די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט קאָנדאַליזאַ רײַס, די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין רוסלאַנד. ווי עס פֿירט זיך אויף אַזאַ הויכן אופֿן, האָט די פּרעסע "דערוואַרעמט" דעם עולם נאָך איידער די געסט פֿון וואַשינגטאָן האָבן געלאַנדט אין מאָסקווע. ביידע צדדים אין זייערע עפֿנטלעכע דערקלערונגען האָבן זיך אויסגעטוישט מיט גענונג שאַרפֿע אָפּשאַצונגען פֿון איינעם מכּוח דעם אַנדערן.
אַזוי, למשל, האָט קאָנדאַליזאַ רײַס געזאָגט, אַז "דאָס קאָנצענטרירן די מאַכט אין קרעמל רופֿט בײַ אַמעריקע אַרויס זאָרג"; אַן אַנדער זאָג: "מיר האָבן געפּרוּווט איבערצוצײַגן די רוסישע, אַז די נײַע דעמאָקראַטישע לענדער בײַ די גרענעצן מיט רוסלאַנד, זאָל דאָס זײַן גרוזיע אָדער אוקראַיִנע, פֿאַרשאַפֿן נישט קיין פּראָבלעמען פֿאַר רוסלאַנד."
פּרעזידענט פּוטין האָט, פֿון זײַן זײַט, געזאָגט אין זײַן אויפֿטריט דעם 9טן מײַ, לכּבֿוד דעם נצחון־טאָג, אַז עס הערן זיך ווידער דראָונגען און "אין די נײַע דראָונגען, פּונקט ווי אין די צײַטן פֿונעם דריטן רײַך, שטעקט אַ פֿאַראַכטונג צום מענטשלעכן לעבן, די זעלבע פּרעטענזיע צו הערשן איבער אַלע און אַלעמען דיקטירן וואָס צו טאָן". פּוטינס ווערטער זײַנען באַלד פֿאַרטײַטשט געוואָרן, ווי אַן אָנדײַט פֿאַר בושס אַדמיניסטראַציע, הגם די רוסלענדישע טשינאָווניקעס האָבן פֿאַרזיכערט וואַשינגטאָן, אַז צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן די ווערטער קיין שום שײַכות נישט.
זיך אויסגעטוישט מיט דיפּלאָמאַטיש־אויסגעהאַלטענע שפּילקעס, האָבן ביידע צדדים זיך געטראָפֿן אין מאָסקווע. דער אמת איז אָבער, אַז אינעם סדר־היום פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען אין מאָסקווע זײַנען געשטאַנען צוויי אַנדערע פֿראַגעס: די פֿראַגע פֿון אינסטאַלירן די קעגנראַקעטן־עלעמענטן אויפֿן שטח פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער און דער סטאַטוס פֿון קאָסאָוואָ.
שוין אַ היפּשע צײַט, אַז די הויכגעשטעלטע מיליטער־לײַט אין רוסלאַנד דערקלערן בײַ יעדער געלעגנהייט, אַז צו אינסטאַלירן אַזעלעכע "עלעמענטן" איז אַן אומזיסטיקע טירחה, ווײַל סײַ די איראַנישע און סײַ די צפֿון־קאָרעיִשע ראַקעטן האָבן נישט אַזאַ קראַפֿט צו דערגרייכן די גרענעצן פֿון מיזרח־אייראָפּע. הייסט עס, טענהן זיי, אַז דער אמתער צוועק פֿאַר אַזעלכע קעגנראַקעטן איז צו "צעשטערן דעם סטראַטעגישן באַלאַנס אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט".
וואָס שייך דער פֿולער אומאָפּהענגיקייט פֿון קאָסאָוואָ, ציט דאָ רוסלאַנד ווײַטער איר ליניע, וואָס זי האָט געצויגן ערבֿ דער מלחמה אויף די באַלקאַנען: מע טאָר נישט אָפּרײַסן קאָסאָוואָ פֿון סערביע. צוריק גערעדט, קוועטשן אפֿשר רוסלאַנד נישט אַזוי די אינטערעסן פֿון סערביע, ווי אירע אייגענע, מחמת דערמיט שאַפֿט זיך אַ פּרעצעדענט אין די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן. דהײַנו: הײַנט גייט אַ רייד וועגן קאָסאָוואָ, און מאָרגן קאָן אַזאַ אומאָפּהענגיקייט פֿון רוסלאַנד גופֿא פֿאָדערן טשעטשניע אָדער טאַטאַרסטאַן און ווער נאָר נישט?!
וואָס זשע האָט געבראַכט דער וויזיט פֿון קאָנדאַליזאַ רײַס אין מאָסקווע? ריכטיקער געזאָגט, מיט וואָס, חוץ די טראַדיציאָנעלע מאַטריאָשקעס, וואָס מע קאָן פֿרײַ קריגן אויך אויף ברײַטאָן־ביטש אין ברוקלין, פֿאָרט די הויכגעשטעלטע אַמעריקאַנערין אַהיים? ביידע צדדים זײַנען געבליבן אויפֿן אַלטן, אָבער... מ‘האָט צווישן זיך אָפּגערעדט "צו האַלטן זיך מער געהיט בײַ דער עפֿנטלעכער פּאָלעמיק"; דאָס מיינט, נישט סטראַשען די גענדז פֿאַר אַן עולם.
צי קאָן מען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ פּאָזיטיווע דערגרייכונג? אויפֿן הינטערגרונט פֿון די לעצטע אויפֿטרעטן פֿון פּרעזידענט פּוטין, וואָס האַלט אין איין אונטעררײַסן זײַנע באַציִונגען מיטן מערבֿ, זעט עס אויס מאָדנע. ס‘איז נישט קיין סוד, אַז ווי נאָר עס לאַדיעט זיך עפּעס נישט אין דער מאָסקווער מלוכישקייט, הייבט מען דאָרט אָן זוכן אַ פֿײַנט פֿון יענער זײַט גרענעץ. מאָסקווע טראַכט זיך הײַנט ווידער אויס אַזאַ פֿײַנט; זי טראַכט אים אויס נישט פֿאַר אַבי וועמען, נאָר פֿאַר איר אייגענעם פֿאָלק, וואָס האָט זייער ליב צו הערן אַלטע מעשׂהלעך וועגן שרעקלעכע, פֿינצטערע כּוחות, וואָס ווילן אומברענגען די רוסישע מענטשן.
אַמאָל, אין די סאָוועטישע צײַטן, האָבן אַזעלכע מעשׂהלעך זייער אויסגענומען. זעט אויס, אַז יענע צײַטן קערן זיך אום צוריק.