|
רוסישע קאָזאַקן, קעמפֿער פֿון דער ערשטער וועלט־מלהמה, פֿאָטאָ פֿון יאָר 1915 |
|
ניט לאַנג צוריק האָט מען אין אַ צאָל מדינות געפֿײַערט דעם נצחון-טאָג איבערן פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. אין אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גייט דורך די דאָזיקע דאַטע ניט באַמערקט דורך ס'רובֿ תּושבֿים, אָבער מע פֿײַערט עס נאָך אַלץ גאַנץ ברייט אין אייראָפּע: אין פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, טשעכיע און נאָך עטלעכע לענדער איז עס אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ.
אָבער אויך אין אַמעריקע, ישׂראל און, בכלל, אומעטום, וווּ עס לעבן וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿאַרגעסן זיי ניט וועגן דער דאַטע.
אין שײַכות מיטן 62סטן יאָרטאָג פֿונעם סוף פֿון דער מלחמה — און דעם חורבן — אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט, וויל איך דערמאָנען וועגן אַ פּאַראַדאָקסאַלן פֿענאָמען פֿון יענער צײַט, דהײַנו: דאָס לויבן און רימען די רוסישע קאָזאַקן מצד די ייִדישע ליטעראַטן. איך בין זיכער, אַז בײַ אַ סך "פֿאָרווערטס"-לייענער רופֿט אַרויס דאָס וואָרט "קאָזאַק" בילדער פֿון פּאָגראָמען און אַנדערע גזירות אין דער רוסישער געשיכטע. אָבער אָט לייענען מיר דאָס ליד "ניט ציט צוריק, דאָנער קאָזאַקן" פֿונעם באַקאַנטן קאַנאַדער ייִדישן דיכטער שלום שטערן (1907–1990), אַ מיטגליד פֿון אַ גרויסער ייִדישער ליטעראַרישער דינאַסטיע:
היי, קאָזאַקן אויף די הייסע פֿערד,
עס שווינדט הינטער אײַך די ערד.
ברייטע הויזן, רויטע לאַמפּאַסן,
צום ברוינעם שׂונא אַזאַ פֿיבערדיק האַסן.
קרומע שווערדן, מעסערדיקע קינזשאַלן.
איבער גאָלדענעם סטעפּ נקמה-לידער שאַלן.
היי, קאָזאַקן מיט די קלינגענדיקע שפּאָרן,
עס קלינגען אײַערע קעמפֿערישע לידער אין
הויכן, וויגנדיקן קאָרן.
גאַרנדיקע, ליבנדיקע מוידן בענקען נאָך אײַערע ווינטיקע טשופּרינעס.
זייערע אויגן — קוועלנדיקע, טיפֿע ברונעמס,
לאָקערן אויף סכּנה-וועגן,
הינטער חורבֿות, הינטער שינעס.
זייערע הענט — בליציקע זעגן,
דעם ברוינעם היצל צעזעגן.
אָט אַזאַ אידעאַליסטיש בילד איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין יוני 1943 אין דער ניו-יאָרקער צײַטשריפֿט "אייניקייט", וואָס איז געווען אַ שותּף פֿון דער מאָסקווער צײַטונג פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם וואָס קאָזאַקן, וואָס האָבן מיט זיך פֿאַרקערפּערט די עקסטרעמאַלע רוסישע ווילדקייט און העלדישקייט, זײַנען אויך פֿאַר ייִדן אָפֿט מאָל געוואָרן אַ מאָדעל פֿון גבֿורה. קיין נײַע זאַך איז עס ניט געווען. דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער ישׂראל ברטל האָט בשעתּו געשריבן וועגן דער פֿאַרכּישופֿטקייט, וואָס די ציוניסטן האָבן געפֿילט מכּוח די קאָזאַקן און אַרײַנגעבראַכט זייער דערפֿאַרונג בײַם בויען דאָס ייִדישע לעבן אין ארץ-ישׂראל.
אין די 1930ער יאָרן האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ממש איבערגעקערט די וועלט, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די ייִדישע פּויערים און די קאָזאַקן. אין 1936 און 1937 האָט מען דורכגעפֿירט באַגעגענישן צווישן ביידע צדדים. פֿריִער איז אַ גרופּע ייִדן געקומען צו גאַסט צו די קאָזאַקן, אין זייער סטאַניצע (דאָרף) צימלע, און דערנאָך האָט מען אין אַ ייִדיש דאָרף, נײַ-זלאַטאָפּאָל, אויפֿגענומען אַ גרופּע קאָזאַקן. וועגן דעם איז ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן. ניט איין מאָל האָט זיך צו דער טעמע אומגעקערט, למשל, דער שרײַבער חיים מעלאַמוד (1907–1993), וואָס האָט אין די 1930ער יאָרן געוווינט אין נײַ-זלאַטאָפּאָל און רעדאַגירט די היגע ייִדישע צײַטונג. אָט ווי ער האָט וועגן דעם דערמאָנט אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש ווערק "מײַנע דרײַסיקער יאָרן", אָנגעשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן:
"צוויי נאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס האָבן אין משך פֿון דורות זיך געפֿונען אין קעגנזײַטיקער פֿײַנטשאַפֿט. ייִדישע קינדער האָט מען געשראָקן מיט קאָזאַקן, און קאָזאַקישע קינדער מיט ייִדן. דער חילוק איז בלויז באַשטאַנען אין דעם, וואָס די גראָמירטע זײַנען געווען די ייִדן, און די פּאָגראָמשטשיקעס — די קאָזאַקן. און אָט האָט די געשיכטע זיי צונויפֿגעפֿירט אויף גאָר אַן אַנדערן באָדן און געוויזן זיי איינער דעם אַנדערן אַזעלכע, ווי זיי זײַנען אין דער אמתן. די באַקאַנטשאַפֿט איז צוערשט געגאַנגען ניט אַזוי גלאַטיק. עס געדענקט זיך, ווי אין אייניקע ייִדישע דערפֿער איז מען זיך פֿאַנאַנדערגעלאָפֿן, דערזעענדיק אַ גרופּע קאָזאַקן אין בלויע הויזן מיט רויטע לאַמפּאַסן. עס געדענקט זיך אויך, ווי אין צימלע, ווען דאָרטן איז געווען אַ דעלעגאַציע פֿון אונדזער ראַיאָן, האָט איינער אַן אַלטער קאָזאַק, קיריי איוואַנאָוויטש, אויסגערופֿן:
— איך וועל ניט גלייבן, אַז ייִדן באַאַרבעטן די ערד, פֿלאַנצן ווײַנגערטנער און האָבן פֿיצוכט-פֿערמעס, ביז איך וועל דאָס ניט זען מיט די אייגענע אויגן.
דעם קומענדיקן פֿרילינג איז צווישן דער דעלעגאַציע קאָזאַקן געווען אויך קיריי איוואַנאָוויטש. [...] שוין צום סוף האָט קיריי איוואַנאָוויטש געבעטן אַ וואָרט.
— איך וויל בײַ אײַך הײַנט בעטן, — האָט ער אָנגעהויבן, און זײַן שטים האָט געציטערט פֿון אויפֿגערעגטקייט. — איך וויל בײַ אײַך בעטן, איר זאָלט מיר מוחל זײַן. דאָס גאַנצע לעבן האָב איך פֿײַנטלעך זיך באַצויגן צו די ייִדן. און ווען מײַן זון אין ראָסטאָוו [די צענטראַלע שטאָט פֿון די דאָנער קאָזאַקן] האָט חתונה געהאַט פֿאַר אַ ייִדישקע, האָב איך אים פֿאַרשאָלטן. הײַנט מעלד איך פֿײַערלעך, אַז איך נעם אַראָפּ פֿון אים די קללה.
האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון איר אָרט די מעלקערין ראָזע לוריע, אַ היפּש געפּאַקטע פֿרוי, צוגעקומען צו דעם אַלטיטשקן און זיך אָנגערופֿן:
— אויב אַזוי... מײַן טאָכטער האָט אין ראָסטאָוו חתונה געהאַט פֿאַר אַ קאָזאַק. און עס קאָן זײַן טאַקע פֿאַר אײַער זון. זײַנע מיר דאָך מחותּנים. איז לאָמיר זיך צעקושן!"
וועגן דער מעשׂה האָט מען אַ סך געשריבן, אַזוי אַז ס'איז שווער אָפּצוטיילן די מיטאָלאָגיע פֿון דער רעאַלקייט. אָבער זיכער — אין דעם קלימאַט פֿון יענער צײַט האָט אַזאַ זאַך געקענט פּאַסירן. איך געדענק גוט אונדזערע שכנים אין אוקראַיִנע: ער איז געווען אַ ייִד, אַן אָפֿיציר, און זײַן ווײַב איז טאַקע געווען אַ קאָזאַטשקע. ער האָט תּמיד גערעדט וועגן זײַן חלום צו נעמען זײַן גאַנצע משפּחה און פֿאָרן קיין ישׂראל. ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז עמעצער פֿון זיי וווינט הײַנט ערגעץ אין חיפֿה, נתּניה אָדער נאָך אין עפּעס אַ ישׂראלדיקער שטאָט.
אַ בראַווע ייִדישע פֿרוי פֿלעגט מען פֿאַרגלײַכן מיט אַ "קאָזאַק" — "אַ ווײַבל אַ קאָזאַק". האָט מען געקליבן נחת אויך פֿון די בראַווע ייִדן, וואָס זײַנען אָנערקענט געוואָרן דורך די קאָזאַקן. אין דער מאָסקווער"אייניקייט" (דעם 19טן אָקטאָבער 1944) האָט מויני שולמאַן, שפּעטער אַ פֿירנדיקער ייִדישער רעדאַקטאָר, געשריבן וועגן דעם קאָזאַקישן פּאָלקאָווניק חיים פּאָפּאָוו. דער דאָזיקער העלדישער ייִדישער אָפֿיציר האָט קאָמאַנדעוועט מיט אַ קאָזאַקישן פּאָלק. פּאָפּאָוו איז געווען ווײַט ניט דער איינציקער צווישן די סאָוועטישע קאָזאַקן.
אַ לייענער פֿון לאָס-אַנזשעלעס, ד״ר שמעון פּרוסין, האָט מיר אַ מאָל צוגעשיקט קאָפּיעס פֿון די דרײַ אַרטיקלען, וואָס דער סאָוועטישער פֿאָרשער, אַברהם פּריבלודע, האָט אין האַרבסט 1973 פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער ניו-יאָרקער "מאָרגן-פֿרײַהייט". די פּובליקאַציע איז אַרויס אונטערן טיטל "ייִדישע קאָמאַנדירן צווישן די סאָוועטישע קאָזאַקן". הקיצור, וועגן דעם קען מען נאָך שרײַבן און שרײַבן.