ייִדיש־וועלט, "מאַמע־לשון" נוסח נחום סטוטשקאָוו

מר. נ. אַבראַמאָוויטש פֿון די בראָנקס וויל וויסן, פֿאַר וואָס מען זאָגט: געזונט ווי אַ גוי.

ס׳ערשטע וועגן דעם וואָרט געזונט. געזונט האָט אין ייִדיש עטלעכע טײַטשן: געזונט "העלטהי" — אַ געזונטער מענטש מיינט אַ מענטש, וואָס איז בקוו־הבריאות, וואָס איז, חלילה, נישט קראַנק. געזונט מיינט אויך "סטראָנג, האָסקי" — ער איז אַ געזונטער באָיטשיק, ער איז אַ געזונטער מענטש, מיינט ער איז אַ קרעפֿטיקער, אַ גיבור, איינער, וואָס ווען ער גיט אַ קלאַפּ, וועט שוין אויף דעם פּלאַץ קיין גראָז נישט וואַקסן. ווען ייִדן זאָגן "געזונט ווי אַ גוי", מיינען זיי עס אין דעם טײַטש: געזונט־"סטראָנג"! בלײַבט אָבער נאָך אַלץ די קשיה, פֿאַר וואָס עפּעס געזונט ווי אַ גוי? איז דער תּירוץ, אַז דער וואָס איז באַקאַנט מיטן ייִדישן לעבן פֿון אַ מאָל, דער פֿאַרשטייט ווי פּאַסיק אָט דער פֿאַרגלײַך איז, דער ווייסט, וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד עס איז געווען אַ מאָל, אין דעם פּרט פֿון שטאַרקייט און קרעפֿיטייט צווישן ייִד און גוי.

איצט, געלויבט השם־יתברך, איבערהויבט דאָ אין דעם גע­בענטשטן לאַנד אַמעריקע, איז דער אונטערשייד אַ גאַנץ קליינער. אַ ייִדישער באָיטשיק האָט איצט פּונקט אַזוי פֿיל כּוח און איז אַזוי געזונט און קרעפֿטיק ווי זײַן ניט־ייִדישער חבֿר, וואָס זיצט מיט אים אויף איין באַנק אין שול, און ווען עס קומט צו אַ קלאַפּ, קען ער זיך מיט אים פֿאַרמעסטן. האָט זיך אָבער אַ מאָל אַ חדר־ייִנגל, וואָס איז אַ גאַנצן טאָג געזעסן און געלערנט די הייליקע תּורה און איז געווען בלייך און אויסגעדייווערט זיך געקענט פֿאַרמעסטן מיט אַ שגץ? צי דער טאַטע זײַנער, דאָס אויסגעסאָכניעטע ייִדל, וואָס דער קאָפּ האָט אים תּמיד געדאַרט פֿאַר פּרנסה און וואָס איז אָפּגעקומען דעם טאָג מיט שהי־פּהי, האָט ער זיך געקענט פֿאַרמעסטן מיטן שגצס טאַטן, מיט איוואַנען צי מיט יורען? אַוודאי נישט. אײַך איז אַוודאי באַקאַנט דער פּסוק: הקול קול יעקבֿ והידים ידי עשׂו — אַ ייִד קען שרײַען, אַ גוי קען דערלאַנגען. אָט דאָס איז דאָס, מײַן פֿרײַנד! דערפֿאַר פֿלעגן ייִדן זאָגן "געזונט ווי אַ גוי", ווײַל דער גוי, דער ערל איז געווען שטאַרק און קרעפֿטיק און דער ייִד — הוילע רוחניות, קוק מיך אָן און ריר מיך נישט אָן.

מאַכט אָבער נישט קיין טעות און מיינט נישט, אַז דאָס איז דער איינציקער פֿאַרגלײַך וואָס מיר האָבן. איר האָט דעם "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך"? מישט אויף זײַט 407, וועט איר געפֿינען פֿאַרגלײַכן, וואָס האָבן מיט גוי און גוייִשקייט גאָרנישט צו טאָן: איר וועט געפֿינען, אַז ייִדן זאָגן אויך: געזונט ווי אַ ריז, געזונט ווי עוג מלך הבשן, געזונט ווי גלית הפּלישתּי, געזונט ווי אַ ייִשובֿניק, געזונט ווי אַ פֿורמאַן. און ווי איז געזונט ווי אַן אָקס, געזונט ווי אַ פֿערד, געזונט ווי אַ מויער, געזונט ווי אַ דעמב? איר וועט דאָרטן געפֿינען נאָך אַ פּאָר צענדלינג פֿאַרגלײַכן, אָבער די וועט איר שוין אַזוי גוט זײַן אַליין איבערלייענען.

יישר־כּוח [יאַשער־קוי׳עך] און מהיכא־תּיתי [מייכע־טיי׳סע]

מר. דעלמאַר, אַן אַדוואָקאַט פֿון מאַנהעטן, וויל איך זאָל אים פֿאַר­טײַטשן צוויי אויסדרוקן: יישר־כּוח און מהיכא־תּיתי.

ביידע אויסדרוקן, מײַן פֿרײַנד, שטאַמען פֿון תּלמוד, דאָס מיינט זיי זײַנען אַראַמיש. ביידע האָבן שוין זײַט הונדערטער יאָרן בירגעררעכט אין דער ייִדישער שפּראַך.

יישר־כּוח מיינט: שטאַרקן זאָל זיך די קראַפֿט. דאָס איז אַ ברכה, וואָס איר גיט אַ מענטשן פֿאַר אַ גוטער זאַך, וואָס ער האָט געטאָן. זאָגט איר עס צו איינעם, זאָגט איר יישר־כּוחך, זאָגט איר עס מער ווי איינעם, זאָגט איר יישר־כּוחכם. אין דער זעלבער צײַט דינט עס אויך ווי אַן אויסדרוק פֿאַר אַ דאַנק; אַנשטאָט צו זאָגן אַ דאַנק, זאָגט איר יישר־כּוח. ווײַל אַ דאַנק און אַ ברכה איז כּמעט איינס און דאָס זעלבע. מײַן באָבע און אײַער באָבע, מײַן מאַמע און אײַער מאַמע, פֿאַר זיי איז דאָס וואָרט אַ דאַנק געווען צו אַריסטאָקראַטיש, צו "פֿענסי". אַנשטאָט צו זאָגן אַ דאַנק פֿלעגן זיי געבן אַ ברכה און זאָגן: לאַנג לעבן זאָלסטו! אַ געזונט אין דיר! געזונט און שטאַרק זאָלסטו זײַן! און דאָס איז אַקוראַט וואָס עס מיינט אַ יישר־כּוח — געשטראַקט זאָל זײַן דײַן כּוח!

דעם אויסדרוק "מהיכא־תּיתי" איז איינער פֿון די הונדערטער אויסדרוקן, וואָס אונדזערע טאַטעס און זיידעס, וועלכע האָבן געקענט לערנען אַ בלאַט גמרא, האָבן אַרײַנגעבראַכט אין ייִדישן לשון. אין תּלמוד באַגעגנט איר דעם אויסדרוק אויף שריט און טריט. מהיכא מיינט "פֿון וואַנען" און תּיתי — "קומט עס" — מהיכא־תּיתי: פֿון וואַנען קומט עס. אין דער גמרא ווערט דער אויסדרוק געניצט אין האַלב־נעגאַטיוון זינען: מהיכא־תּיתי, פֿון וואַנען קומט עס אַז נישט? דאָס הייסט, פֿון וואַנען איז עס געדרונגען אַז נישט, וווּ איז דער באַווײַז דערפֿאַר? אין ייִדיש האָט עס מיט דער צײַט באַקומען אַ מער פּאָזיטיוון באַטײַט, ווי אַן ענטפֿער אויף אַ פֿראַגע. איר פֿרעגט, למשל, אַ ייִדן: איר ווילט זיך אפֿשר דורכגיין און כאַפּן אַ שמועס? ענטפֿערט ער אײַך: מהיכא־תּיתי. דאָס הייסט: פֿאַר וואָס נישט? מע קען גיין. אַגבֿ וועט אײַך זײַן אינטערעסאַנט צו וויסן, מר. דעלמאַר, אַז אין פּוילן האָט מהיכא־תּיתי געהאַט נאָך אַ טײַטש, נעמלעך: אַ ביסל בראָנפֿן, אַ שנעפּסל. און גענומען האָט זיך עס דערפֿון, וואָס די פּוילישע חסידים פֿלעגן פֿון התלהבֿות וועגן ליב האָבן אָנצונעצן די ליפּן. אַז איר פֿלעגט פֿרעגן אַ חסיד: ר׳ בונים, איר וועט אפֿשר נעמען אַ ביסל בראָנפֿן, האָט איר געמעגט זײַן זיכער, אַז ער וועט אײַך ענטפֿערן: מהיכא־תּיתי. ס׳הייסט: פֿאַר וואָס נישט? אַדרבא, פֿאַרקערט, וואָס קען עס שאַטן.

אײַ, טײַערע צײַטן געווען. אַז מען דערמאָנט זיך אין זיי, גיט אַ צי בײַם האַרצן. מע טרינקט דאָך איצט אויך, און אפֿשר בעסערן בראָנפֿן ווי אַ מאָל, אָבער ס׳איז נישט דאָס, ס׳איז נישט דאָס. צווישן דעם אַמאָליקן "איר וועט נעמען אַ ביסל בראָנפֿן" ביז דעם איצטיקן "יול העוו איי דרינק" איז אַן אונטערשייד פֿון טאָג צו נאַכט.