אין די 1970ער יאָרן מיטן אויפֿקום פֿון אַ רײַכערער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע, איז אויך אויפֿגעקומען אַ נײַער זשאַנער הומאָר וועגן צעבאַלעוועטע ייִדישע מיידלעך, באַקאַנט ווי "דזשאַפּס" — ראָשי־תּיבֿות אויף ענגליש פֿון "ייִדישע אַמעריקאַנער פּרינצעסין". די דאָזיקע וויצן, שוין כּמעט ווי פֿאַרגעסן הײַנטיקע צײַטן, זענען ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן אין דער פֿאָרשטעלונג — The J.A.P Show וואָס ווערט געשפּילט אינעם "Actors Temple Theater", אין מאַנהעטן, וועלכער דינט ווי אַ שיל בײַ טאָג און אַ טעאַטער אין אָוונט.
די פֿאָרשטעלונג נעמט אַרײַן מער ווי די אַלטע "דזשאַפּ"־וויצן; מע קען אויך הערן חכמות וועגן ייִדישע מענער און פֿרויען, און די שלעכטע באַציִונגען צווישן זיי. למשל — אַ פּאָליציאַנט שטעלט אָפּ משהן אין זײַן אויטאָ און פֿרעגט אים: "צי האָט איר נישט געוווּסט, אַז אײַער פֿרוי איז אַרויסגעפֿאַלן פֿון אויטאָ מיט 10 גאַסן צוריק?" ענטפֿערט משה, "אוי, דאַנקען גאָט, איך האָב געמיינט, כ׳בין טויב געוואָרן!"
דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון פֿיר קאָמיקערינס — קאַטי לאַדמאַן, דזשעסיקאַ קירסאָן, דזשעקי האָפֿמאַן, און קאָרי קאַהאַניי — וועלכע גייען איינציקווײַז אַרויף אויף דער בינע און דערציילן וויצן וועגן ייִדן, זייער משפּחה־לעבן און באַציִונגען מיט מענער. יעדע פֿון די פֿיר האָט אַן אַנדער סטיל און צוגאַנג צו איר קונסט, אָבער דעם אמת געזאָגט, נאָך עטלעכע הונדערט וויצן במשך פֿונעם אָוונט, ווילט זיך פּשוט שרײַען — גענוג וויצן, מע קען שוין מער נישט לאַכן!
קאַטי לאַדמאַנס הומאָר שטעלט דעם טראָפּ אויף זיך אַליין, איר וואָג, איר אויסזען. זי רעדט שטיל און גיט איבער די קאָמישע סיטואַציעס פֿון איר לעבן מיט כיטרע אָבסערוואַציעס. דזשעסיקאַ קירסאָן, להיפּוך, איז אַ גראָבע נאַטור מיט אַ פּיסק, וועלכע באַוועגט זיך און פֿאָדערט, אַז דער עולם זאָל איר אָפּענטפֿערן. זי געהערט צו דער עלטערער שיטה קאָמעדיע, אין וועלכער מע באַליידיקט די מענטשן אין זאַל מיט געשרייען און ווילדע זשעסטן. דזשעקי האָפֿמאַן, אפֿשר די באַקאַנטסטע פֿון די פֿיר, באַהאַלט נישט איר שׂינאה פֿאַר מענער, משפּחות, קינדער — אַ כּלל, פֿאַר אַלץ. קאָרי קאַהאַניי, וועלכע האָט אויך געשאַפֿן די פֿאָרשטעלונג, דערציילט וויצן וועגן דעם זיווג־לעבן בײַ ייִדן, למשל — פֿאַר וואָס זענען גטן בײַ ייִדן אַזוי טײַער? ווײַל זיי זענען דאָס ווערט.
אַרײַנגעפֿלאָכטן צווישן די פֿאָרשטעלונגען פֿון די קאָמיקערינס, קומען פֿאָר "אָדעס" צו פֿינף ייִדישע קאָמיקערינס פֿון אַמאָל — די "מלכּות פֿון קאָמעדיע" — בעל באַרט, דזשין קאַראָל, טאָטי פֿילדס, בעטי וואָקער און פּערל וויליאַמס. אויף גרויסע טעלעוויזיע־עקראַנען זעט דער עולם טעלעוויזיע־אויפֿטריטן פֿון די 50ער און 60ער יאָרן. זייער הומאָר האָט אָפֿט זיך באַניצט מיט פּראָסטע ייִדישע ווערטער און וווּלגאַרישע אויסדרוקן, וואָס האָבן זיכער אָפּגעשטויסן אַ גרויסן טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אָבער, אין דער זעלבער צײַט, האָט זייער חוצפּה זיך אויסצודריקן אַזוי אין די "אידילישע טעג" פֿון די 1950ער יאָרן, צוגעצויגן אָנהענגער דעמאָלט און ציט צו אויך הײַנט.
The JAP Show האָט אין זיך גענוג וויצן צו דעקן יעדן איינעמס געשמאַק. אַז מע וויל געבן אַ לאַך וועגן דער הײַנטיקער וועלט פֿון אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו, איז כּדאַי צו גיין זען. צום בײַשפּיל — וואָס איז דער חילוק צווישן אַ פֿרומער, אַ קאָנסערוואַטיווער און אַ רעפֿאָרמער חתונה? בײַ אַ פֿרומער חתונה טראָגט די מאַמע; בײַ אַ קאָנסערוואַטיווער חתונה טראָגט די כּלה; בײַ אַ רעפֿאָרמער חתונה טראָגט "דער רבֿ".