרימטער אָדרי העפּבאָרן. אמת, רייטשעלס נעזל איז פֿון אַן אַנדער מין פֿאַסאָן...

שפּעטער מיט צוויי יאָר, שוין בײַם פֿאַר­ענדיקן די מיטלשול, וואָלט זי מסתּמא געקאָנט דערזען אין זיך אַ סך ענדערונגען, וואָס האָבן געמאַכט איר אויסזען מיידלש־אויפֿרייצנדיק; אירע ליפּן האָבן שוין פֿאַרזוכט די ערשטע ייִנגלשע קושן — אומגעלומפּערטע און לאַנגע, בשעתן רײַבן זיך פּאָרלעכווײַז אין דער האַלב־פֿינצטערניש, אײַנגעהילט אין די קלאַנגען פֿון "די ביטלז"; אָדער פּלוצעם, אָפּרײַסנדיק זיך איינער פֿון אַנדערן, פֿאַרשוויצטע און צעהיצטע, זיך לאָזן אין אַ ראָק־און־ראָל ביז די לעצטע כּוחות, ווי מע וואָלט געקאָנט אויף אַזאַ אופֿן אַרויסטרײַבן פֿון זיך די שפּרודלדיקע גלוסטעניש... גליקלעכע טעג און נעכט, וואָס האָבן זי פֿאַרדרייט און פֿאַר­טשאַדעט אָן מאַריכואַנע.

רייטשעל האָט שוין אָבער אַרײַנגעקוקט אין שפּיגל מיט גאָר אַנדערע אויגן. פֿון דער פֿריִערדיקער פֿאַרחלומטקייט וועגן דעם פֿינקלענדיקן האָליוווּדער הימל זײַנען געבליבן בלויז געציילטע פֿונקען, און די פֿאָטאָ־אַלבאָמען מיט די "שטערנס" האָבן שוין לאַנג געפֿונען זייער אָרט אויפֿן בוידעמל, אינעם שווערן הילצערנעם קאַסטן, צווישן אַנדערע אָפּגעטראָגענע חפֿצים, געבראַכט נאָך פֿון אייראָפּע. די ווענט פֿון דער וווינונג, וווּ רייטשעל האָט געוווינט מיט איר מאַמען, האָבן זיך ווי צונויפֿגערוקט, פֿאַרשמעלערט דעם שטח פֿון זייער בשותּפֿותדיקער עק­זיסטענץ. נישט זעלטן פֿלעגט זי פֿילן, בפֿרט נאָך אַ זשומיק קערמעשל, אַז זי פֿאַלט פּלוצעם אַרײַן אין אַ מין פֿינצטערער גרוב פֿון פּוסטקייט און אויסגעשעפּטקייט. איין מאָל האָט זי אַפֿילו אַ טראַכט געטאָן, אַז מעגלעך, ס’איז אַ מין בונקער, בערך אַזעלכער, אין וועלכן עס האָבן זיך געראַטעוועט איר טאַטע און נאָך צוואַנציק ייִדן; יעדער דור ווערט מסתּמא אויסגעפּרוּווט דורך אַזאַ בונקער. זי האָט עס געזען לעצטנס אויף דער טעלעוויזיע, אין אַ דאָקומענטאַר וועגן דער מלחמה אין וויעטנאַם, וואָס גייט אָן. עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס רײַסן זיך פֿון זייער בונקער אַרויס, כּדי מיט זייער לעבן ראַטעווען אַנדערע לעבנס; און עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס באַגראָבן דאָרט זיך אַליין לעבעדיקערהייט...

אין אַזעלכע מעלאַנכאָליע־טעג לויפֿט רייטשעל אַוועק צום אָקעאַן. זי האָט זיך אויסגעלערנט צו הערן די מעוועס און פֿאַרשטיין זייערע קלאַנגען. זי כאַפּט זיי אַרויס פֿונעם הונדערט־שטימיקן כאָר זייערן, ווען זיי זעצן זיך אויס אויפֿן גרוי־גרינעם וואַסער און וויגן זיך אויף די כוואַליעס, ווי ווײַסע פּאַפּירענע שיפֿעלעך... אָט וויינט איינע, און אַ צווייטע קלאָגט זיך אויף איר מזל; צוויי אַנדערע קריגן זיך איבער אַ ביסן, אַון אַ דריטע, דאַכט זיך, שעלט איר חבֿרטע, הלמאַי יענע האָט אָפּגעשלאָגן איר קאַוואַליר; אַ מעווע־מאַמע האָט זיך צעכליפּעט, מחמת איר עופֿעלע האָט זיך צעקלאַפּט אין אַ שפּיציקן פֿעלדז; און אַן אַנדערע — פֿאַרקערט, האָט זיך פֿאַרכלינעט פֿאַר פֿרייד: אויף אירע אויגן האָט איר זון געמאַכט זײַן ערשטן קרײַז אין אַ פֿרײַען פֿלוג...

רייטשעל האָט באַשלאָסן גיין זיך לערנען אויף אַ פּסיכאָלאָג. זי פֿילט אין זיך אַ כּוח אויסצוהערן מענטשן, און זיי העלפֿן אפֿשר צו פֿאַרשטיין זיך אַליין. מעגלעך, ווען איר טאַטע וואָלט געהאַט וועמען צו פֿאַרטרויען זײַן פֿאַרלוירנקייט, וואָלט מיט אים נישט געשען דאָס, וואָס ס’איז געשען. זי וועט עס פּרוּוון צו דערקלערן דער מאַמען; העלפֿן מענטשן אויף אַזאַ אופֿן איז נישט ווייניקער ווי די הילף פֿון אַ דאָקטער אָדער אַן אַדוואָקאַט. די מאַמע וועט זיך נישט קעגנשטעלן. אין די קורצע שעהען, וואָס זי פֿלעגט זײַן לעבן דער מאַמען, האָט רייטשעל שטענדיק געפֿילט אַ מין ליכטיקע לײַכטקייט, וואָס איז פֿון דער מאַמען אַרויסגעקומען און דער טאָכטער זיך איבערגעגעבן; אָנגעשטעקט מיט אָט דער ענערגיע, האָט זי ווידער אַ שטיקל צײַט זיך געטראָגן ווי מיט פֿליגלען. באַזונדערס האָט זיך זייער נאָענטשאַפֿט פֿאַרשטאַרקט נאָך יענעם אינדערפֿרי, ווען רייטשעל האָט אַנטפּלעקט אויף איר געלעגער די פּאָר רויטע פֿלעקן. זיי האָבן ווי פֿאַרקניפּט צווישן דער מאַמען און דער טאָכטער אַ נײַע אינטימע באַציִונג, אָבער שוין אויף אַ גאָר אַנדערן אופֿן — ווי עס קאָן זײַן צווישן צוויי פֿרויען. די מאַמע איז געווען דער דופֿק פֿון זייער קליינער משפּחה, און הינטער איר באַריידעוודיקייט, וואָס פֿלעגט דעם טאַטן אַזוי נערווירן, האָט זיך אין דער אמתן אויסגעבאַהאַלטן אַ ביטערע עלנטקייט, דער מאַמעס. רייטשעל האָט עס פֿאַרשטאַנען אַ סך שפּעטער, ווען איר אַליין האָט פּלוצעם אויסגעפֿעלט אַ שוועבעלע צו באַלויכטן דעם וועג, אויף וועלכן זי איז געבליבן שטיין.

דאָס איז געשען שבת, רייטשעל האָט אים גוט פֿאַרגעדענקט, דעם וואַרעמען זומער­דיקן טאָג. ער האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ הימל־ציכטיקער בלויקייט. זי האָט דעמאָלט אָפּגערעדט מיט איר חבֿרטע צו טרעפֿן זיך אויף מאַנהעטן־ביטש, צו פֿאַרברענגען דעם שיינעם טאָג בײַם וואַסער. אָבער, ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט אין ניו־יאָרק, האָט שוין נעענטער צום האַלבטאָג דער הימל זיך פֿאַרצויגן מיט וואָלקנס, און ס’איז קלאָר געוואָרן, אַז ווײַטער געניסן פֿונעם באָדן זיך און וואַלגערן זיך אויף דער פּלאַזשע, וועט דער וועטער זיי נישט פֿאַרגינען. די חבֿרטע האָט פֿאָרגעלייגט צו גיין צו איר הערן דעם נײַעם "ביטלז"־אַלבאָם SEARGENT PEPPER, אויסגעבאָרגט אויף אַ טאָג בײַ איר על­טערן ברודער. רייטשעל האָט זיך אָבער אָפּגע­זאָגט, נאָך אַליין נישט פֿאַרשטייענדיק פֿאַר וואָס. צי דער פּלוצעמדיקער בײַט פֿונעם וועטער האָט אויך געביטן איר שטימונג, צי זי איז אין דעם מאָמענט נישט געשטימט געווען צו הערן מוזיק, צי סתּם, ווי די מאַמע פֿלעגט איר צו מאָל זאָגן: "עפּעס אַ בייזע פֿליג האָט זי אַ בײַס געטאָן". זי האָט זיך אומגעקערט אַהיים.

רייטשעל האָט שטיל אויפֿגעשלאָסן די טיר מיט איר שליסל. עס האָט געקאָנט זײַן, אַז די מאַמע האָט זיך צוגעלייגט אַ ביסל זיך אָפּרוען. פֿאַרבײַגייענדיק דעם שלאָפֿצימער פֿון אירע עלטערן האָט רייטשעל דערהערט ווי עס טראָגן זיך פֿון דאָרט עפּעס מאָדנע קלאַנגען: דערשטיקטע שטיקער ווערטער, מער ענלעך צו אַ געכליפּ. זי איז באַלד צו צו דער טיר, וואָס איז געווען נישט גוט פֿאַר­מאַכט, און איז שוין גרייט געווען זי אַ שלעפּ טאָן צו זיך. אָבער מיט אַ מאָל איז רייטשעל שטיין געבליבן בײַ דער ברייטער טיר־שפּאַרונע, ווי ס’וואָלט דורך איר זיך אַרויס­געריסן אַ היץ, פֿײַער, וואָס טרײַבט זי אָפּ פֿון דעם סכּנותדיקן אָרט. זי האָט זיך אָבער נישט געקאָנט רירן, טאַקע יאָ ווי געליימט געוואָרן. אַרײַנגעוואַקסן אין דער ערד. די שמאָלע שפּאַרונע האָט איר אַנטפּלעקט אַ בילד, וואָס האָט זי סײַ אָפּגעשראָקן, סײַ נישט אָפּגעלאָזט איר בליק; דאָס דאָזיקע בילד האָט זיך ווי אײַנגעקלאַמערט אין רייטשעלס פּנים מיט זײַן שאָקירנדיקער אַנטבלויזטקייט... אַ מאַנצביל איז געשטאַנען אויף די קני, אָנ­כאַפּנדיק זיך מיט זײַנע פֿאַרברוינטע, אָדער­דיקע הענט פֿאַר ווײַבערשע פֿליישיקע לענדן, וואָס האָבן זיך אָנגעשפּאַרט אין זײַן מאָגערן בויך... זייערע קעפּ האָט רייטשעל נישט געזען. די צוויי נאַקעטע קערפּערס זײַנען ווי באַרעמלט געווען פֿון פֿיר זײַטן. זי האָט נישט תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס וואָס זי זעט, איז בלויז אַן אָפּשפּיגלונג אין דעם הויך־שמאָלן שפּיגל, אין וועלכן זי פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנקוקן. דאָס באַהאַלטענע פֿון איר בליק אויסער די ראַמען פֿונעם שפּיגל, איז פֿאָרגעקומען אויפֿן געלעגער. נאָך אַ קינד פֿלעגט זי ליב האָבן גאַנץ פֿרי זיך אויפֿכאַפּן אין איר צימער און זיך גלײַך לאָזן, אינעם הוילן נאַכטהעמדל און מיט די באָרוועסע פֿיסלעך, צו די עלטערן אין זייער שלאָפֿצימער. זיך אַרײַנגעקוועטשן צווישן די טאַטע־מאַמע, האָט די קליינע טיף אײַנגעאָטעמט אין זיך זייער לײַבלעכע וואַרעמקייט...

אַ ספּאַזם האָט איבערגעריסן איר אָטעם אויף אַ קורצער רגע; עס האָט זיך איר אָבער געדאַכט, אַז איר האַרץ האָט זיך אָפּגעשטעלט, און ס’איז שוין אַוועק אַ סך צײַט, זינט זי שטייט דאָ, בײַ דער טיר־שפּאַרונע מיט אַן אָפֿענעם מויל און אויסגעגלאָצטע אויגן. דער אָטעם איז געקומען צוזאַמען מיט אַן אויסגעשריי. די אָפּשפּיגלונג האָט אויפֿגע­ציטערט, ווי דער שפּיגל וואָלט געפּלאַצט, און ס’האָבן אין אים אַ שווינדל געטאָן צוויי פֿאַרקרימטע, צעפּאַליעטע צורות — באָלעקס און דער מאַמעס.

רייטשעל איז אַרײַנגעלאָפֿן צו זיך אין צימער און זיך אַ וואָרף געטאָן אויף דער בעט מיטן פּנים אַראָפּ. אין די אויערן האָט איר געגרילצט, אָבער גיך האָבן זיך די גרילצנ­דיקע קלאַנגען צעוואַקסן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ היסטערישן געלעכטער, ווי מע וואָלט געלאַכט פֿון עמעצן, וואָס איז אַרויס­געשטעלט געוואָרן אויף חוזק. אַזוי האָבן געקאָנט לאַכן נאָר מעוועס, און רייטשעל האָט זיי באַלד דערזען פֿאַר די אויגן. זיי האָבן געפּאַטשט אין דער לופֿטן מיט זייערע שאַרפֿע פֿליגלען בײַם סאַמע פּנים אירן, און געדיכט פֿאַרשטעלט די שײַן. זי האָט געפּרוּווט זיך דורכצורײַסן דורך דער לעבע­דיקער פֿויגלשער וואַנט, באַשטעקט מיט שאַרפֿע שנאָבלען, ווי אַרומגערינגלט מיט שטעכלדראָט. זי האָט אין די שטאָלענע שטעכלקעס אָנגעטראָפֿן מיט אירע פֿינגער און באַלד אַ שלעפּ געטאָן צוריק די הענט. ס’איז איר געבליבן אויסצוגיין אַזוי, אין דער פֿאַרגעסנקייט, אַרומגערינגלט און באַ­שטראָפֿט דווקא פֿון די פֿייגל, וואָס זי האָט אַזוי ליב געהאַט און זיי פֿאַרטרויט אירע גרעסטע סודות. זיי האָבן זי פֿאַרראַטן, די מעוועס, — האָט געטראַכט רייטשעל, — און ווען די קרובֿישע נשמות טוען דאָס, בלײַבט נאָר צו פֿאַרמאַכן די אויגן און זאָגן דעם לעצטן "גוד־בײַ..."

(המשך אין קומענדיקן נומער)

‫אויסלייג און טײַטש

‫אַדערע [הימלען] => אַנדערע [הימלען]

אַון [אַ דריטע] => און [אַ דריטע]

אויסגעבאַהאַלטן =?> אויסבאַהאַלטן

אַרײַנגעקוועטשן [צווישן די טאַטע־מאַמע] => אַרײַנקוועטשן [צווישן די טאַטע־מאַמע]

ספּאַזם => ספּאַזמע

צעפּאַליעטע צורות =? פֿלאַמענדיקע צורות