די הײַנטיקע סדרה שליסט דעם ציקל פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן מלאכת־המשכּן. ווען מ׳האָט געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן, האָט משה רבינו אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, און באַגאָסן זײַן אינעווייניקסטן טייל, דעם אַרון־העדות, וווּ עס זענען געהאַלטן געוואָרן די לוחות מיט די צען געבאָטן, מיטן ספּעציעל צוגעגרייטן אייל, שמן־המשחה; דער ג-טלעכער וואָלקן האָט צוגעדעקט דעם משכּן, און ער האָט זיך אָנגעפֿילט מיט דער הייליקער שכינה.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, האָט די צוזאַמען־אַרבעט איבערן משכּן געדינט נאָך אַ צוועק: צו פֿאַרוואַנדלען די ייִדן אין אַ פֿאַראייניקטער קהילה; דערפֿאַר טראָגט די פֿריִערדיקע פּרשה דעם נאָמען "ויקהל", וואָס קען אָפּגעטײַטש ווערן ווי "און ער האָט פֿון זיי געשאַפֿן אַ קהילה". ווײַטער אין דער זעלבער פּרשה ווערט, אָבער, דערציילט וועגן דער אוניקאַלער ראָלע פֿון יעדן ייִד, וואָס אָן זײַן פּערזענלעכער באַטייליקונג וואָלט די הייליקע שכינה זיך נישט אַנטפּלעקט אינעם משכּן.
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "פּקודי" — "חשבונות"; דאָס זעלבע וואָרט האָט אָבער אויך אַ צווייטן באַדײַט: "אָנגעשטעלטע" אָדער "באַאַמטע". אין פֿאַרגלײַך מיט "ויקהל", איז דער דאָזיקער נאָמען דווקא פֿאַרבונדן מיט די באַזונדערע פֿונקציעס פֿון אינדיווידועלע מענטשן. במשך פֿון דער פּרשה ווערט כּסדר דערמאָנט דאָס ייִדישע פֿאָלק ווי אַ גאַנצהייט.
דעם איצטיקן שבת לייענט מען אויך בײַם מפֿטיר די ערשטע 12 פּסוקים פֿון דער פֿאָרפֿריִערדיקער פּרשה, "כּי תשׂאָ", וווּ עס ווערט דערציילט, ווי יעדער ייִד האָט געדאַרפֿט געבן אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿאַרן משכּן; דעריבער, האָט דער הײַנטיקער שבת אַ ספּעציעלן נאָמען, "פּרשת־שקלים", וואָס שטרײַכט ווידער אונטער די אייניקייט פֿונעם פֿאָלק.
מע קאָן זאָגן, אַז דער נאָמען פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה וואָלט גיכער צוגעפּאַסט צום אינהאַלט פֿון דער הײַנטיקער, און פֿאַרקערט: דער נאָמען "פּקודי" קלינגט ווי אַ המשך פֿונעם אינהאַלט פֿון "ויקהל". די דאָזיקע צוויי פּרשיות זענען טאַקע טיף פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער, און ווערן אין ס׳רובֿ יאָרן געלייענט ווי איין טאָפּלטע סדרה. ס׳איז אינטערסאַנט, אַז די הפֿטרות פֿון אָט־די צוויי פּרשיות זענען אויך צונויפֿגעבונדן: אין די ספֿרדישע און אַ טייל חסידישע קהילות לייענט מען די וואָך די זעלבע הפֿטרה, וואָס די דאַוונער פֿון נוסח־אַשכּנז האָבן געלייענט מיט אַ וואָך צוריק — און פֿאַרקערט.
דער ליובאַוויטשער רבי האָט דערקלערט, אַז אַזאַ טיפֿע פֿאַרבינדונג צווישן "ויקהל" און "פּקודי" גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז דער קאָלעקטיוו און אינדיווידועלע פּערזענלעכקייט זענען אומצערײַסלעך פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, ווײַזט די פֿריִערדיקע סדרה, אַז אין אַ געזונטע קהילה שפּילט יעדער מיטגליד אַן אוניקאַלע, אומפֿאַרבײַטלעכע ראָלע. מע וואָלט דערפֿון געקענט אָפּלערנען, אַז דווקא אינדיווידואַליזם, און נישט די קאָלעקטיווע קעגנזײַטיקע הילף, איז דער תּכלית פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך טאַקע אָן מיטן ענין פֿון אינדיווידואַליזם, אָבער דערציילט וועגן דער שותּפֿות פֿון אַלע ייִדן אין דער אַרבעט איבערן משכּן — אָנצוּווײַזן, אַז דער איבעריק־שטאַרקער אינדיווידואַליזם טויג אויך נישט.
דער פֿאַקט, וואָס די דאָזיקע פּרשיות ווערן אין ס׳רובֿ יאָרן פֿאַראייניקט, ווײַזט אויף, אַז מע זאָל שטרעבן צו שאַפֿן אַ באַלאַנסירטע געזעלשאַפֿט, אין וועלכן די באַדערפֿענישן פֿון דער קהילה עקזיסטירן מיט און קומען נישט אין סתּירה מיט די אינטערעסן פֿון יעדן באַזונדערן מענטש. אין געוויסע יאָרן, אָבער, ווערן די דאָזיקע צוויי פּרשיות צעטיילט, ווײַל אין געוויסע פֿאַלן זענען די נויטן פֿונעם ציבור וויכטיקער, ווי דער אינדיווידואַליזם פֿון זײַנע מיטגלידער. און פֿאַרקערט: עס זענען פֿאַראַן סיטואַציעס, ווען די אינדיווידועלע באַדערפֿענישן זענען וויכטיקער, אַפֿילו ווען זיי שטערן, מעגלעך, די אייניקייט פֿון דער קהילה. פֿונדעסטוועגן, ווערן ביידע ענינים דערמאָנט אין די ביידע פּרשיות, הגם אינעם פֿאַרקערטן סדר — ווײַל סײַ דער קאָלעקטיוו, סײַ די באַזונדערע פּערזענלעכקייט, זאָלן נישט אינגאַנצן איגנאָרירן איינער דעם צווייטן.