ליטעראַטור
איתּן פֿינקעלשטיין,
"פּרעהס פּאַסטעכער"
(מאָסקווע, 2006) (רוסיש)
איתּן פֿינקעלשטיין, "פּרעהס פּאַסטעכער" (מאָסקווע, 2006) (רוסיש)

דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער פּובליציסט און פּאָליטאָלאָג איתן פֿינקעלשטיין האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ ברייטן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿונעם רוסיש־ייִדישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. דאָס בוך איז באַוווינט מיט הונדערטער היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. ס׳רובֿ פֿון זיי באַווײַזן זיך בלויז אויף אַ פּאָר זײַטלעך און ווערן ווידער נעלם. דער מחבר אַליין דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן ווערק ווי אַ "מישמאַש־ראָמאַן", און דער דאָזיקער באַגריף פּאַסט זייער גוט צו דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום. דאָס רוסישע ייִדנטום איז אַ מאָדנע עדה׃ זיי האָבן שטאַרק באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון ייִדישן לעבן אין דער מאָדערנער תּקופֿה, אָבער דערבײַ זײַנען זיי ביז איצט ניט בכּוח צו פֿאַרשטיין זייער אייגענעם מהות.

פֿינקעלשטיין מאַכט אַ דרייסטן פּרוּוו צו שאַפֿן אַ קינסטלערישן אימאַזש פֿון דעם פֿילשטימיקן כאָר פֿון רוסישע ייִדן. דאָ הערט מען קולות פֿון כּלערליי פּאָליטישע אידעאָלאָגן, גלייביקע ייִדן און אַפּיקורסים, און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. דער מחבר שטייט בײַ דער זײַט, צוהערנדיק זיך צו די באַשעפֿענישן פֿון זײַן שרײַבערישער פֿאַנטאַזיע. ער פֿירט זײַן לייענער פֿון איין תּקופֿה צו דער אַנדערער, פֿון רוסלאַנד קיין ארץ־ישׂראל, אייראָפּע און אַמעריקע, און צוריק קיין רוסלאַנד. ער איז אַ סאַרקאַסטישער, אָבער פֿרײַנדלעכער מדריך דורך דעם לאַבירינט פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. זײַן רײַכע לעבנס־דערפֿאַרונג אין פֿאַרשידענע לענדער און פּאָליטישע סיסטעמען האָט אים אָנגעלערנט צו האָרכן און צו פֿאַרשטיין פֿאַרשידענע מיינונגען און פּאָזיציעס, און ער איז אויסן צו טיילן זיך מיט זײַן חכמה מיט דער ייִנגערער לייענערשאַפֿט אין רוסלאַנד. פֿינקעלשטיין האָט פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט צענדליקער יאָרן צוריק; ער האָט דערנאָך געלעבט אין ישׂראל און דײַטשלאַנד, אָבער איצט איז זײַן בוך אַרויס אין דעם סאַמע בכּבֿודיקסטן מאָסקווער פֿאַרלאַג פֿון אינטעלעקטועלער ליטעראַטור. דאָס איז אַ סימבאָלישער גילגול, וואָס שפּיגלט אָפּ דעם גורל פֿון רוסיש־ייִדישער קולטור.

דער רוסישער לייענער וועט בלי־ספֿק באַמערקן, אַז פֿינקעלשטיינס בוך איז אַ מין דערווידערונג אויף דעם צוויי־בענדיקן פּובליציסטישן ווערק פֿון אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין "צוויי הונדערט יאָר אין איינעם", וווּ דער באַקאַנטער רוסישער שרײַבער מאָלט אַ בילד פֿון רוסיש־ייִדישן צוזאַמענלעבן פֿון אַ רוסישן נאַציאָנאַליסטישן שטאַנדפּונקט. אָבער פֿינקעלשטיינס קינסטלעריש־פּובליציסטישער פּאָרטרעט פֿון רוסישן ייִדנטום איז ווײַט ניט קיין אַפּאָלאָגעטישער, היפּוך פֿון סאָלזשעניצינס איינזײַטיקער און פֿאָרויסגענומענער וויזיע. פֿינקעלשטיין איז אויסן צו ווײַזן די סתּירותדיקע און קאָמפּליצירטע טבֿע פֿון דעם רוסיש־ייִדישן היסטאָרישן פֿענאָמען, צו באַטראַכטן אים פֿון פֿאַרשידענע צדדים. אייניקע ייִדישע געשטאַלטן, בפֿרט, ווען עס קומט צו די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, זײַנען געשילדערט גאַנץ שאַרף און סאַטיריש. פֿינקעלשטיין פּאָלעמיזירט ניט בלויז מיט סאָלזשעניצינען, נאָר אויך מיט אייניקע מחברים פֿון פּאַטעטיש־זיסלעכע פּאָפּולערע חיבורים וועגן ייִדישער געשיכטע, וווּ די ייִדן ווערן אויסגעמאָלט ווי ריינע און אומשולדיקע קרבנות פֿונעם בלוטיקן רוסישן אַנטיסעמיטיזם.

מער פּראָבלעמאַטיש איז דער קינסטלערישער אַספּעקט פֿון פֿינקעלשטיינס "מישמאַש־ראָמאַן". דאָס בוך איז אַזוי געדיכט אָנגעפּאַקעוועט מיט היסטאָרישע פּרטים און פּערסאָנאַזשן — פֿון דער רוסישער אימפּעראַטאָרין יעקאַטערינע די צווייטע ביז דוד בן־גוריון און באָריס יעלצין — וואָס עס פֿאַרהילכט דעם אייגנטלעכן סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן. עס האָט זיך באַקומען אַ מין בעלעטריזירטער קיצור פֿון אַ ייִדישער ענציקלאָפּעדיע. צום באַדויערן, ווײַט ניט אַלע עפּיזאָדן מיט באַקאַנטע היסטאָרישע פּערסאָנאַזשן האָבן זיך אײַנגעגעבן דעם מחבר. מען קאָן פֿאַרשטיין דעם מחברס כּוונה צוצוגעבן זאַלץ און פֿעפֿער אין דעם נודנעם היסטאָרישן באַריכט, אָבער גאַנץ אָפֿט דערמאָנען די דאָזיקע עפּיזאָדן אין די "העכסט־אינטערעסאַנטע" היסטאָרישע ראָמאַנען, וועלכע זײַנען געווען פּאָפּולער אין דער ייִדישער ליטעראַטור מיט אַ יאָר הונדערט צוריק.

דער העלד פֿונעם ראָמאַן איז אַ מין "אייביקער ייִד", אַ ליטוואַק, וועלכער וואַנדערט דורך צײַט און רוים, און קאָן ניט געפֿינען זײַן היים. "פּרעהס פּאַסטעכער" איז אַ גלות־ראָמאַן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מדינת־ישׂראל שפּילט דערין אַ וויכטיקע ראָלע. דער מחבר קערט איבער דעם ציוניסטישן מיטאָס וועגן דעם "נײַעם ייִד", דעם "צבר", וואָס ווערט, סוף־כּל־סוף, באַפֿרײַט פֿון אַלע שוואַכקייטן און קאָמפּלעקסן פֿון גלות־ייִדנטום. ווען עס קומט צו פֿאַרשידענע קאָנצעפּציעס פֿון ייִדישער געשיכטע, איז פֿינקעלשטיין אַ תּלמיד פֿון שמעון דובנאָוו. דובנאָווס באַגריף פֿון "דיאַספּאָרישן נאַציאָנאַליזם" האָט ניט אויסגעשלאָסן די ציוניסטישע אידעע פֿון מדינת־ישׂראל, אָבער דער גרויסער רוסיש־ייִדישער היסטאָריקער האָט ניט געגלייבט, אַז דאָס וועט לייזן אַלע ייִדישע פּראָבלעמען און אָפּשאַפֿן דעם ייִדישן גלות. דובנאָוו האָט ניט געהאַט קיין סך חסידים, מחוץ דעם שמאָלן קרײַז פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. פֿינקעלשטיינס "מישמאַש־ראָמאַן" איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין בעלעטריסטישע אילוסטראַציע פֿון דובנאָווס טעאָריע. אָבער דאָס בוך פֿאַרמאָגט אַ סאַרקאַסטישן זעלבסט־איראָנישן טעם, וואָס פּאַסט זייער גוט צו דער איצטיקער צײַט, ווען דער גאַנצער ייִדישער ציבור, סײַ אין ישׂראל, און סײַ אין די תּפֿוצות, פּרוּווט פֿון דאָס נײַ צו באַטראַכטן זײַן מצבֿ אין דער וועלט.