אין דער הײַנטיקער פּרשה, "במדבר", ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן באַזונדערס יעדן ייִדישן שבֿט — אַלע מענער, עלטער ווי 20 יאָר, וועלכע זענען "גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ מלחמה"; צוליב דער פּרטימדיקער "דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק", וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער פּרשה, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אָנגערופֿן אין די נישט־ייִדישע איבערזעצונגען "דאָס בוך פֿון צאָלן".
די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן דאָס חשיבֿות פֿון יעדן ייִד — אַחוץ פֿאַרשיידענע מיסטישע סודות, וואָס שטעקן אין די דאָזיקע ציפֿערן.
עס פֿרעגן זיך אָבער צוויי קשיות: אויב דער דאָזיקער חשבון ווײַזן אָן אויף דעם חשיבֿות פֿון יעדן ייִד, פֿאַרוואָס האָט די תּורה אויסגעמיטן די פֿרויען און קינדער פֿונעם חשבון, וואָס אָן זיי וואָלט דאָך דאָס ייִדישע פֿאָלק נישט געקענט עקזיסטירן בכלל? און, צווייטנס, פֿאַרוואָס שטייט אין דער אייביקער תּורה, וואָס "אַלע אירע וועגן זענען שלום", דווקא אַזאַ "מיליטאַנטישער" חשבון, פֿאַרבונדן מיט מלחמות?
דער אָנזאָג איבערצוציילן די ייִדן, "שׂאו את ראש כּל עדת בני־ישׂראל", מיינט, בוכשטעבלעך, "הייבט אויף די קעפּ פֿון די ייִדן". די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן איבערצוציילן די ייִדן, כּדי זיי זאָלן דערפֿילן זייער חשיבֿות, זיי זאָלן "אויפֿהייבן די קעפּ". על־פּי־קבלה, זענען די נפֿשות פֿון די מענער מער "עקסטראַווערסיוו", אָריענטירט אויף דער אַרומיקער וועלט; די נשמות פֿון די פֿרויען זענען, אָבער, מער "אינטראָווערסיוו", פֿאָקוסירט מער אויף דער אינערלעכער וועלט און דער נאָענטער סבֿיבֿה. דערפֿאַר, האָבן דווקא די מענער זיך גענייטיקט אינעם אויסערלעכן, "עקסטראַווערסיוון" מיטל פֿון חשבון, כּדי צו דערפֿילן זייער חשיבֿות.
אינעם פּרק אין "פּרקי אָבֿות", וועלכן מיר האָבן געלערנט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, שטייט: "בן־עשׂרים לרדוף" — דער צוואָנציק־יעריקער מאַן "יאָגט זיך" נאָך פּרנסה, ווי אויך נאָך גײַסטיקע מעלות. דאָס איז, ווי דער רמב״ן האָט מסביר געווען, דער טײַטש פֿון די ווערטער "כּל יוצא צבֿא", "די, וואָס זענען גרייט צו מלחמה". דווקא די דערוואַקסענע מענער האָבן די שטאַרקייט צו פֿירן אַ "מלחמה" מיט די שוועריקייטן פֿונעם לעבן, און זענען מסוגל "איבערצונעמען" די גאָרע וועלט, אָבער דווקא זיי, צוליב זייער "עקסטראַווערסיווער" נאַטור, נייטיקן זיך מער אין אויסערלעכן כּבֿוד און אויסצייכענונגען; די פֿרויען, ווי אויך די קינדער, דערפֿילן זייער וויכטיקייט אָן קיין ספּעציעלע חשבונות.
וואָס שײַך דעם אינערלעכן "חשבון", זאָגט די גמרא, אַז יעדער מענטש מוז זאָגן, אַז די גאַנצע וועלט איז "באַשאַפֿן געוואָרן פּערזענלעך פֿאַר אים". סײַ מענער, סײַ פֿרויען, סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן, האָבן זיכער אַן אוניקאַלן פּאָטענציאַל, אַן אינדיווידועלן צוועק אין דער וועלט, ווי עס שטייט בפֿירוש, אַז אַ גוי, וואָס לערנט די אַלמענטשלעכע מיצוות אין דער תּורה, איז פּונקט אַזוי חשובֿ, ווי אַ "כּהן־גדול, וואָס גייט אַרײַן אין קדשי־קדשים".
אין די חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז הגם אין דער הײַנטיקע פּרשה ווערט באַטאָנט די אוניקאַלע מעלה פֿון יעדן ייִדישן שבֿט, מיינט עס נישט, אַז אַלע מענטשן זענען "גלײַך" אין אַ וווּלגאַרן זין: ווי מע זעט אינעם חומש, האָט יעדער שבֿט געהאַט אַ באַזונדערן לאַגער, אַ באַזונדערע פֿאָן, און אַ באַזונדערן דרך אין עבֿודת־השם. כּדי צו דערגרייכן די אמתע גלײַכקייט און אייניקייט, מוז יעדער זוכן זײַן אוניקאַל אָרט אין דער גרויסער "מאָזאַיִק" פֿון דער וועלט; הגם מע דאַרף זיך לערנען גוטע זאַכן איינער בײַם צווייטן, טאָר מען נישט נאָכמאַכן יענעמס יעדן שריט־און־טריט.
די חסידים האָבן אַמאָל געפֿרעגט דעם גרויסן פּוילישן רבין, רב שׂמחה־בונים פּשיסכער: וואָס וואָלט ער געגעבן, כּדי צו ווערן אַבֿרהם־אָבֿינו? האָט דער רבי געענטפֿערט: "נישט קיין גראָשן! איך וויל זײַן רב שׂמחה־בונים, נישט אַבֿרהם־אָבינו!" רב שׂמחה האָט אַמאָל אויך געזאָגט, אַז אַ ייִד מוז האַלטן אין זײַן קעשענע צוויי צעטלעך: איין צעטל מיט אַן אויפֿשריפֿט "איך בין גאָרנישט — אַש און שטויב!", און דאָס צווייטע — "די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב מיר."
* * *
אין "מדרש רבה" אויף דער פּרשה, אויפֿן פּסוק "הקרבֿ את מטה לוי", "דערנענטער דעם שבֿט לוי", ווערט געבראַכט דער פּסוק פֿון תּהילים: "צדיק כּתּמר יפֿרח, כּארז בלבֿנון ישׂגה" — "דער צדיק וועט וואַקסן ווי אַ טייטלבוים, וועט אויפֿשטײַגן ווי אַ צעדער". אין שײַכות מיט די חשבֿונות פֿון די שבֿטים, ציילט דער מדרש איבער פֿאַרשיידענע סאָרטן פֿון ייִדן בכלל — צדיקים און פּשוטע מענטשן, תּלמידי־חכמים און עמי־הארצים, רבנים און צדקה־געבער — וועלכע ווערן געגליכן צו אַ טייטלבוים, וואָס גיט פֿאַרשיידענע, גרויסע און קליינע פֿרוכטן. דער בעל־שם־טוב האָט אַמאָל געזאָגט, אַז עס זענען פֿאַראַן אויך פֿאַרשיידענע מינים צדיקים. אַ צעדער איז אַ שטאַרקער, הויכער, שלאַנקער בוים, וואָס האָט אַ סך מעלות, אָבער גיט נישט קיין פּירות; פֿאַראַן אויך אַזעלכע צדיקים — "צדיקים אין פּעלץ" — וואָס זענען טאַקע גרויסע בעלי־מדרגה, אָבער טיילן נישט זייער צידקות מיט די אַנדערע. דער צווייטער מין צדיקים איז צוגעגליכן צו אַ טיילטבוים, וואָס גיט כּסדר פּירות און "פֿאַרפֿלאַנצט" אַנדערע צדיקים.
ווי עס שטייט אין גמרא, שטייען די בעלי־תּשובֿה אויף אַ העכערער מדרגה, ווי צדיקים־גמורים. דער ענין פֿון תּשובֿה, דאָס "אומקערן זיך" צום אייבערשטן, האָט אַ שײַכות נישט נאָר צו בעלי־עבֿירה, וואָס הערן אויף צו זינדיקן, נאָר אויך צו יעדן, וואָס שטרעבט תּמיד צו זײַן העכער, נעענטער צום באַשעפֿער, אַרײַנגערעכנט די גרעסטע צדיקים. אַזעלכע צדיקים פֿאַרשפּרייטן אין דער וועלט דעם "תּשובֿה־כּוח", דעם חשק צו דערנעענטערן זיך צו אַלקות; אין פֿאַרגלײַך מיט דעם "צדיק אין פּעלץ", געפֿינען זיי זיך סײַ אויף דער מדרגה פֿון אַ צדיק, סײַ אויף דער מדרגה פֿון אַ בעל־תּשובֿה.