פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

נאָכן איבערגעבן דאַלעסן די "נאָטע", האָט אַבא אבֿן צוגעגעבן מינדלעך, אַז אַ פֿאַרבינדונג פֿון ישׂראל מיט "נאַטאָ" וואָלט געווען אַ פּאַסיקער פֿאָרשריט. ישׂראל האָט פּרובירט באַהאַנדלען די פּראָבלעם מיט ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, ווי אויך מיט קאַנאַדע, וואָס האָט זיך דערווײַל אָנגע­שלאָסן אין "נאַטאָ" און וואָס אירע באַציִונגען מיט ישׂראל זענען זייער גוטע. עס איז אָבער גאָרנישט אַרויס פֿון דעם.

ווי אַן איינציקער פּאָזיטיווער רעזולטאַט פֿון די אונטערהאַנדלונגען וועגן דעם, קען באַטראַכט ווערן פֿאָסטער דאַלעסעס דער­קלערונג אין אַ געשפּרעך מיט אַבא אבֿנען אין אויגוסט 1958, אַז אבֿן מעג אינפֿאָרמירן דוד בן־גוריונען, אַז עס איז נישטאָ דער קלענסטער צווייפֿל, אַז אויב די סאָוועטן וועלן אַטאַקירן ישׂראל, וועט אַמעריקע קעמפֿן קעגן די סאָוועטן. לויט די דאָקומענטן, פּוב­ליקירט לעצטנס, האָט ישׂראל אין יאָר 1955, אַ יאָר פֿאַר דער סיני־מלחמה, פּרובירט — אין אירע אָנשטרענגונגען צו שטאַרקן די זיכערהייט — זיך אָנשליסן אין דעם פֿאַר­באַנד פֿון די ענגלישע פֿעלקער.

דערווײַל האָט טשערטשיל דעמיסיאָנירט, נאַסער האָט נאַציאָנאַליזירט דעם סועץ־קאַ­נאַל, און ענגלאַנד מיט פֿראַנקרײַך האָבן באַ­שלאָסן צו אַטאַקירן עגיפּטן. אַ פּרשה פֿאַר זיך אין אייראָפּע זענען די מיזרח־אייראָ­פּעיִשע לענדער, בראָש מיט רוסלאַנד. די גע­שיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד זענען געבליבן שפּאַנענדיקע און דראַמאַטישע אין דער אויסערן־פּאָלי­טיק פֿון ישׂראל; און נישט ווייניקער אין דער אויסערן־פּאָליטיק פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

די דאָזיקע געשיכטע האָט זיך אָנגע­הויבן פֿון אַ קורצער פֿרײַנדשאַפֿט און זיך אויסגעלאָזט אין אַ שטענדיקער קאָנפֿראָנ­טאַציע, וואָס האָט געבראַכט צו אַן איבער­רײַס אין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען אויף 24 יאָר. דער הינטערגרונט פֿאַר די דאָזיקע אַנטוויקלונגען האָט זיך געהאַלטן אויף דער אַנטי־ישׂראלדיקער פּאָליטיק פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט — צוליב דעם קאַמף פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן און זייער רעכט פֿאַר עליה קיין ישׂראל. ווען עס איז דערשינען אין נאָוועמבער 1947 אין דער "יו־ען" דער פֿאָרשלאָג צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה, האָט מאָסקווע איבערראַשט די וועלט מיט איר שטיצן דעם חלוקה־פּלאַן; זינט די 1920ער יאָרן האָט מאָסקווע אָנגעהאַלטן אַ האַרטע אַנטי־ציוניסטישע שטעלונג.

אָבער גאָר קורץ נאָך דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל, אין דעצעמבר 1952, האָט מאָסקווע אָנגעהויבן אַ נײַעם אַנטי־ייִדישן קאַמפּיין מיטן מישפּט פֿון סלאַנסקין אין פּראָג און אין יאַנואַר 1953, מיטן בלוט־בילבול קעגן די ייִדישע דאָקטוירים, וואָס מ׳האָט זיי באַשולדיקט אין וועלן פֿאַרסמען סטאַלינען. אויך נאָך סטאַלינס טויט איז די באַציִונג פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג צו ישׂראל ממשיך געווען צו זײַן אַ נעגאַטיווע.

די סיני־מלחמה האָט נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די געשפּאַנטקייט צווישן ביידע לענדער. די סאָוועטישע ליגנערישע העצע צו נאַסערן, אַז ישׂראל גרייט צו אַן אַטאַק אויף סיריע, האָט אין אַ גרויסער מאָס בײַגעטראָגן צום אויסברוך פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, נאָך וועלכער דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זײַנע אַלע סאַטעליטן, אויסער רומעניע, האָבן אין 1967 איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל.

זינט דאַן, און ביז דער באַנײַונג פֿון די באַציִונגען אין 1991, ערבֿ דער מאַדריד־קאָנ­פֿע­רענץ, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געפֿירט אַ פֿײַנטלעכע פּאָליטיק קעגן ישׂראל, וואָס האָט זיך, הויפּזעכלעך, אויסגעדריקט מיט אַ גרויסער מיליטערישער און פּאָליטי­שער הילף צו די אַראַבער און אַן אַנטי־ישׂראל­דיקער פּראָפּאַגאַנדע קאַמפּאַניע און העצע. ווען גאָר­באַטשאָוו איז דעם 15טן מערץ 1985 אויס­גע­וויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער געמאַכט אַ סוף צו דער קאַלטער מלחמה צווישן מערבֿ און מיזרח; ס׳האָט זיך אויך געענדערט די לאַגע פֿון ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. די אַלע ענדערונגען האָבן דערבראַכט צו דער באַנײַונג פֿון די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד.

אויך האָט ער — צוזאַמען מיט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש (דעם טאַטן) — צוזאַמענגערופֿן די מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. נאָך דער באַנײַונג פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד האָבן זיך אַנטוויקלט די באַציִונגען צווישן זיי שנעל און אויף אַ ברייטן פֿאַרנעם אין אַלע געביטן: פּאָליטיש, עקאָנאָמיש און טוריסטיש, קולטור און וויסנשאַפֿט. עס זענען פֿאָרגעקומען אַ סך קעגנזײַטיקע באַזוכן פֿון פּערזענלעכקייטן און עס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן אַ סך אָפּמאַכן פֿאַר צוזאַמענאַרבעט. אָבער די פֿריילעכסטע זאַך וואָס האָט פּאַסירט אין אונדזערע באַציִונגען מיט רוסלאַנד איז געווען די אימיגראַציע קיין ישׂראל פֿון אַ מיליאָן ייִדן.

דער פּאָטענציאַל פֿאַר אַ המשך פֿון דער­נענטערונג צוישן ישׂראל און רוסלאַנד איז אַ גרויסער. אָבער עס פֿעלן אויך נישט קיין כמאַרעס אויפֿן האָריזאָנט, וועלכע פֿאַרציִען מיט וואָלקנס אונדזערע באַציִונגען; און דאָס איז — וואָס רוסלאַנד פֿאַרזאָרגט איראַן מיט נוקלעאַרע רעאַקטאָרס און העלפֿט איר פּראָדוצירן באַליסטישע ראַקעטן אין דער צײַט, ווען איראַן הערט נישט אויף צו דערקלערן, אַז איר ציל איז צו פֿאַרניכטן מדינת־ישׂראל. אויך די מיליטערישע הילף פֿון רוסלאַנד צו סיריע פֿאַרשאַפֿט ישׂראל זאָרג, כאָטש די רוסישע פֿירער טענהן, אַז אין ביידע פֿאַלן האָבן זיי דעם פֿולן קאָנטראָל און באַהערשן די לאַגע.