פֿראַנטשישעק בריקציוס |
פּראָג (ייִט״אַ) — די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן אַ נײַעם העלד. אַ דאַנק דעם ענערגישן יונגן טשעליסט, פֿראַנטשישעק בריקציוס, ווערן די הײַנט ווייניק באַוווּסטע "מאַעסטראָס", ווי יאַראָמיר ווײַבערגער, ווידער אָנערקענט אין זייער געבוירן־לאַנד. בריקציוס האָט געמאָלדן וועגן אַ "ווײַנבערגער טור" אין מיטן אַפּריל מיט אַ קאָנצערט אין דער שפּאַנישער שיל אין פּראָג. די פֿאָרשטעלונג, פֿון בריקציוס, צוזאַמען מיטן פּיאַניסט טאָמאַס וויסעק, נעמט אַרײַן דרײַ ווערק פֿון ווײַנבערגער (1897—1967); אַ סאָנאַטע פֿון ערווין שולהאָף (1894—1942), אַ קלאָגליד פֿון דזשיימס סימאָן (1880—1944) און אַ נײַ ווערק פֿון הײַנטיקן קאָמפּאָזיטאָר אירענאַ קאָסיקאָוואַ.
"ס׳איז זייער וויכטיק צו טאָן די דאָזיקע אַרבעט. ערשטנס, איז די מוזיק וווּנדערלעך", האָט בריקציוס דערקלערט בײַ אַ קאַווע אינעם פּרעכטיקן קאָנצערט־זאַל פֿון 19טן יאָרהונדערט "רודאָפֿינום". אין די קומענדיקע זעקס חדשים, אין משך פֿון דעם טור, וועט בריקציוס אויפֿטרעטן אין פֿאַרשיידענע טשעכישע שטעט און שטעטלעך, לכּבֿוד ווײַנבערגערס 40סטן יאָרצײַט. פֿאַר וואָס ווײַנבערגער? "איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז מע האָט נישט געשפּילט ווײַנבערגער דאָ זייער אַ לאַנגע צײַט", דערקלערט בריקציוס, "כאָטש ער איז פֿאַר דער מלחמה געווען דאָ מער פּאָפּולער ווי סמעטאַנאַ". בעדרזשיך סמעטאַנאַ האָט געשאַפֿן דעם "מאָלדאַו", אַ ליד וואָס מע שפּילט אויף יעדן פֿלוג מיט דער טשעכישער לופֿט־ליניע, און וואָס דערמאָנט זייער אין אונדזער "התּקווה".
די ווערק פֿון אַ סך פֿאַר־מלחמהדיקע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן האָט מען בשעת דער קאָמוניסטישער תּקופֿה נישט געשפּילט, צוליב פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע סיבות. דעריבער האָבן הײַנט ס׳רובֿ טשעכן גאָרנישט געהערט פֿון ווײַנבערגער. דאָס פֿאַרדריסט, בפֿרט אַז די טשעכן און די טוריסטן הערן בלויז אַזעלכע "וואַסערדיקע", אויסגעדראָשענע שטיקלעך אין אַזאַ שטאָט ווי פּראָג, וואָס פֿלעגט זײַן די מוזיקאַלישע הויפּטשטאָט פֿון גאַנץ אייראָפּע. "אין עטלעכע ערטער הערט מען די זעלבע מאָצאַרט־קאָמפּאָזיציעס יעדן טאָג, צוויי מאָל אַ טאָג. עס הערט אויף צו זײַן ערנסטע מוזיק".
ווײַנבערגערס מוזיק איז ראָמאַנטיש און דערמאָנט אינעם סטיל פֿון דעבוסי. אַ באַוווּסטע קאָמפּאָזיציע זײַנע, וואָס ווערט נאָך געשפּילט הײַנט איבער דער וועלט, איז אַן אָפּערע מיטן נאָמען "סוואַנדאַ דער דודלזאַק־שפּילער". ווײַנבערגער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּראָג אין 1937, איידער די נאַציס זענען געקומען, און איז, סוף־כּל־סוף, אָנגעקומען אין סיינט־פּיטערסבערג, פֿלאָרידע. ער האָט געלעבט אין נויט און איז קראַנק געוואָרן אויף אַ מוח־ראַק. אין 1967 האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן. אָבער אין משך פֿון זײַן לעבן האָט ער געשאַפֿן איבער 100 מוזיקאַלישע ווערק.
דעם קאָמפּאָזיטאָר ערווין שולהאָף האָט די מוזיק־וועלט ווידער אַנטדעקט מיט אַ צען יאָר צוריק. ער האָט געפּרוּווט אימיגרירן קיין רוסלאַנד אין 1941, אָבער נישט באַוויזן און איז געשטאָרבן פֿון טובערקולאָז אינעם דײַטשישן קאָנצענטראַציע־לאַגער וואַלצבורג. שולהאָפֿס ווערק זענען מער פּאָפּולער, זיי דערמאָנען די פֿילם־מוזיק פֿון די אַלטע אַמעריקאַנער "וועסטערנס".
דער קאָמפּאָזיטאָר דזשיימס סימאָן, וואָס האָט זיך געפֿונען אַ צײַט אין טערעזיענשטאַט, איידער מע האָט אים פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ, איז בריקציוסן געווען אומבאַקאַנט. זײַנע ווערק האָט ער געהערט צום ערשטן מאָל בעת דעם מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ישׂראל, געווידמעט די אַמאָליקע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון טערעזיענשטאַט. בריקציוס שפּילט אין זײַן איצטיקער פֿאָרשטעלונג סימאָנס קלאָגליד אויפֿן טויט פֿון זײַן שוועסטער.
קאָסיקאָוואַ איז די טאָכטער פֿון אַ באַקאַנטן טשעכישן פֿילאָסאָף, וואָס האָט, אַזוי ווי בריקציוס׳ זיידע, איבערגעלעבט טערעזיענשטאַט.
בריקציוס, נישט קיין ייִד, טראַכט שוין וועגן אַ נײַעם פּראָיעקט פֿאַרן יאָר 2009, לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿון ייִרי ווײַל, דער מחבר פֿון דער נאָוועלע "לעבן מיט אַ שטערן", וועגן דעם ייִדישן לעבן אין פּראָג פֿאַר די טויט־טראַנספּאָרטן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן.